Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מײַן חלום אָנצוקומען צום שפּיץ פֿונעם ריזיקן באַרג אין דער שווייץ, דעם ווײַסהאָרןMy dream of reaching the top of the huge Swiss mountain, the Weisshorn

דער טאַטע האָט אים צוגעזאָגט, אַז אויב ער וועט זיך אויסלערנען דעם פּרק המפקיד אויף אויסנווייניק וועט ער אים אַרויפֿברענגען צום שפּיץ באַרג.

דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אין חסידישן ייִדיש. 

איין פרימארגן זאגט דער טאטע צו מיר אזוי: „געדענקסט, מיר האבן זיך עפעס ארויסגענומען — אויב דו פארהערסט זיך גאנץ פרק המפקיד בעל פה, און חאנקאלע דיין שוועסטערל העלפט אין קיך, נעם איך ענק ביידע אויפן ווייס-הארן.“

דער ווייס־הארן איז די גרופּע הויכע פֿאַרשנייטע בערג אין דער שווייץ.

חזר איך און חזר דעם פרק המפקיד, באלד וויל איך שוין דעם המפקיד נישט אנקוקן מער, ביז איך טראכט איך בין גרייט. טאטי, איך בין גרייט זיך פארהערן! און דער טאטע פארהערט, און איך קען אביסל יא, אביסל נישט. צום סוף זאגט דער טאטע: „נו, ווייסט וואס, גיי’מיר אויפן ווייס הארן, אבער געקענט האסטו א מכה.

פרייטאג איז דער גרויסער טאג. מאמעשי פארפאקט די רוקזעק מיט צדה לדרך, און דער טאטע נעמט אונז אראפ די גאס צום טעלעפערעק (קאבל־וואגאן), אין א גוטע לוסטיגע שעה.

אוי, דער טעלעפאריק, דער רויטער באקס, וואס גייט ארויף ארויף ארויף ביז דעם שנייאיגן שפיץ!

מיר זענען אצינד אין שווייץ, אויף דער בארג שטאט — ארויזא. זי איז די יערליכע זומער גאסטגעבערין פאר פיל היימישע אידן איבער אייראפא, און אנדערע מקומות. יעדן טאג דא זייענדיג אויף וואקאציע זענען מיר די גאנצע פאמיליע געגאנגען ערגעץ אויף א בארג שפאציר. די מאמע האט אונז באשמירט מיט זון קרעם, א קרעמיש ריח וואס דערמאנט מיר עד היום זומער וואקאציע בערג.

איינע פון די הויפט מקומות וואו מיר זענען געגאנגען יעדעס יאר איז געווען „מיטלשטאציאן“. דאס איז דער מיטל־סטאנציע פון דעם ווייס הארן בארג. אלע פאמיליעס, זקנים, און ווייבער, זענען אנגעקומען אהער. דא איז מען געזעסן, געשפילט, געגעסן מיטאג, באטראכט די הערליכע שווייץ און גענאסן פון די קרישטאלענע בארג לופט.

אבער מיר איז געווען ענג, איך האב געקוקט אויף ארויף, יעדעס מאל דער טעלעפערעק האט מפליג געווען מיט א קאמפאניע מענטשן אויף ארויף, האב איך געקוקט פארגאפט, ווי זי גייט ארויף ארויף אויפן דינעם שטריק, און ווי זי לויפט דורך די טורעמעס, ביז די ווייטע הויכן, ביז זי איז קליין און קומט אן אויפן ווייסן שפיץ דארט ווייט.

איך האב אויף דעם שפיץ געקוקט און געפרעגט מיין טאטן, ווען מעג איך אנקומען אהין. זאגט דער טאטע: „א טעלעפערעק איז טייער, נאר גבירים גייען ארויף.“

זאג איך דעם טאטן: „איז לאמיר גיין צו פוס!“

זאגט דער טאטע: „און איך, מיינסטו, בין גרייט דיר צו נעמען דריי שעה א שווערן בארג ארויף?“

פארנעפלטע זכרונות דערמאנט מיר אז ערגעץ ווען אמאל אין מיין לעבן בין איך געווען אויפן שפיץ ווייס הארן אליינס. איז עס נאר א חלום אדער א ווארהייט? און די מאמע דערציילט מיר מיט געלעכטער:

„שיעלע, ווען ביסט געווען פינף יאר אלט, און מיר זענען געווען דא און שווייץ, האט טאטע דיר גענומען מיט אים אין שיל אויף שחרית, און איך האב געווארט, עץ זאלט אהיים קומען, אבער אריבער זענען עטליכע שעה און עץ זענט נאך נישט צוריק. קלער איך, אפשר האט זיך טאטע ארויס געלאזט אויף א שפאציר מיט א חבר, לאמיר זאגן עפעס א בארג.

„אבער ס׳קען נישט זיין — האב איך געקלערט — ווייל וואס איז מיט שיעלע? מוז זיין אז עץ זענט ערגעץ געגאנגען א לייכטע שפאציר און טאטע האט זיך מיטן חבר פאר׳לומד׳עוועט.

„שפעט נאכמיטאג, טאטע קומט אהיים, מיט דיר שיעלע ביי דער האנט. פרעג איך, וואו זענט עץ געווען דורך׳ן טאג? זאגט טאטע, אזוי כמסיח לפי תומו: מיר קומען פונעם ווייס הארן!

„ווייס הארן?… אויפן מיטל שטאציאן?

„ניין ניין, אויפן אמת׳ן ווייס הארן, אויפן שפיץ!

„אויפן שפיץ?! הייסט עס, עץ האטס ענק פארגינט א טעלעפעריק און מיך געלאזט אינדערהיים?

„וואס טעלעפעריק, ווען טעלעפעריק, מיר זענען געגאנגען צו פוס!

„און וואס איז מיט שיעלע?

„ער איז מיטגעקומען!

„און איך האב געעפנט א מויל מיט ערשוינונג ווי מען זאל מיר דערציילן אז …

„און דער טאטע האט טאקע צוגעלייגט, אז גייענדיג ארויף האב איך כסדר גענודזשעט, ווען קומט מען שוין אן, און ער האט מיר יעדעס מאל געענטפערט, מ׳קומט שוין כמעט אן, אזוי ביז מ׳איז אנגעקומען צום שפיץ.“

די מוטער האט דאס דערציילט אלעמען, זי האט נישט געקענט זיך בארואיגן פון דער סענזאציע… „הערט א מעשה, א קינד פון פינף יאר אלט, איז ארויף צופיס אויפן ווייס הארן… וואס זאגט עץ נאר נישט צו מיין קליינעם בארג קריכערל?“

הייסט עס, חלום איך נישט סתם, איך בין אמאל אין מיין פריער יוגנט געווען באמת אויפן ווייס הארן. דערמאן איך זיך שוין טאקע אז איך האב געציטערט אויפן שפיץ, ווייל ס׳דארט אהין אנגעקומען דער פליעדיגער רעש׳יגער זאך, א העליקאפטער!“

ווייסט וואס, אז דו פארהערסט זיך, פאר דעם וועל איך שפענדן איבעריג געלט.

און אצינד בין איך א פארהערטער, און ס׳איז פרייטאג און מיר שטייען פאר דעם טעלעפערעק, דאס מאל גיי איך נישט בלויז קוקן, דאס מאל גיי איך אליינס אריין, מיט שוועסטערשי און טאטעשי.

און דער טעלעפערעק נעמט אונז אריין, און דע גרידער פון די רעדער אויפן שטריק הייבט אן רייבן, ס׳לאזט זיך ארויס פון בודקע, און ס׳קריכט ארויף דעם בארג, איבער גראז און ביימער. מיר גייען ערגעץ אין די הימלען ארויף. און ס׳מיר קיין גרעסערער תענוג נישטא.

און דער טעלעפעריק מאכט א סטאפ, דא זע’מיר אין מיטל שטאציאן, וואו איך פלעג שטיין און קוקן ווי דער טעלעפערעק לאזט זיך ארויס צום אמת׳ן חלק פון דעם בארג, צו אמת׳ע הויכן.

און אט אזוי, דער טעלעפערעק לאזט זיך ווידער ארויס פונעם בודקע, ארויף ארויף איבער בוימלאזע שטחים, א באגייסטערונג נעמט מיר ארום אין לשער. שטיינער און פעלזן זעען זיך אונטער אונז, די טעלעפערעק קריכט שיף שיף, אנדערש ווי ביזן מיטל סטאציאן, א פחד און באגייסטערונג נעמט מיר אן אין די קישקעס, אט אט דערגרייכן מיר די הימלען.

שניי הויבט זיך אן באווייזן אויף די פעלזן. נישטא קיין ביימער דא, אויך נישט קיין גראז, נאר נאקעטע פעלזן מיט שניי. און אט זעען מיר דעם שפיץ אליינס, און פון דער נאנט, און דער טעלעפערעק קומט אריין שטייטליך אינעם בודקע, הייסט עס, מ׳זעמיר אויפן ווייס הארן, אויף איר גלוסטיגער שפיץ.

מיר גייען ארויס, א שארפע לופט קומט אנטקעגן, מענטע־קאלט און שארף און דין, דער הימל איז טיפער און בלויער, און איך שפאציר אין די הימלען אט דא אויפן ווייס הארן. כ׳קוק אראפ, זע איך די גאנצע ארום, די ווייסע שכנות׳דיגע פראכטיגע שפיצן. איך שפיר זיך איבער די גאנצע בריאה און כ׳שריי אויס — אלע מענטשן זענען אזוי קליין ווי די היישעריקן, אזוי ווי אחימן ששי און תלמי האבן געזאגט אויף די מרגלים!

און מיין טאטע שמייכלט גוטמוטיג, דאן זאגט ער: „אויפן ווייס הארן זע’מיר, אבער געקענט האסטו א מכה!“

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version