Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ערבֿ־יום־כּיפּור — אַ שיינער סורפּריזA wonderful surprise on Yom Kippur Eve

צוויי מאָל אין לעבן האָט די מחברטע זוכה געווען צו אַ פּרעכטיקער מתּנה, בלויז עטלעכע שעה פֿאַרן הייליקסטן טאָג פֿון יאָר.

דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש.

דאָס הויז איז הערליך אויפגערוימט, שפיגלדיג און ריין. ס’שווער צו גלייבן אז דא לעבט א משפחה פון אכט קינדער.

דער גאסט צימער איז גרייט מיט פרישע בעטגעוואנט און א טעלער היימישע געבעקס. די שמחה שפירט זיך אין די לופט.

ענדליך הערט זיך א קלונג אין טיר, און מיר אלע לויפן מיט ערווארטונג צו זען אויב מרת. גוטמאן איז שוין אנגעקומען. „שלום עליכם!“’ באגריסט איר מיין מאמע מיט ווארימקייט און א גרויסן שמייכל. מיט איבערראשונג באמערק איך אז דאס יאר האט אונזער יום כיפור גאסט מיטגעברענגט איר אייניקל מיט זיך, א יונג מיידל — עטליכע יאר עלטער פון מיר.

די רענצל ווערט ארויפגעשלעפט די טרעפ און באלד דערנאך דערציילט מיר דאס מיידל אז זי האט מיטגעברענגט פאר מיר א מתנה. אומגעדולדיג ווארט איך צו זען וואס דאס וועט זיין. מיין ברודער האט באקומען אן אינטרעסאנטן שפיל־אויטא און זי האט זיך אביסל פארזוימט ביז זי איז ענדליך ארויסגעקומען פון גאסט צימער מיט א קליין שאכטעלע און עס אריינגעלייגט אין מיינע הענט. איבערגליקליך האב איך עס געעפנט צו טרעפן דערין א פיצקעלע פאטא אפאראט ספעציעל פאר קינדער צו נעמען עכטע בילדער!

איך בין געווען אין זיבעטן הימל! שוין לאנג האב איך גע’חלומ’ט און זיך געוואונטשן צו קענען כאפן בילדער ווען די שולע נעמט אונז אויף אן אויספלוג, אזויווי טייל פון מיינע רייכע חבר’טעס האבן געטאן. און דא איז מיין וואונטש פלוצלונג  מקיום געווארן! איך האב געוואוסט אז מיין טאטע’ס כולל־געהאלט קען נישט דעקן די לוקסוס פון אזא אויסגאבע. אבער דא האט מען פון הימל מיר צוגעשיקט אזא מתנה! איבריג צו זאגן אז יענע ערב יום כיפור איז געווען די פרייליכסטע פון מיינע קינדעריארן, און מיר איבערגעלאזט זיסע זכרונות.

יארן שפעטער, אלס יונגע מאמע, איז געקומען נאך א זיסערע איבעראשונג ערב יום כיפור.

איך האב אויסגעפינען סוף זומער אז איך בין אכט חדשים טראגעדיג און איך האב זיך הילכיג צעלאכט אויפ’ן וועג אהיים פון קליניק, נישט קענענדיג גלייבן די פרייליכע בשורה.

אבער ווען ראש השנה איז פאריבער האב איך אנגעהויבן שטארק זיך צו זארגן. וואס וועט זיין אויב אינמיטן פאסטן יום כיפור וועל איך פילן חלשות? איך בין קיינמאל נישט געווען א גרינגע פאסטער, וויאזוי וועל איך וויסן ווען איך מעג נעמען א טרונק וואסער ווייל ס’איז שוין סכנת נפשות?נאכמער האט מיר געעגבערט די דאגה נישט חלילה מחלל צו זיין די הייליגסטע טאג אין יאר: וואס פאסירט אויב איך דארף אריינפארן אין שפיטאל? דארף איך ווארטן ביז די לעצטע מינוט ווען די יסורים זענען שוין געפערליך – צו מעגן רופן „הצלה“?

דער מחברטעס טעכטערל, געבוירן ערבֿ־יום־כּיפּור Image by

ערב יום כיפור אינדערפרי איז מיין טייערע טאכטערל געבוירן געווארן און מיין שמחה איז געווען אין לשער. זי האט זיך צוגעאיילט און מיר אויסגעלייזט פון די זארגן…

יענעם יום כיפור ביינאכט האב איך געזונגען צו מיין טעכטערל אין שפיטאל, אזויווי דאס זינגען פונעם סאסאווער רבין. לויט דער באקאנטער מעשה האט דער רבי איין מאל געלאזט דעם גאנצן עולם ווארטן אין שיל אויף כל נדרי ווייל ער האט געהערט א קינד וויינען און איז געגאנגען עס איינוויגן. דער צדיק האט אונז געלערנט, אז ווען מיר געבן זיך אפ מיט אונזערע טייערע עופה’לעך איז עס דער בעסטער וועג אויסצו’פועל’ן א א גמר חתימה טובה מיט אלעם גוטן.

צום סוף וויל איך אייך זינגען א יום־כיפור ליד וואס מיר מיידלעך האבן זיך געלערנט פֿון דער לערערין אין צווייטן קלאס. ס׳איז איראניש וואס מ׳האט אונז אויסגעלערנט דאס ליד ביי די זיבן יאר אלט נאך איידער מיר האבן טועם געווען א טעם חטא. יונגערהייט איז שוין אין אונז אריינגעבאקן געווארן אזא פארכט פאר׳ן יום הדין.

https://forward.com/wp-content/uploads/2023/09/Shifras-yom-kippur-song.m4a?_=1

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version