Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי די ישׂראלדיקע יונגע לײַט רעאַגירן אויף אַן אומדערטרעגלעכן מצבֿHow young Israelis are coping with an unbearable situation

וועגן די בלוטיקע געשעענישן האָט די יוגנט זיך דערוווּסט אויף דער סאָציאַלע מעדיע איידער זיי זענען דערגאַנגען צו די נײַעס־קאַנאַלן

זינט דעם אָנהייב מלחמה שבת אין דער פֿרי, הערשט איבער די ירושלימער גאַסן אַן ערנסטע שטילקייט. דער געוויינטלעכער שטיפֿערישער טומל פֿון דער יוגנט איז בכלל פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. איך און מײַנע 20־יעריקע חבֿרים גייען אַרויס פֿון שטוב בלויז ווען מען מוז. קראָמען שטייען געשלאָסן. אין די פּאָר קאַפֿעען וואָס זענען נאָך אַלץ אָפֿן שפּילט מען בלויז העברעיִשע טרויערלידער, אַזעלכע וואָס מע לאָזט געוויינטלעך הערן אויפֿן ראַדיאָ בעת די יערלעכע געדענקטעג נאָך די געפֿאַלענע אין די ישׂראלדיקע מלחמות.

„די צײַט האָט פֿאַרלוירן איר פֿריִערדיקן באַטײַט,“ האָט פֿאַרצווייפֿלט אויסגעזיפֿצט נעכטן מײַנע אַ חבֿרטע. מיר פֿילן זיך גלײַכצײַטיק פֿאַרפּריטשמעליעט און מזלדיק. אין ירושלים הערט מען צו מאָל אַ סירענע. ווי די הויפּטשטאָט, איז זי אָבער זייער אַ זיכער און באַשיצט אָרט, אין פֿאַרגלײַך מיטן דרום. כּמעט יעדער פֿון אונדז קען אָבער פּערזענלעך עמעצן וואָס איז נעלם געוואָרן, גענומען געוואָרן אויף מוזדינסט אין אַרמיי, אָדער, נישט פֿאַר קיינעם געדאַכט, אומגעקומען.

די ישׂראלדיקע יוגנט איז איינע פֿון די גרופּעס וואָס די אָקערשטיקע בלוטיקע געשעענישן האָבן צום שטאַרקסטן געטראָפֿן און אויף איר משפּיע געווען. די מסיבה לעבן קיבוץ „רעים“ אויף וועלכער עס זענען דערהרגעט געוואָרן הונדערטער מענטשן האָט אַרײַנגענומען דער עיקר לעבנס־לוסטיקע יונגע לײַט פֿון גאַנצן לאַנד. אַ סך פֿון דער אינפֿאָרמאַציע וועגן די געפֿאַנגענע און דערמאָרדעטע איז אַדורך דורך סאָציאַלע מעדיעס איידער זי איז דערגאַנגען צו די אָפֿיציעלע נײַעס־קאַנאַלן. די יוגנט וואָס ניצן אָפֿט אינסטאַגראַם, טוויטער און טעלעגראַם איז געווען ספּעציעל אויסגעשטעלט אויף שרעקלעכע בילדער פֿון טויט און פּײַניקונג. אַ סך יונגע מענטשן האָבן זיך געדאַרפֿט צושטעלן אויף נויטדינסט אין אַרמיי, און אַ סך אַנדערע האָבן אָנגעפֿירט מיט איניציאַטיוון צונויפֿצוקלײַבן און צעטיילן עסן און בײַשטײַערס פֿאַר געליטענע פֿון די אַטאַקן. די יונגע שיכט באַפֿעלקערונג איז אויך די וואָס וועט, לסוף, ווײַטער מוזן פֿירן די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט נאָך דער טראַוומע פֿון די לעצטע געשעענישן.

זינט שבת אין דער פֿרי באַזוכן מיר איינער דעם אַנדערן, גלאָצן צוזאַמען אויף עקראַנען און פּרוּוון געפֿינען ענטפֿערס אויף צענדליקער וואָגיקע מחשבֿות. די הויפּטפֿראַגעס וואָס ווערן געטראָגן פֿון טיר צו טיר זענען: „ווי האָט דאָס געקענט געשען?“  „וווּ איז די רעגירונג אין דעם אַלעמען?“ לגבי דער ערשטער פֿראַגע, ווייסט מען שוין אַז די אַרמיי האָט אַריבערגעשיקט אויפֿן מערבֿ־ברעג איינסן וואָס האָבן געזאָלט באַשיצן די גרענעץ מיט עזה, אויפֿצופּאַסן אויף קאָלאָניסטישע יום־טובֿדיקע פּראַווענישן. לגבי דער רעגירונג, איז נאָך אַלץ גאַנץ אומקלאָר. בײַם אָנהייב זענען אַ סך מיניסטאָרן און אָפֿיציעלע אינסטאַנצן געבליבן שטיל און פּאַסיוו, בשעת בירגערלעכע ספּאָנטאַנע איניציאַטיוון און גרופּעס האָבן זיך גיך מאָביליזירט צו העלפֿן. עס איז אַוודאי רירנדיק צו זען דאָס כּמות מענטשן וואָס קאָכט, פֿירט אַרום מענטשן, היט קינדער, שאַפֿט פֿילמעלעך וועגן גוטע אופֿנים צו לינדערן דעם פּחד און אומרו אין עקסטרעמע סיטואַציעס און אַזוי ווײַטער.

גלײַכצײַטיק קען מען אָבער שטעלן די פֿראַגע, פֿאַר וואָס דאַרפֿן ציווילע לײַט קויפֿן פֿון דער אייגענער קעשענע שוצוועסטן פֿאַר אָרטיקע מיליטער־איינסן וואָס נייטיקן זיך אין זיי?, פֿאַר וואָס דאַרפֿן זיי פֿינאַנצירן די פֿליִען פֿאַר ישׂראלים וואָס מוזן פּלוצעם צוריק אין לאַנד? און פֿאַר וואָס דריקט זיך אויס דער פֿינאַנץ־מיניסטער, בצלאל סמאָטריטש, מיט די ווערטער: „מען דאַרף איצט זײַן אַכזריותדיק, נישט נעמען אין באַטראַכט צו פֿיל די געפֿאַנגענע,“ ווען עס געפֿינען זיך אין עזה־פּאַס קינדער, עלטערע און קראַנקע בירגער, וואָס זייערע נאָענטע זוכן זיי אַרום ווי באַנומענע?

אין די יונגע, לינקע, קרײַזן צו וועלכע איך געהער, קומען אויף נאָך, אַפֿילו קאָמפּליצירטערע פֿראַגעס לגבי דער ריכטיקער שטעלונג צו די געשעענישן. ווי מענטשן וואָס שטעלן זיך געוויינטלעך אַנטקעגן דער ליניע פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג און זענען צוגעוויינט צו ייִדיש־אַראַבישער צוזאַמענאַרבעט, איז דער אידעאָלאָגישער ריס דאָס מאָל באַזונדערש שווער. זינט עס האָבן זיך אָנגעהויבן די בלוטיקע רציחות פֿון אומשולדיקע בירגער מצד דעם כאַמאַס, זאָגן אַ סך לינקע אָרגאַניזאַציעס איבער דער וועלט זיך נישט אַרויס קעגן די שרעקלעכע אַקטן, און זוכן אַפֿילו אַ מאָל אופֿנים זיי צו באַרעכטיקן, אונטער דעפֿניציעס ווי „דעקאָלאָניזאַציע“ אָדער „באַפֿרײַונגס־קאַמף“.

מיר זענען די ערשטע מסכּים צו זײַן אַז דער מצבֿ אין עזה איז אַ שרעקלעכער און אַז מען דאַרף מאַכן אַ סוף צו דער באַלאַגערונג און צו דער אָקופּאַציע, אָבער מיר זענען אויך קעגן ברוטאַלן געוואַלד קעגן אומשולדיקע אין אַלגעמיין, און באַמערקן אַז אין ישׂראל זענען געפֿאַלן קרבנות צווישן אַנדערע אויך לינקע אַקטיוויסטן וואָס זענען שוין צענדליקער יאָרן טעטיק אין אָרגאַניזאַציעס פֿון סאָלידאַריטעט און קאָאָפּעראַציע צווישן ישׂראלים און פּאַלעסטינער. עס דערשרעקט אונדז צו הערן ווי גיך געוויסע מענטשן אויף דער ישׂראלדיקער זײַט רופֿן זיך אַרויס לטובֿת אַ טאָטאַלער פֿאַרטיליקונג פֿון דער שטאָט עזה און פֿון איר גאַנצער באַפֿעלקערונג, אָבער מיר בלײַבן אויך אָן לשון אַנטקעגן צעבראָכענע מענטשן וואָס האָבן פֿאַרלוירן די נאָענטסטע משפּחה־מיטגלידער און פֿרײַנד.

צוזאַמען מיט די שרעקלעכע גבֿית־עדות וועגן רציחות און שׂינאה־פֿאַרברעכנס וואָס פֿאַרמערן זיך מיט יעדן טאָג, הערט מען אויך וועגן אַלץ מער קליינע מאָמענטן וואָס קענען פֿאַרשאַפֿן האָפֿענונג: הונדערטער עריטרעער פּליטים, איינע פֿון די גרופּעס מיט די שווערסטע לעבנס־באַדינגונגען אין לאַנד, האָבן זיך צוגעשטעלט העלפֿן אײַנפּאַקן פּעקלעך פֿאַר די וואָס נייטיקן זיך אין זיי. אַ טאַטע פֿון אַ מיידל וואָס איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן דורך כאַמאַס האָט זיך, אַ באַוואַשענער מיט טרערן, אויסגעדריקט אויף טעלעוויזיע וועגן דעם אַז אויך אין עזה קומען אום הונדערטער אומשולדיקע וואָס פֿאַרמאָגן אויך טאַטעס און מאַמעס מיט צעבראָכענע הערצער. מער ווי טויזנט ייִדן און אַראַבער אין תּל־אָבֿיבֿ און יפֿו האָבן זיך צוגעשטעלט פֿרײַוויליק צו אַ בירגערלעכן איניציאַטיוו אונטער דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿונעם אַדוואָקאַט אַמיר באַדראַן (אַ קאַנדידאַט אויף בירגער־מײַסטער) – אַ בשותּפֿותדיקע וואַך קעגן געוואַלד און נקמה־אַקטן אין שטעט מיט אַ געמישטער באַפֿעלקערונג. דרײַ בעדויִנער קיך־אַרבעטער פֿון רהט [ראַהאַט] האָבן שבת אין דער פֿרי געטראָפֿן אַ פֿרוי פֿון קיבוץ בארי אויפֿן וועג אַהיים פֿון איר פֿרימאָרגעדיקן לויף, זי געוואָרנט לגבי דעם וואָס פּאַסירט אין איר קיבוץ, און דורך דעם איר געראַטעוועט דאָס לעבן.

עס זענען פֿאַראַן מענטשן וואָס באַשולדיקן די פּראָדעמאָקראַטישע דעמאָנסטראַנטן, וואָס האָבן, לויט זיי, פֿאַרזייט מחלוקותן צווישן פֿאָלק און דערמיט פֿאַרשטאַרקט דעם שׂונא. אַנדערע באַשולדיקן די רעכטע רעגירונג און קאָלאָניסטישע פּראָוואָקאַציעס אויפֿן מערבֿ־ברעג, וואָס האָבן דערמעגלעכט דעם שׂונא אַרײַנצודרינגען אומגעשטערט דורך דער הינטערטיר. אַנדערע פֿרעגן זיך צי ס’איז באמת געווען נייטיק צו אָרגאַניזירן אַזאַ ריזן מסיבה פּונקט לעבן דעם עזה־לאַנדפּאַס, אַ געגנט וואָס איז שטענדיק אומזיכער. נאָך אַנדערע דערמאָנען די אוממענטשלעכע באַדינגונגען אין עזה און דאָס געוואַלד וואָס ווערט אָנגעוואָנדן אויף פּאַלעסטינער ווי באַטײַטיקע גורמים צו דעם אויפֿרײַס.

אָבער כּמעט אַלעמען איז קלאָר, אַז עפּעס אינעם סאַמע יסוד פֿון דעם סטאַטוס־קוואָ וועט זיך מוזן דראַסטיש בײַטן ווי אַ פּועל־יוצא פֿון די לעצטע געשעענישן. פּערזענלעך, האָף איך אַז די טראַוומאַטישע געשעענישן וועלן מאָטיווירן יונגע לײַט, סײַ ייִדן, סײַ פּאַלעסטינער, צו טאָן אַל דאָס מעגלעכע אין דער צוקונפֿט כּדי צו דערגרייכן אַ הסכּם וואָס זאָל דערמעגלעכן אַלע אײַנוווינער פֿון דעם דאָזיקן שטיקל ערד צו לעבן בשלום און אָן מורא פֿאַרן טויט אָדער פֿון מאָנען די גרונטיקסטע מענטשנרעכט.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version