Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ טיפֿער שפּאַלט בײַ חרדישע ייִדן אין שײַכות מיט דער ישׂראל־כאַמאַס מלחמהA deep split among Haredi Jews due to the Israel-Hamas war

געוויסע חרדישע פֿירער האָבן שאַרף קריטיקירט די רבנים וואָס האָבן מבֿטל געווען דעם מאַרש פֿאַר ישׂראל אין וואַשינגטאָן

דער אַרטיקל איז פֿריִער אַרויסגעלאָזט געוואָרן אויף ענגליש.

דרײַ וואָכן זענען שוין פֿאַרבײַ זינט דעם היסטאָרישן מאַרש פֿאַר ישׂראל אין וואַשינגטאָן דעם 14טן נאָוועמבער אָבער אין געוויסע חרדישע קרײַזן רעדט מען נאָך אַלץ וועגן דעם. די סיבה דערפֿאַר? אַ טייל חרדישע פֿירער קריטיקירן דאָס וואָס געוויסע רבנים פֿאַרבונדן מיט „אַגודת ישׂראל“ האָבן מבֿטל געווען דעם מאַרש און געהייסן ייִדן זיך נישט באַטייליקן אין דעם.

אַ טאָג פֿאַרן מאַרש האָבן פֿינף פֿון די דרײַצן מיטגלידער פֿונעם „מועצת גדולי התּורה“ (דעם רעליגיעזן ראָט פֿון „אַגודת ישׂראל“) גערופֿן ייִדן נישט צו פֿאָרן אויפֿן מאַרש ווײַל די הויפּטרעדנער זענען ייִדן וואָס באַטרעפֿן „דאָס פֿאַרקערטע פֿון תּורה און יראה און צניעות.“

איין ראש־ישיבֿה האָט אַפֿילו געזאָגט אַז „דאָס פֿאָרן קיין וואַשינגטאָן איז טרייף ווי חזיר“.

די אָ דערקלערונגען האָבן אָבער נישט געהאַט דעם אָפֿיציעלן שטעמפּל פֿון „אַגודת ישׂראל“, וואָס האָט דווקא אויסגעדריקט אַ מער בייגעוודיקע מיינונג, זאָגנדיק אַז ס׳איז „וויכטיק מדרכי השתּדלנות (צוליב שתּדלנות), אַז דער מאַרש זאָל צוציִען אַ גרויסן עולם.“

וויפֿל חרדים זענען טאַקע נישט געפֿאָרן אויפֿן מאַרש צוליב יענע דעקלעראַציעס איז נישט קלאָר. וואָס מע ווייסט יאָ איז אַז אַ סך מענטשן אין די חרדישע קרײַזן האַלטן אַז דער מאַרש איז געווען אַ וויכטיקער אופֿן צו שאַפֿן זיכערהייט פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק — און אַז דאָס קעגנשטעלן זיך קעגן דעם איז ממש אַ פֿאַרראַט.

אַן אַנאָנימער אָבסערוואַטאָר, זאָגנדיק אַז ער איז אַליין אַ מיטגליד פֿון דער אַגודת־ישׂראל אָרגאַניזאַציע, האָט איר געשיקט אַ קריטישן בריוו, וואָס מע האָט דערנאָך פֿאַרשפּרייט אין די חרדישע בלאָגס. „ס׳איז דאָ אַ גרויסער שפּאַלט צווישן דער אידעאָלאָגיע וואָס קומט אַרויס פֿון אַגודת ישׂראל און די מענטשן וואָס זענען אירע נאָכגייער,“ האָט ער געשריבן. „אויב איר ווילט ווײַטער דינען ווי דאָס קול פֿון הויפּטשטראָמיקע חרדישע ייִדן, מוזט איר שטאַרק ענדערן אײַער אינסטיטוציע.“

אַ סימן אַז דער ענין האָט שטאַרק צעטרייסלט די חרדישע וועלט: הרבֿ אַהרון פֿרידמאַן, דער ראש־ישיבֿה פֿון „נר ישׂראל“ אין באָלטימאָר, האָט באַצייכנט דעם חלוקי־דעות ווי „אַ ריזיקע מחלוקת“.

ביז לעצטנס איז די חרדישע וועלט געווען פֿאַראייניקט אין איר קעגנערשאַפֿט צום ציוניזם צוליב צוויי סיבות: דעם סעקולערן וועלטבאַנעם פֿון דער באַוועגונג, און דעם גלויבן אַז בלויז דער משיח קען אויפֿריכטן די ייִדישע מדינה. דער חילוקי־דעות איבערן מאַרש האָט אָבער אַנטפּלעקט אַ שפּאַלט בײַ די חרדים וואָס האָט זיך נאָך מער פֿאַרגרעסערט זינט דעם אויסברוך פֿון דער מלחמה צווישן ישׂראל און כאַמאַס דעם 7טן אָקטאָבער.

במשך פֿון די לעצטע 20 יאָר האָבן אַ סך חרדישע ייִדן אָנגעהויבן פֿילן אַ פֿאַרבינדונג מיט ישׂראל. צום טייל איז עס צוליב דעם וואָס די חרדים זענען הײַנט מער אַ טייל פֿון דער מאָדערנער געזעלשאַפֿט און צום טייל — ווײַל אַ סך פֿון זיי האָבן משפּחה אין ישׂראל אָדער האָבן אַפֿילו אַליין פֿאַרבראַכט עטלעכע יאָר דאָרט. די אַלטע זאָרג אַז דער סעקולערער ציוניזם איז אַ סכּנה פֿאַר פֿרומע ייִדן האָט זיך אויך ממשותדיק אָפּגעשוואַכט, נעמענדיק אין באַטראַכט די גרויסע השפּעה וואָס פֿרומע ייִדן האָבן הײַנט אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט.

אין איין אוידיאָ וואָס מע האָט צעשיקט איבער דער חרדישער מעדיאַ האָט הרבֿ בערל וויטמאַן, אַ לערער אין דער מירער ישיבֿה אין ירושלים, פֿאַרדאַמט די רבנים וואָס האָבן זיך קעגנגעשטעלט דעם מאַרש. „צוליב זיי זאָגן איצט אַ סך פֿרומע לײַט: ׳אויב די רבנים רעדן אַזוי, לעבן זיי טאַקע אויף אַן אַנדער וועלט און איך וויל גאָרנישט האָבן צו טאָן מיט זיי.׳“

„אַ סך פֿון די דאגות וואָס די חרדישע וועלט האָט אויסגעדריקט אין די 1940ער און 50ער יאָרן, וועגן דער סכּנה פֿון דער סעקולערער מדינה פֿאַר אָרטאָדאָקסישע ייִדן איז נישט מקוים געוואָרן,“ האָט געזאָגט הרבֿ רן יצחק אײַזנמאַן, וואָס פֿירט אַ חחרדישע שיל אין פּאַסיייִק, ניו־דזשערזי. „פּונקט פֿאַרקערט. די ישׂראלדיקע רעגירונג איז הײַנט די גרעסטע שטיצער פֿון חרדישע ייִדן אויף דער וועלט.“

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version