Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די ייִדיש־לינגוויסטקע און איבערזעצערין זעלדע כּהנא נוימאַן איז אַוועקYiddish linguist and translator Zelda Kahan Newman has passed away

איר דיסערטאַציע אין 1983 האָט זיך קאָנצענטרירט אויף אַן אַנאַליז פֿון אײַזיק זאַרעצקיס בוך „פּראַקטישע גראַמאַטיק“

זעלדע כּהנא נוימאַן, אַ לינגוויסטקע פֿון דער ייִדישער שפּראַך און אַן איבערזעצערין, וואָס האָט זיך אָפּגעגעבן מיט די ווערק פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חיים און קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, איז דעם 16טן נאָוועמבער געשטאָרבן פֿון אַ ראַק אין הדסה־שפּיטאָל אין ירושלים. זי איז געווען אַלט 77 יאָר.

זי האָט פֿאַראָבֿלט אין מאַן, דוד; אירע קינדער משה, יהודה און יהודית; אירע אייניקלעך יאיר, יונתן און איתן און איר שוועסטער דינה כּהנא בערנשטיין.

„דאָס איז אַ גרויסער פֿאַרלוסט פֿאַר דער ייִדיש־פֿאָרשונג,“ האָט רחמיאל פּעלץ, פּראָפֿעסאָר פֿון סאָציאָלינגוויסטיק און יודאַיִק בײַם דרעקסעל־אוניווערסיטעט, געזאָגט. „זי איז געווען איינער פֿון די זעלטענע טרענירטע ייִדיש־לינגוויסטן. איר דיסערטאַציע אין 1983 האָט זיך קאָנצענטרירט אויף אַן אַנאַליז פֿון אײַזיק זאַרעצקיס בוך ׳פּראַקטישע גראַמאַטיק׳ (1926) — מסתּמא די וויכטיקסטע גראַמאַטיק פֿון דער ייִדישער שפּראַך.“

צווישן נוימאַנס אַנדערע אָנגעזעענע פֿאָרשאַרבעטן איז איינע וועגן דער השפּעה פֿון גמרא־טראָפּ אויף דער אינטאָנאַציע פֿון ייִדיש־רעדער און אַ צווייטע וועגן אינאָוואַציעס אינעם הײַנטיקן גערעדטן ייִדיש בײַ חסידים.

נוימאַן האָט געשריבן עטלעכע ביכער פֿאַרבונדן מיט באַקאַנטע ייִדישע שרײַבערינס. אין 2016 איז דורכן פֿאַרלאַג „בן־יהודה פּרעס“ אַרויס „די דרײַצנטע שעה“ — אַ צוויישפּראַכיקער (ייִדיש און ענגליש) באַנד לידער פֿון דער ליטוויש־געבוירענער פּאָעטעסע רבֿקה באַסמאַן בן־חיים. די לידער האָט נוימאַן אַליין איבערגעזעצט.

באַסמאַן בן־חיים, וואָס האָט געוווינט אין הרצליה, איז געווען אַ נאָענטע חבֿרטע אירע ביז זי איז געשטאָרבן דעם פֿאַרגאַנגענעם מאַרץ. „איך האָב זיך געפֿילט ווי אַן אָבֿל ווען רבֿקה איז אַוועק. זי איז מיר געווען ווי אַ מאַמע,“ האָט נוימאַן געשריבן אין אַ הספּד וועגן איר. נאָך דער פּאָעטעסעס טויט האָט נוימאַן אָנגעשריבן אַ רירנדיקן עסיי, וווּ זי אַנטפּלעקט וואָס זי האַלט איז די טראַגישע סיבה פֿאַר וואָס באַסמאַן בן־חיים האָט קיין מאָל נישט געהאַט קיין קינדער.

דעם זעלבן יאָר האָט די אַמעריקאַנער קאָנגרעס־ביבליאָטעק פֿאַרבעטן נוימאַן צו האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן באַסמאַן בן־חיימס ווערק. אינעם ווידעאָ אונטן דערפֿילט מען גלײַך דעם טיפֿן וויסן און באַגײַסטערונג וואָס האָט תּמיד כאַראַקטעריזירט נוימאַנס לעקציעס.

אין 2018 האָט „אַקאַדעמיקאַ פּרעס“ אַרויסגעלאָזט נוימאַנס בוך „קאַדיע מאָלאָדאָווסקי: דאָס לעבן פֿון אַ ייִדישער שרײַבערין“ וואָס נעמט אַרײַן דער חשובֿער שרײַבערינס ווייניק באַקאַנטע לידער, פּיעסעס, אַ נאָוועלע און אַ ראָמאַן. דער באַנד אַנטפּלעקט אויך פֿריִער אומבאַקאַנטע פּרטים וועגן מאָלאָדאָווסקיס באַציִונג מיט איר מאַן און טאַטן, ווי אויך איר ווײַבערישער פּערסאָנאַ.

„זעלדע האָט תּמיד געפּרוּווט צו לערנען וואָס מער וועגן יענע זאַכן, וואָס זי האָט נישט פֿאַרשטאַנען,“ האָט געזאָגט איר פּלימעניצע אַרילה בערנשטיין, וואָס וווינט אין ירושלים. „זי האָט אַלץ געדענקט ביזן לעצטן טאָג.“

בערנשטיין האָט איבערגעגעבן, אַז איר מומע האָט געשטרעבט צו באַקעמפֿן אומגערעכטיקייט און האָט פֿאַרטיידיקט פֿרויענרעכט אין אַ צײַט ווען ווייניק מענטשן האָבן דאָס געטאָן. זי האָט געהאָלפֿן גרינדן דעם „באר שבֿע מסלן“ — אַן אָרטיקן מקום־מיקלט פֿאַר פֿרויען וואָס זענען באַלעסטיקט געוואָרן פֿון זייערע מענער. זי איז אויך געווען אינעם ערשטן גראַדויִר־קלאַס פֿון יועצות־הלכה — פֿרויען וואָס האָבן דאָס רעכט צו דינען ווי עצה־געבער וואָס שייך דער ייִדישער הלכה, בפֿרט אין שייכות מיט דער מענסטרואַציע.

זעלדאַ כּהנא נוימאַן איז געבוירן געוואָרן אין ניו־יאָרק אין 1946. איר אַמעריקאַנער געבוירענע מאַמע, חיה פּערל, איז געווען אַ לערערין און דער טאַטע, יהודה, וואָס האָט פֿאַר דער מלחמה באַקומען סמיכה פֿון סיגעט, רומעניע, האָט געאַרבעט אין דער קליידונג־אינדוסטריע. נוימאַן האָט זיך געלערנט אין דער העברעיִשער טאָגשול „היברו אינסטיטוט אָוו לאָנג אײַלאַנד“ און באַקומען איר דאָקטאָראַט אין לינגוויסטיק בײַם מישיגינער אוניווערסיטעט.

אין יאַנואַר 1973 האָט זי חתונה געהאַט מיט דודן, וועמען זי האָט געקענט נאָך פֿונעם ערשטן קלאַס. דאָס זעלבע יאָר האָט זי עולה געווען, איידער ס׳איז אויסגעבראָכן די יום־כּיפּור מלחמה“ בשעת ער האָט שטודירט אויף דענסטיסט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דערנאָך האָבן זיי זיך באַזעצט אין באר־שבֿע. אַ סך יאָרן האָט זי געלערנט קורסן אינעם בן־גוריון אוניווערסיטעט אין באר־שבֿע.

פֿון 2004 ביז 2014 האָט זי געוווינט אין ריווערדייל, ניו־יאָרק, וווּ זי איז געווען אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון העברעיִשע און ייִדישע לימודים בײַם לימאַן־קאָלעדזש פֿונעם ניו־יאָרקער שטאָט־אוניווערסיטעט. במשך פֿון אירע יאָרן אין אַמעריקע האָט זי אָפֿט געזאָגט וויפֿל זי בענקט נאָך ישׂראל. ווי נאָר זי האָט זיך פּענסיאָנירט האָט זיך זיך אומגעקערט קיין באר שבֿע.

„זי איז געווען אַ פֿאַרברענטע ציוניסטקע און געפֿילט אַ שטאַרקע פֿאַרבינדונג צו דער ייִדישער מדינה,“ האָט בערנשטיין געזאָגט.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version