ווידעאָ: רעפּאָרטאַזש פֿון עטל ניבאָרסקי וועגן דער ירושלימער ייִדישער קינאָוואָךVIDEO: Ethel Niborski reports on Jerusalem’s Jewish Film Week (in Yiddish)
די ווײַזונג פֿון מער ווי 30 פֿילמען האָט צוגעצויגן אַ בכּבֿודיקן עולם, נישט געקוקט אויף די שווערע באַדינגונגען צוליב דער מלחמה מיט כאַמאַס.
דער יום־טובֿ פֿון ליכט און די קונסט פֿון ליכטבילד האָבן זיך הײַיאָר צונויפֿגעטראָפֿן בשעת דער 25סטער ייִדישער קינאָוואָך, וואָס מע האָט אָפּגעהאַלטן אין ירושלימער סינעמאַטעק אום חנוכּה, צווישן דעם נײַטן און פֿערצנטן דעצעמבער.
מיט מער ווי 30 נײַע פֿילמען און רעסטאַווראַציעס פֿון איבער דער וועלט, פּאַנעלן און רעפֿעראַטן, האָט די קינאָוואָך צוגעצויגן אַ בכּבֿודיקן עולם, נישט געקוקט אויף די שווערע באַדינגונגען צוליב דער מלחמה מיט כאַמאַס. די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן צונויפֿגעשטעלט אַ פּראָגראַם וואָס האָט אונטערגעשטראָכן דאָס אָנהאַלטן אַ ייִדישע און מענטשלעכע אידענטיטעט אויך אין באַזונדערש־שווערע צײַטן פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק.
אין איר ווידעאָ־באַריכט באַשרײַבט עטל ניבאָרסקי די שטימונג און רעדט אַרום עטלעכע פֿון די פּראָיעקטירטע פֿילמען און געשעענישן, וואָס האָבן אַ ספּעציעלן אינטערעס פֿאַר ייִדיש־ענטוזיאַסטן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO