ווידעאָ: אַ שמועס וועגן דער כּלי־זמר־טראַדיציע אין ירושלים און מירוןVideo: Discussion about the klezmer tradition in Jerusalem and Meron
דער אינטערוויו מיטן מוזיקער אַבֿרהם בורשטיין באַטאָנט אויך די ראָלע פֿון כּלי־זמר־מוזיק בײַ די ברעסלעווער חסידים
מע קען איצט זען אויף יוטוב אַן אינטערוויו מיטן ירושלימער כּלי־זמר־מוזיקער אַבֿרהם־לייב בורשטיין וועגן דער פֿאַרבינדונג צווישן דער כּלי־זמר און חסידישער טראַדיציע אין דער געשיכטע פֿון ארץ־ישׂראל. דער ווידעאָ איז אויף ייִדיש.
אינעם אינטערוויו, פּראָדוצירט דורך דער ייִדיש־ליגע און געפֿירט דורך אלי בענעדיקט, באַשרײַבט בורשטיין די השפּעה פֿון חסידישע ניגונים אויף דער כּלי־זמר־וועלט; די ראָלע פֿון כּלי־זמר־מוזיק אין די חסידישע קרײַזן און בײַם ברעסלעווער חסידות בפֿרט.
ער רעדט אויך וועגן דער גרינדונג פֿון אַ נײַעם דור כּלי־זמרים; וועגן זײַנע אַקטיוויטעטן מיט דער אָרגאַניזאַציע „יונג־ייִדיש“, און זײַן אַרבעט ווי אַן אַקטיאָר בײַם שפּילן אויף דער פּאָפּולערער טעלעוויזיע־סעריע „שטיסל“ און אין פֿאַרשידענע פֿילמען.
אַבֿרהם־לייב (וואָס שרײַבט זײַן נאָמען ווי אַבֿרום — אַ פּנים כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז מע רעדט זײַן נאָמען אַרויס מיט דער אַשכּנזישער הבֿרה) בורשטיין איז געבוירן געוואָרן אין ירושלים בײַ אַ ברעסלעווער חסידישער משפּחה. ער איז אַן אַקטיאָר און אַ כּלי־זמר וואָס שפּילט אויף עטלעכע אינסטרומענטן. ער אַרבעט אויפֿצוהאַלטן די אויטענטישע ברעסלעווער נגינה־טראַדיציע, און צו פֿאַרטיפֿן און אויפֿצולעבן בײַ די חסידים די אַלטע כּלי־זמר־טראַדיציע.
דורך די יאָרן האָט ער אַרויסגעגעבן אַ צאָל מוזיקדיסקן, נאָטן־ביכלעך און פֿילמען. ער איז אויפֿגעטראָטן אין קאָנצערטן איבער דער וועלט, און אויפֿגעשטעלט די „אגודת הכליזמרים ירושלים“ און „הקרצ’מע של בורשטיין“ (בורשטיינס קרעטשמע/Burstein’s Klezmer Basement).
דער ווידעאָ איז טייל פֿון „ייִדיש הײַנט“ — אַ סעריע אינטערוויוען מיט אַרטיסטן, פֿאָרשערס און קולטור־טוערס פֿון איבער דער וועלט וואָס שאַפֿן הײַנטצײַטיקע קולטור אויף ייִדיש.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor