Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשער מענדל גאָלדסמיט איז אַוועק צו 88 יאָרYiddish literature scholar Emanuel S. Goldsmith has died at age 88

גאָלשדמיד איז געווען סײַ אַ ייִדישיסט, סײַ אַ רעקאָנסטרוקציאָניסטישער רבֿ, סײַ אַ פֿאַרברענטער ציוניסט.

מענדל גאָלדסמיט, אַן אָנגעזעענער פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, איז דעם 5טן יאַנואַר געשטאָרבן נאָך אַ לאַנגער קראַנקייט אין עלטער פֿון 88 יאָר.

לאַנגע יאָרן האָט ער געדינט ווי אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש און ייִדישע לימודים אין קווינס־קאָלעדזש, און האָט אַרויסגעגעבן עטלעכע וויכטיקע ביכער, ווי די צוויי־בענדיקע אַנטאָלאָגיע, „די ייִדישע ליטעראַטור אין אַמעריקע 2000-1870“. אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע אַנטאָלאָגיעס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור וואָס מע האָט אַרויסגעלאָזט נאָכן חורבן, איז דאָס געווען אין גאַנצן אויף ייִדיש, אָן שום איבערזעצונגען.

דאָס ריזיקע בוך איז געווען אַ פּראָיעקט פֿונעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס און האָט געזאָלט אַרויסגעלאָזט ווערן דורך אַ קאָמיטעט, האָט איבערגעגעבן גאָלדסמיטס עלטסטע טאָכטער, מירעלע גאָלדסמיט. אָבער צוליב דעם וואָס דער אַמביציעזער פּראָיעקט האָט זיך געצויגן יאָרן לאַנג, זענען אַ סך פֿון די קאָמיטעט־מיטגלידער אויסגעשטאָרבן. האָט ער פֿאַרענדיקט דעם פּראָיעקט צוזאַמען מיט אַ קאָרעקטאָר פֿונעם פֿאָרווערטס.

דאָס גאַנצע לעבן האָט גאָלדסמיט געהאַט אַ טיפֿע פֿאַרבינדונג צו דער ייִדישער שפּראַך, דינענדיק אויף דער פֿאַרוואַלטונג פֿונעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס, ווי אויך פֿונעם „רינאַ קאָסטאַ צענטער פֿאַר ייִדיש־לימודים אין בר־אילן אוניווערסיטעט“.

ער איז אָבער אויך געווען אַ פֿאַברענטער ציוניסט; געהאַט סמיכה פֿונעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר; שטאַרק געגלייבט אין די פּרינציפּן פֿון מרדכי קאַפּלאַנס רעקאָנסטרוקציאָניזם און ליב געהאַט ייִדישע מוזיק.

דער פֿאָדעם וואָס האָט זיך געצויגן דורך זײַן גאַנצן לעבן — האָט זײַן טאָכטער געזאָגט — איז געווען זײַן איבערגעגעבנקייט צו יהדות, צום ייִדישן לעבן־שטייגער און צום ייִדישן פֿאָלק.

געבוירן געוואָרן איז מענדל גאָלדסמיט אין בראָנקס, ניו־יאָרק אין 1935. דער טאַטע, חיים, האָט געהאַט עמיגרירט פֿון ארץ־ישׂראל בשעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, איידער די טערקן האָבן אים געקענט ווערבירן אין מיליטער. חיימס ליבשאַפֿט צו ישׂראל איז אים אָבער פֿאַרבליבן אויפֿן גאַנצן לעבן.

גאָלדסמיט האָט געזאָגט זײַנע קינדער אַז זײַנע טאַטע־מאַמע זענען געווען געטרײַע לייענער פֿון דער ציוניסטיש־געשטימטער צײַטונג „דער טאָג“; האָבן זיך אָפֿט צוגעהערט צום ייִדישן ראַדיאָ און מיטגעבראַכט מענדלען אין ייִדישן טעאַטער. מענדל האָט זיך געלערנט אין די עפֿנטלעכע שולן און יעדן נאָכמיטאָג — אין אַ תּלמוד־תּורה. נאָך דעם האָט ער זיך געלערנט אין דער העברעיִשער מיטלשול „מרשליה“.

זײַן טאַטע האָט געהאַט אויף אים אַ געוואַלדיקן כּוח. „ער האָט אים אָפֿט מיטגעבראַכט אויף פּאָליטישע מיטינגען, און דערבײַ אים באַקענט מיט דער לעבעדיקער ייִדישער אַטמאָספֿער פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק,“ האָט מירעלע געזאָגט. מענדל האָט אויך געהאָלפֿן זאַמלען געלט אויף דער אונטערבאַן לטובֿת ארץ־ישׂראל און האָט במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה געשיקט פּעקלעך צו קרובֿים אין ירושלים.

נאָכן פֿאַרענדיקן די עפֿנטלעכע און העברעיִשע מיטלשול האָט ער גענומען שטודירן אין „סיטי־קאָלעדזש“ פֿונעם ניו־יאָרקער שטאָט־אוניווערסיטעט און גלײַכצײַטיק אינעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר.

אין סיטי־קאָלעדזש האָט ער צום ערשטן מאָל געהערט אַ לעקציע וועגן דער ייִדישער שפּראַך פֿון מאַקס ווײַנרײַך, וואָס האָט אים אינספּירירט צו נעמען אַלע ווײַנרײַכס קלאַסן און ווערן אַ פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

נאָכן גראַדויִרן פֿונעם טעאָלאָגישן סעמינאַר האָט גאָלדסמיט חתונה געהאַט מיט אַ געוועזענער מיט־סטודענקטע, קיילע מערדינגער, און זיי האָבן זיך באַזעצט אין ישׂראל, וווּ מענדל האָט געהאָפֿט צו קריגן אַ דאָקטאָראַט. דאָרט איז געבוירן געוואָרן זייער ערשט קינד, מירעלע.

מיט יאָרן שפּעטער האָט ער דערציילט דעם ייִדישן ליטעראַטור־פֿאָרשער דוד ראָסקעס וועגן אַן אינטערעסאַנטער איבערלעבונג גלײַך נאָך מירעלעס געבוירן ווערן. „ער האָט זי געדאַרפֿט פֿאַרשרײַבן אין משׂרד הפנים (שטאָט־אינסטאַנץ) — האָט ראָסקעס געזאָגט דעם פֿאָרווערטס — און האָט אָנגעזאָגט דער ביוראַליסטקע אַז מע מוז שרײַבן איר נאָמען אויף ייִדיש, מירעלע, און אַז אַזוי דאַרף שטיין אין איר תּעודת־זהות (אידינטיפֿיציר־קאַרטל).

דעמאָלט איז די שטימונג אין לאַנד געווען אַנטי־ייִדיש, האָט גאָלדסמיט זיך געריכט אַז זײַן פֿאַרלאַנג וועט נישט זײַן קיין גרינגע זאַך דורכצופֿירן. די אָנגעשטעלטע האָט אָבער זיך דווקא צעשמייכלט און געזאָגט: „איזה שם נהדר! („אַזאַ שיינער נאָמען!“). דאָס איז בײַ אים געווען אַ גרויסער מאָראַלישער נצחון, האָט ראָסקעס געזאָגט.

שפּעטער האָט דאָס פּאָרפֿאָלק זיך געגט און ער האָט חתונה געהאַט מיט שירלי זעבערמאַן. זיי האָבן געלעבט צוזאַמען כּמעט 40 יאָר ביז איר טויט אין 2020.

גאָלדסמיט האָט באַקומען זײַן דאָקטאָראָט בײַ בראַנדײַס־אוניווערסיטעט וועגן דער טשערנעוויצער ייִדיש־קאָנפֿערענץ. שפּעטער איז די אַרבעט פּובליקירט געוואָרן אין בוכפֿאָרעם אונטערן טיטל Architects of Yiddishism. דאָס בוך באַשרײַבט פּרטימדיק די היסטאָרישע קאָנפֿערענץ ווי אויך די פּערזענלעכקייטן װאָס האָבן אָנגעפֿירט מיט איר, ווי למשל נתן בירנבוים, י. ל. פּרץ און חיים זשיטלאָװסקי.

„דאָס בוך איז זייער אַ וויכטיקע מאָנאָגראַפֿיע און איז די ערשטע אַרומנעמיקע אַרבעט אױף ענגליש אױף דער טעמע,“ האָט דוד פֿישמאַן, דער היסטאָריקער פֿון ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר, געזאָגט. „איך פֿאַרגיב דאָס בוך עד־היום צו מײַנע סטודענטן.“

גאָלדסמיט האָט אויך אָנגעשריבן אַ צווייט בוך אויף ענגליש וואָס ווערט עד־היום באַניצט אין אוניווערסיטעט־קורסן וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך. דאָס בוך, „די מאָדערנע ייִדיש־קולטור“, באַשרײַבט ווי דאָס חשיבֿות פֿון ייִדיש האָט זיך צעוואַקסן אינעם 19טן און 20סטן יאָרהונדערט צוזאַמען מיטן טיפֿן אַפּעטיט פֿאַר ליטעראַטור בײַ ייִדן, דעם אויפֿשטײַג פֿון ציוניזם און דער פּאָפּולאַריטעט פֿון דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג בײַ די ייִדן אין אייראָפּע, אַמעריקע און ישׂראל.

ראָסקעס, וואָס איז געווען אַ סטודענט בײַ גאָלדסמיטן אין בראַנדײַס, האָט געזאָגט, אַז זײַן פּראָפֿעסאָרס שטוב אין ברוקלײַן, מאַסאַטשוסעטס, איז תּמיד געווען אַן אָפֿענע, וואַרעמע היים. איין מאָל, ווען ראָסקעס איז דאָרט געווען צו גאַסט, האָט גאָלדסמיט געבעטן אַ צווייטן גאַסט פֿאָרלייענען זײַנס אַ ליד, „לייענען אַ ייִדישן בלאַט אין סאָבוויי“. דער גאַסט — דער מאָדערניסטישער ייִדישער פּאָעט יעקבֿ גלאַטשטיין — האָט אויף ראָסקעסן געמאַכט אַ טיפֿן אײַנדרוק און אים שפּעטער אינספּירירט צו פֿאָקוסירן זײַן פֿאָרשונג אויף דער מאָדערניסטישער באַוועגונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטוור.

שפּעטער איז גאָלדסמיט געוואָרן אַ פּראָפֿעסאָר אין קווינס־קאָלעדזש, וווּ די ייִדיש־קורסן האָבן במשך פֿון די 1970 יאָרן צוגעצויגן אַ גרויסע צאָל סטודענטן. „ער איז געװען דער געטרײַער יורש פֿון דער ייִדיש־פּראָגראַם אין קװינז־קאָלעדזש, װאָס עס האָט אױפֿגעבױט יאָסל לאַנדיס,“ האָט פֿישמאַן געזאָגט.

כאָטש עס זענען במשך פֿון דער געשיכטע שוין געווען אַ צאָל פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור איז גאָלדסמיט פֿאָרט געווען פֿון אַן אַנדער סאָרט. „ער איז געווען אַ זעלטענער פֿאַל פֿון אַ מענטש וואָס איז געווען אַ רעקאָנסטרוקציאָניסטישער רבֿ און אַ ייִדישיסט, ביידע אין איינעם,“ האָט פֿישמאַן געזאָגט.

מענדל גאָלדסמיט האָט פֿאַראָבֿלט זײַנע קינדער — מירעלע, לייזער און רחל; זײַנע שטיפֿקינדער — ביילע, דאָן, מרים און טובֿה; אייניקלעך און אור־אייניקלעך.

married for almost 40 years to Shirley Zebberman Goldsmith who pre-deceased him.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version