ווידעאָ: אַ טאַטע פֿון צוויי ברידער פֿאַרכאַפּטע פֿון כאַמאַס בעט שטיצע בײַ אויסלענדער אויף ייִדישVideo: A plea to the world in Yiddish by the father of two young men kidnapped by Hamas
עטל ניבאָרסקי שמועסט מיטן אַרגענטינע־געבוירענעם יצחק האָרן וועגן זײַן קאַמפּאַניע צו ראַטעווען זײַנע זין יאיר און איתן און די אַנדערע ערובֿניקעס
אין ישׂראל בושעוועט שוין איבער הונדערט טעג די שרעקלעכע מלחמה.
די רעגירונג האַלט אין איין דערציילן די בירגער אַז איר הויפּטציל איז אַהיימצוברענגען אַלע פֿאַרכאַפּטע לעבעדיקערהייט. דערווײַל אָבער געפֿינען זיך נאָך אַלץ הונדערט זעקס און דרײַסיק ישׂראלדיקע בירגער אין עזה, אין געפֿאַנגענשאַפֿט, אין די שוידערלעכסטע באַדינגונגען. זייערע נאָענטע פּראָטעסטירן איבערן לאַנד מיט דער פֿאָדערונג זיי צוריקצוברענגען אַהיים וואָס גיכער, צו יעדן פּרײַז.
אויף אָפּצומערקן די הונדערט טעג זינט דער פֿאַרכאַפּונג, האָט עטל ניבאָרסקי געפֿירט אַ שמועס אויף ייִדיש מיט יצחק האָרן, אַן אַרגענטינער־געבוירענעם ישׂראלי, וועמענס זין יאיר און איתן זענען ביידע ערובֿניקעס אין עזה. אינעם שמועס, באַשרײַבט ער דעם אומבאַנעמלעכן מצבֿ וואָס עס לעבן איבער די קרובֿים פֿון די פֿאַרכאַפּטע שוין דרײַ חדשים, און דערמאָנט ווי אַזוי מען קען אונטערשטיצן די משפּחות פֿון דער ווײַטנס.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor