Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

רויזל פֿישלס — די ערשטע ייִדישע דיכטעריןRoyzl Fishls — the first Yiddish woman poet

די קראָקעווער פּאָעטעסע האָט אין 1586 אָנגעשריבן אויף אַלט־ייִדיש אַ הקדמה צו אַ ספֿר געגראַמטע תּהילים

מע הערט זעלטן וועגן ייִדישע פּאָעטעסעס פֿונעם 16טן יאָרהונדערט. אָבער אינעם יאָר 1586 האָט רויזל פֿישל, אַ קראָקעווער דרוקערין, אָנגעשריבן אַ פּאָעטישע הקדמה צו הרבֿ משה שטענדאַלס געגראַמטן תּהילים אויף עבֿרי־טײַטש (אַלט־ייִדיש), וועלכן זי האָט אַליין אָפּגעדרוקט.

ס׳איז מעגלעך, אַז אַן אַנדער פּאָעטעסע, רבֿקה טיקטינער, האָט געשריבן לידער נאָך פֿריִער. אין 1609 איז אין פּראָג אַרויס טיקטינערס מוסר־ספֿר „מינקת רבֿקה“. דאָס ליד פֿון רויזל פֿישלס, ב „מיט דער הילף גוטש ית“ (פֿון גאָט יתברך), איז אָבער דער ערשטער דאַטירטער בײַשפּיל פֿון פֿרויען־פּאָעזיע אויף ייִדיש.

ווי אַזוי איז אין יענע צײַטן געווען דער מצבֿ פֿון פּאָעטעסעס אויף אַנדערע שפּראַכן? די ערשטע ענגלישע דיכטערין איז געווען, מעגלעך, אַן עסקיו (1521 – 1546). זי איז געפּײַניקט געוואָרן און לעבעדיקערהייט פֿאַרברענט געוואָרן פֿאַר אירע פּראָטעסטאַנטישע איבערצײַגונגען נאָכן באַפֿעל פֿונעם אַכזריותדיקן קיניג הענרי דעם 8טן, וועלכער איז אַליין געווען אַ מין פּראָטעסטאַנט – דער גרינדער און דער ערשטער ראָש פֿון דער אַנגליקאַנער קירך.

עסקיו איז פֿאַראורטיילט געוואָרן צום טויט פֿאַר איר פֿעיִקייט צו רעדן וועגן רעליגיע „מיט פּשוטע ווערטער“,  וואָס דער ביסקופּ סטיווען גאַרדינער האָט באַשלאָסן איז אַ בײַשפּיל פֿון „טײַוולאָנישע שטיק“. זי איז אויך פֿאַרדאַמט געוואָרן פֿאַר פּערזענלעכע רעליגיעזע דעות. צווישן אירע אייניקע פֿאַרבליבענע ווערן קען מען לייענען הײַנט אַ טיף פֿרומע קריסטלעכע באַלאַדע, וועלכע עסקיו האָט, לויט דער פּאָפּולערער לעגענדע, אָנגעשריבן, זיצנדיק אין דער לאָנדאָנער טורמע.

אַן אַנדער ענגלישע דיכטערין, איזאַבעלאַ וויטני, האָט אין 1567 אָפּגעדרוקט אַ ביכעלע ליבע־לידער אויף 4 זײַטלעך. שפּעטער, פֿון 1573 ביז 1600, האָט זי אַרויסגעגעבן נאָך אַ ריי וועלטלעכע פּאָעטישע ווערק. באַקומט זיך, אַז די ערשטע פֿרויען־דיכטערינס האָבן זיך באַוויזן אויף ייִדיש און ענגליש בערך אין דער זעלבער צײַט. אָבער דווקא אויף ייִדיש האָט אַ פֿרוי געקאָנט אויסדרוקן אירע פֿרומע געפֿילן און דער עולם האָט זיך צו איר באַצויגן מיט דרך־ארץ.

אויף פּויליש און רוסיש זענען קיין פּאָעטעסעס אין יענער תּקופֿה נישט געווען באַקאַנט, אָבער אויף דײַטשיש – יאָ, און אַ סך פֿריִער. די ערשטע באַקאַנטע דײַטשישע דיכטערין האָט געהייסן אַוואַ (1060 – 1127). ס׳זעט אויס, אַז זי איז געווען אַ מאָנאַכין אָדער סתּם אַ שטאַרק פֿרומע קאַטוילישע פֿרוי. גאָר פּאָפּולער איז שפּעטער געווען די עסטרײַכער פּאָעטעסע אַרגולאַ פֿאָן גרומבאַך (1492 – 1554).

וואָס שייך רויזל פֿישלס, איז שווער גענוי צו באַשטעטיקן צי אינעם קראָקעווער ייִדיש פֿון יענע צײַטן האָט מען אַרויסגערעדט איר ערשטן נאָמען רויזל צי רייזל. איר טאַטע, הרבֿ יוסף־פֿישל הלוי איז געווען אַ דרוקער, און איר זיידע, הרבֿ יודא – אַ ראָש־ישיבֿה אין לודמיר. ווען איר פֿאָטער איז ניפֿטר געוואָרן אין 1586, האָט זי געירשנט זײַן דרוקערײַ; געוואַנדערט, לויט אירע ווערטער, איבער דער וועלט; געקראָגן אין האַנאָווער דעם כּתבֿ־יד פֿון הרבֿ משה שטענדאַלס געגראַמטן תּהילים, און באַשלאָסן אים אָפּצודרוקן. צוליב דעם האָט זי אָנגעשריבן איר ליד, וואָס הייבט זיך אָן אַזוי:

מיט דער הילף גוטש ית’ האב איך מיר אין מיין זין גינומן.
אונ’ מיט דער הילף פֿון גוט ית’ האף איך דר דורך צו קומן:
דז געטליך ספֿר תהילים אויף טייטש אין דער צייט לאשן ווייזן.
אין דער ווארטן דז אידר מן זול גוט ית’ לובן אונ’ פרייזן:

מיטן מאָדערנעם אויסלייג און טיילווײַז איבערגעזעצט אויפֿן הײַנטיקן ייִדיש:

מיט גאָט יתברכס הילף האָב איך דאָס אין מײַן זין גענומען,
און מיט דער הילף פֿון גאָט יתברך האָף איך דערמיט דורכצוקומען:
דעם געטלעכן ספֿר תּהילים אויף טײַטש אין דער צײַט לאָזן ווײַזן,
און דערוואַרטן, אַז יעדער מענטש זאָל גאָט יתברך לויבן און פּרײַזן (משבח זײַן).

הייסט עס, דריקט די מחברטע אויס די האָפֿענונג צו פֿאַרענדיקן איר אַרבעט און צו באַווײַזן דאָס בוך צו פּובליקירן, כּדי דער עולם זאָל עס לייענען אויפֿן פּשוטן טײַטש און לויבן דעם רבונו־של־עולם. דעם גענויעם נוסח פֿונעם ליד מיט אַלע ספּעציפֿישע פֿאַרצײַטיקע פּיטשעווקעס קענט איר געפֿינען אין דער אַלט־ייִדישער אַנטאָלאָגיע פֿון ד״ר דזשעראָלד פֿרייקס.

איך האָב לעצטנס איבערגעזעצט דאָס ווערק אויף רוסיש, שטרעבנדיקט נאָכצומאַכן איר פֿאַרצײַטישן פֿאָקסטימלעכן סטיל. איינער אַ לייענער, אַ פֿילאָלאָג, האָט מיר גלײַך געזאָגט, אַז מײַן איבערזעצונג קלינגט ווי אַזוי גערופֿענע רוסישע סילאַבישע לידער פֿונעם 16טן און 17טן יאָרהונדערט. האָב איך אַ זוך געגעבן אין דער אינטערנעץ און אויסגעפֿונען, אַז דער פּויליש־רוסישער קריסטלעכער מחבר סימעאָן פּאָלאָצקי, וועלכער האָט אין 1578 אַרויסגעגעבן אַ געגראַמטן תּהילים אויף רוסיש, קלינגט סטיליסטיש ממש ווי רויזל פֿישלס ליד און מײַן רוסישע ווערסיע דערפֿון. אַן אַנדער מעגלעכער קוואַל פֿון רויזלס אינספּיראַציע האָט געקאָנט זײַן די פּוילישע געגראַמטע תּהילים פֿון יאַן קאָכאַנאָווסקי, וואָס איז אויך אַרויס אין 1578.

צום באַדויערן, ווייסן מיר גאָר ווייניק וועגן רויזלס ביאָגראַפֿיע. ס׳איז קלאָר, אַז זי איז געווען אַ געבילדעטע פֿרוי, און דערצו אַ בראַווע; זי האָט נישט מורא געהאַט צו וואַנדערן אַליין, כּדי צו קריגן דעם וויכטיקן כּתבֿ־יד פֿאַר איר טיפּאָגראַפֿיע. דאָס מיינט, מסתּמא, אַז זי איז דעמאָלט נישט געווען אַ חתונה־געהאַטע. זי האָט געקענט לשון־קודש, דײַטש און פּויליש אָדער רוסיש (אפֿשר ביידע), הגם אין איר ליד טרעפֿט זיך אַ דיקדוק־גרײַז: „ניגן“ אַנשטאָט “ניגון”. דאָס קאָן אָבער זײַן אַ דרוקפֿעלער.

וואָס שייך הרבֿ שטענדאַלס טײַטש־תּהילים, האָט דער קעניגסבערגער דיכטער אַמבראָזיוס לאָבוואַסער אַרויסגעגעבן אַזאַ מין ווערק אויף דײַטשיש אין 1573. דער האַנאָווער רבֿ איז, מסתּמא, געווען באַקאַנט מיט לאָבוואַסערס בוך אָדער כאָטש עפּעס געהערט דערפֿון, נאָר אַליין האָט ער געשריבן, ווי רויזל פֿישלס באַמערקט גאַנץ ריכטיק, „אין ניגון פֿון שמואל־בוך“, דהײַנו אינעם סטיל פֿון באַקאַנטע אַלט־ייִדישע עפּישע פּאָעמעס און תּחינות.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version