Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

„אױטאָריטאַריש און אומקאָמפּעטענט“: באַשולדיקונגען קעגן דער דירעקטאָרשע פֿון וואַרשעס ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוטWarsaw’s Jewish Historical Institute publicly calls its director authoritarian and incompetent

אין דעם עקסקלוסיוון באַריכט באַשרײַבט פֿיליפּ שוואַרץ די אַטמאָספֿער פֿון פּחד וואָס באַהערשט איצט די אָנגעזעענע אינסטיטוציע.

 

אַ גרופּע אָנגעשטעלטע פֿונעם ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט (ייִהאָ) אין וואַרשע האָט לעצטנס געשיקט אַ בריוו דעם פּױלישן מיניסטער פֿאַר קולטור און נאַציאָנאַלער קולטור־ירושה, װאָס אין אים באַקלאָגן זײ זיך איבער זייער דירעקטאָרשע, מאָניקאַ קראַװטשיק.

„מיר װענדן זיך צו אײַך מיט דער הײסער בקשה צו ראַטעװען דעם ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט א״נ פֿון עמנואל רינגעלבלום (ייִהאָ), װאָס די דירעקטאָרשע מאָניקאַ קראַװטשיק פֿירט אָן מיט אים אױף אַן אױטאָריטאַרישן, אומקאָמפּעטענטן און שעדלעכן אופֿן“, שטייט אין דער הקדמה פֿונעם אַכט־זײַטיקן בריװ, דאַטירט דעם 24סטן יאַנואַר 2023.

דער װאַרשעװער ייִהאָ איז פֿון די װיכטיקסטע אַנשטאַלטן אױף דער װעלט װאָס פֿאָרשן די געשיכטע פֿון ייִדן אין פּױלן בכלל און דעם חורבן בפֿרט. די לעצטע צײַט לעבט אָבער דער אינסטיטוט איבער אַ קריזיס. די מחברים פֿון דער װענדונג צום קולטור־מיניסטער, באַרטלאָמײ סיענקעװיטש, באַשולדיקן אין דעם די ייִהאָ־דירעקציע.

סיענקעװיטש, אַ מיטגליד אין דער צענטריסטיש־ליבעראַלער פּאַרטײ „בירגערלעכע פּלאַטפֿאָרמע“, איז געװאָרן דער קולטור־מיניסטער ערשט מיט אַנדערהאַלבן חדשים צוריק. פֿאַר דעם האָט אַכט יאָר רעגירט די רעאַקציאָנערישע פּאַרטײ „געזעץ און גערעכטיקײט“ („פּיס“ לױטן פּױלישן ראָשי־תּיבֿות). דער פּיס האָט אָנגעפֿירט מיט אַ שטאַרק קאָנסערװאַטיװער, נאַציאָנאַליסטישער פּאָליטיק און געפּרוּװט צו פֿאַרכאַפּן די שליטה איבער ס׳רובֿ װיכטיקע אינסטיטוציעס אין פּױלן, אַרײַנגענומען די געריכטן, די עפֿנטלעכע טעלעװיזיע און אַ גרױסע צאָל קולטור־אַנשטאַלטן.

זינט דעצעמבער 2023, װען אַ נײַע רעגירונג האָט איבערגענומען די לײצעס, בלאָזט אַ פֿרישער װינט איבערן לאַנד. אױך אינעם װאַרשעװער ייִהאָ האָפֿט אַ טײל אָנגעשטעלטע איצט אױף אַן איבערבײַט.

די בריװשרײַבער פֿונעם ייִהאָ בלײַבן אַנאָנים, נאָר זײ טרעטן אַרױס „אין נאָמען סײַ פֿון איצטיקע, סײַ פֿון געװעזענע מיטאַרבעטער פֿונעם אינסטיטוט“. זינט מע האָט צוגעשטעלט די װענדונג, זײַנען אַרױס אין דער פּױלישער פּרעסע לכל־הפּחות דרײַ באַזונדערע באַריכטן װעגן דעם ענין אױפֿן סמך פֿון אינטערװיוען מיט עטלעכע פֿון די מיטאַרבעטער. אױך דער פֿאָרװערטס האָט איצט דורכגעפֿירט אַן אינטערװיו מיט אײנעם פֿון די בעלי־בקשה.

די גרופּע באַקלאָגט זיך אַז אינעם אינסטיטוט געװעלטיקט אַ שטימונג פֿון פּחד און שרעק. די מיטאַרבעטער מײַדן אױס די דירעקציע װאָס סטראַשעט זײ כּסדר אַז, טאָמער װאָס, קען מען זײ אַרױסװאַרפֿן פֿון דער אַרבעט. נאָך מער, במשך פֿון דער צײַט פֿון קראַװטשיקס אָנפֿירן מיטן ייִהאָ זײַנען טאַקע אַװעק פֿון אינסטיטוט העכער אַ דריטל פֿון די פֿריִערדיקע מיטאַרבעטער (26 פֿון אַן ערך 70). אַ טייל האָט מען אָפּגעזאָגט פֿון דער אַרבעט; אַ טייל האָבן ווײַטער פּשוט ניט געוואָלט בלײַבן דאָרט.

די פֿאַרקלענערונג פֿון פּערסאָנאַל איז גורם אַ פֿאַקטישן פּאַראַליז פֿון עטלעכע אָפּטײלן. ס׳פֿעלן עקספּערטן אינעם גענעאַלאָגיע־אָפּטײל — אַ װיכטיקער אַדרעס פֿאַר די אײניקלעך פֿון פּױלישע ייִדן. די ביבליאָטעק האָט אָנגעװאָרן איר דירעקטאָר און איז אָפֿן בלױז ביז 3 אַ זײגער נאָך מיטאָג, אָנשטאַט, ווי פֿריִער, ביז 7 אין אָװנט.

צום שטאַרקסטן לײַדט מסתּמא דער װיסנשאַפֿטלעכער אָפּטײל. װען מע האָט אָפּגעשאַפֿן דעם ספּעציעלן פּאַנדעמיע־רעגולאַמין, האָט די דירעקטאָרשע אָנגעהױבן פֿאָדערן פֿון אַלע מיטאַרבעטער, די פֿאָרשער בתוכם, זײ זאָלן דאָ זײַן אין אינסטיטוט־בנין אַכט שעה אַ טאָג. מע דאַרף אױסשרײַבן דעם צײַטפּלאַן פֿאַר די אַרבעטסטעג מיט אַ חודש אַפֿריִער. אױף אַזאַ אופֿן בעט מען רשות אױף צו אַרבעטן מחוצן אינסטיטוט, למשל, אין אַ ביבליאָטעק אָדער אַרכיװ. אױך דאָס אָנטײל־נעמען אין קאָנפֿערענצן מחוצן אינסטיטוט באַגרענעצט די דירעקציע שטאַרק.

קראַװטשיק באַרעכטיקט אַזאַ פֿירונג מיט „דעם כּלל פֿון גלײַכער באַהאַנדלונג און די רעגולאַציעס פֿונעם אַרבעטרעכט“. דער װיסנשאַפֿטלעכער אָפּטײל, הײסט עס, טאָר ניט באַקומען קײן ספּעציעלע פּריװילעגיעס. אַ פֿאָרשער דאַרף אָבער אָפֿט מאָל ספּאָנטאַן באַשליסן צו גײן אין אַן אַרכיװ אָדער אַ ביבליאָטעק. אַחוץ דעם לײגט זיך ניט אױפֿן שׂכל מע זאָל שלעפּן אין אינסטיטוט אַרײַן אַלע ביכער און אַרכיװ־מאַטעריאַלן װאָס מע דאַרף כּדי צו קענען שרײַבן.

דער אָנגעשטעלטער, װאָס מיר האָבן אינטערװיויִרט, דערצײלט אַז אַפֿילו מען אָרדנט אײַן אַ באַזוך אין אַרכיװ לאַנג אין פֿאָרױס, קומט אַ מאָל אױס אַז די דירעקטאָרשע האָט פּלוצלינג װיכטיקערע שליחותן פֿאַרן אָנגעשטעלטן און הייסט אים, למשל, דינען ווי אַ וואָרטזאָגער פֿאַרן אינסטיטוט אױף טעלעװיזיע אָדער אין ראַדיאָ.

מאָניקאַ קראַװטשיק איז געװאָרן די ייִהאָ־דירעקטאָרשע אױף אַ ניט־געװײנטלעכן אופֿן. בדרך־כּלל קלײַבט מען אױס פֿאַר דעם פּאָסטן עמעצן װאָס האָט גרױסע פֿאַרדינסטן אױפֿן תּחום פֿון פֿאָרשן די געשיכטע פֿון ייִדן. קראַװטשיק האָט אָבער בלױז אַ מאַגיסטער אין יוריספּרודענץ און זיך קײן מאָל ניט פֿאַרנומען מיט היסטאָרישער פֿאָרשונג.

אין אַלגעמײן אַרבעט די פּוילישע רעגירונג צוזאַמען מיטן ייִהאָ־פֿאַראײן בעת מע װײלט אױס אַ נײַעם דירעקטאָר. זינט 1994 איז דער ייִהאָ אַ מלוכישע אינסטיטוציע. נאָר פֿריִער האָט מיטן אינסטיטוט אָנגעפֿירט אַ פֿאַראײן װאָס עקזיסטירט װײַטער — אים געהערן נאָך אַלץ דער בנין און די זאַמלונגען. װען מע האָט אָנגעשטעלט אַ נײַעם דירעקטאָר אין דעצעמבער 2020, האָט אָבער דער פֿאַראײן קײן דעה ניט געהאַט. ער און דער ייִהאָ־פּראָגראַם־ראַט האָבן פֿאָרגעלײגט פּראָפֿ׳ אַנאַ לאַנדאַו־טשײַקאַ װי אַ קאַנדידאַטקע — נאָר דער קולטור־מיניסטער, פּיאָטר גלינסקי (פּיס), האָט אױסגעקליבן קראַװטשיקן. קריטיקער טענהן אַז דער מיניסטער האָט זי געהאַלטן פֿאַר גענוג לאָיאַל זי זאָל אױספֿירן די פּאַרטײיִשע געשיכטע־פּאָליטיק.

אױך אַנדערע שטעלעס האָט גלינסקי באַזעצט אױף אַזאַ אופֿן. אַזױנס איז, למשל, אױך פֿאָרגעקומען אינעם גדאַנסקער מוזײ פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה. מיט אַזעלכע מיטלען האָט די פּיס־רעגירונג זיך באַמיט צו פֿאַרזיכערן דעם מאָנאָפּאָל אױפֿן קאָלעקטיװן געדעכעניש און צו פֿאַרשפּרײטן זײער אופֿן צו דערצײלן די נאַציאָנאַלע געשיכטע. אַז די רײד גײט װעגן דעם חורבן, קאָרמענען זײ דעם עולם מיט האַלבע אמתן און גאַנצע ליגנס: מע טענהט, למשל, אַז דער קאַטױלישער פּאָליאַק האָט געליטן פּונקט אַזױ װי דער פּױלישער ייִד, און אַז אַ גרױסע צאָל פּאָליאַקן האָבן זיך אײַנגעשטעלט מיטן לעבן כּדי אַרױסצוראַטעװען ייִדן פֿון די דײַטשישע הענט.

באַלד װי קראַװטשיק האָט פֿאַרנומען דעם דירעקטאָר־פּאָסטן, האָט זי באַשטימט נײַע מיטגלידער פֿונעם פּראָגראַם־ראַט און פֿונאַנדערגעלאָזט דעם זשורי־קאָמיטעט װאָס האָט געזאָלט צוטײלן די הירשאָװיטש־פּרעמיע פֿאַר ייִדישער געשיכטע. דאָס זײַנען נאָר געװען די ערשטע סימנים פֿון אַן איבערבײַט. בײַם אָנהײב פֿון איר דירעקטאָרשאַפֿט האָט קראַװטשיק געדאַרפֿט צושטעלן דער רעגירונג אַ פּינקטלעכן פּלאַן פֿאַר די יאָרן 2021–2024. אַ קאָפּיע פֿונעם פּלאַן געפֿינט זיך איצט אין די הענט פֿונעם פֿאָרװערטס.

איבערלײענענדיק דעם דאָזיקן פּלאַן, דערשמעקט מען שױן פֿאַר װאָס ס׳זײַנען דאָ חילוקי־דעותן צװישן דער דירעקטאָרשע און די אָנגעשטעלטע. סײַ דאָרט, סײַ אין אירע עפֿנטלעכע אַרױסזאָגונגען לײגט קראַװטשיק דעם טראָפּ אױפֿן פֿאַקט װאָס זינט 2008 איז דער אינסטיטוט אַ „קולטור־אינסטיטוציע“. פֿון איר פּלאַן דרינגען מיר אַז זי האַלט די פּאָפּולאַריזאַציע פֿון װיסן, פּרסום און טוריזם פֿאַר די הױפּט־אױפֿגאַבעס פֿון ייִהאָ. די מיטאַרבעטער װידער באַטאָנען, אַז דער ייִהאָ איז נאָך אַלץ אױך אַ פֿאָרש־אַנשטאַלט און טאַקע די אײן און אײנציקע ייִדישע װיסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוציע אין צענטראַל־ און מיזרח־אײראָפּע.

אין קראַװטשיקס פּלאַן זעען זיך בולט אַרױס שפּורן פֿון דער געשיכטע־פּאָליטיק נוסח פּיס. זי האָט געװאָלט אײַנאָרדענען אַזש 18 אױסשטעלונגען, צװישן זײ: „מסירות־נפֿש: פּאָרטרעטן פֿון חסידי־אומות־העולם“; „גרױס־ישׂראל: זשאַבאָטינסקיס װיזיע“; „פֿאַראַן מער װאָס פֿאַרבינדט אונדז אײדער װאָס צעשײדט אונדז: דער פּױלישער קאַמף פֿאַר דער ייִדישער ירושה“; „די ישיבֿה: װי אַזױ מע שלײַפֿט די מחשבֿה“; „ייִדן פֿאַרשיקטע אין סיביר“ (אַן אױסשטעלונג װעגן ייִדן פּױלישע פּאַטריאָטן); „האָניק פֿונעם פֿעלדז: די גמרא אין פּױלן, 1559–1886“. אַזעלכע טעמעס װי די פּױלישע חסידי־אומות־העולם און רעװיזיאָניסטישער ציוניזם שפּיגלען אָפּ אַ רעכטע פּאָליטישע אָריענטירונג. די דערמאָנטע אױסשטעלונגען שטעלן אַחוץ דעם אױבן אָן דעם פּױלישן פּאַטריאָטיזם און ייִדישע רעליגיע.

פֿון דער אַמביציעזער אױסשטעלונג־פּראָגראַם איז מקוים געװאָרן נאָר אַ קלײנער טײל, און לאַװ־דװקא דער דערמאָנטער. אין די לעצטע װאָכן שטרײַכט די דירעקטאָרשע אונטער װיפֿל דער ייִהאָ האָט פֿאָרט אױפֿגעטאָן פֿאַר די יאָרן פֿון איר אָנפֿירן. נאָר אין פֿאַרגלײַך מיטן לכתּחילהדיקן פּלאַן האָט מען ניט רעאַליזירט קײן סך. טשיקאַװע איז, אַגבֿ, װאָס אין די לעצטע קאָמוניקאַטן דערמאָנט מען די צאָל פֿון 45,000 באַזוכער אין 2023. על־פּי נס איז דאָס פּונקט די צאָל װאָס קראַװטשיק דערמאָנט װי אַ ציל אינעם פּלאַן פֿון 2020.

נאָך אַן אינטערעסאַנטער פּרט איז די קאָאָפּעראַציע מיט אַנדערע אינסטיטוציעס. די ישיבֿה־אױסשטעלונג האָט קראַװטשיק געװאָלט צונױפֿשטעלן בשותּפֿות מיט דער װײַסרוסישער מלוכה, אַ ברוטאַלער דיקטאַטור; די זשאַבאָטינסקי־אױסשטעלונג — מיטן אַריאלער אוניװערסיטעט װאָס אין די באַזעצטע שטחים, אין סאַמע צענטער שומרון. אַחוץ דעם האָט זי פּלאַנירט צו קאָאָפּערירן מיט חב״ד אױף עטלעכע פּראָיעקטן װאָס האָבן אַ שײַכות צו רעליגיע.

פֿאַקטיש האָט דער ייִהאָ לעצטנס געמאַכט אַ שותּפֿות דערעיקרשט מיט אַזעכלע אינסטיטוציעס װי דער אינסטיטוט פֿון נאַציאָנאַלן אָנדענק און דער קאָנטראָװערסיעלער פּילעצקי־אינסטיטוט. די זשורנאַליסטקע קאַטאַזשינאַ מאַרקוש האָט געשריבן אַז זי האַלט עס פֿאַר אַ חרפּה און אַ בושה װאָס דער ייִהאָ א״נ פֿון עמנואל רינגעלבלום אַרבעט צוזאַמען מיט אַזױנע אינסטיטוטן װאָס פֿאַרקרימען די געשיכטע פֿונעם חורבן. רינגעלבלום האָט אָנגעפֿירט מיטן װאַרשעװער געטאָ־אַרכיװ. די דײַטשן האָבן אים דערהרגעט אין 1944, װען זײ האָבן געפֿונען דעם בונקער, װוּ ער האָט זיך באַהאַלטן אין אײנעם מיט װײַב און קינד און נאָך אַ 30 ייִדן. דער פּילעצקי־אינסטיטוט האָט, למשל, אױפֿגעשטעלט אַ דענקמאָל אין טרעבלינקע לכּבֿוד אַן אײַזנבאַן־אַרבעטער װאָס זאָל האָבן דערלאַנגט װאַסער די אָנקומענדיקע ייִדן. מיטן אָנדענק נאָך די אַן ערך 900,000 ייִדן, אומגעקומענע אין טרעבלינקע, פֿאַרנעמט זיך דער פּילעצקי־אינסטיטוט ניט.

אין דער זעלבער צײַט האָט געליטן דער קאָנטאַקט מיט אַנדערע, למשל מיטן װאַרשעװער מוזײ פֿאַר דער געשיכטע פֿון פּױלישע ייִדן א״נ „פּולין“ און מיטן ניו־יאָרקער ייִװאָ. די לעצטע דרײַסיק יאָר האָבן דער ייִװאָ און דער ייִהאָ בשותּפֿות צוגעטײלט די פּרעמיע פֿאַר היסטאָריקער א״נ פֿון י. קאַרסקי און פּ. נירענסקאַ, אָבער פֿאַר אַ יאָרן האָט זיך דער ייִװאָ אָפּגעזאָגט פֿון דער װײַטערדיקער צוזאַמענאַרבעט.

דער ייִהאָ גיט אױך אַרױס װיסנשאַפֿטלעכע ליטעראַטור אין אַן אײגענעם פֿאַרלאַג. די איצטיקע דירעקטאָרשע ניצט אָבער טײל מאָל אױס איר מאַכט אױף צו פֿאַרהאַלטן אַ בוך װאָס איז שױן גרײט צום דרוק. אַ באַנד װעגן ייִדן און פּאָליאַקן בעת דער מלחמה, רעדאַקטירט פֿון אַנאַ לאַנדאַו־טשײַקאַ, האָט מען, למשל, אָפּגעלײגט אָן אַ זײַט.

אַחוץ דעם שרײַבט קראַװטשיק אָן הקדמות צו די ביכער װאָס דער פֿאַרלאַג גיט אַרױס. לױט איר אַלײן גײען אירע הקדמות אַדורך דעם פּראָצעס פֿון פּראָפֿעסיאָנעלער רעצענזיע — פּונקט װי דאָס בוך גופֿא. אונדזער אינפֿאָרמאַנט טענהט אַז פֿאַרקערט, זי שרײַבט אָן די הקדמות אױף דער לעצטער מינוט, און דער פֿאַרלאַג דאַרף זײ אױסבעסערן כּדי ניט צו פֿאַרשעמען די דירעקטאָרשע.

אינעם אינטערװיו מיטן פֿאָרװערטס האָט אַ מיטאַרבעטער דערצײלט אַז ס׳טרעפֿט אַפֿילו אַז זי פֿאָדערט „אױסבעסערונגען“. נאָר צום גליק דערלאָזט דער פֿאַרלאַג דאָס ניט און נעמט זיך דעמאָלט אָן פֿאַר די מחברים. אױך בײַם פֿאַרלאַג זעט זיך הײַנט אַרױס אַ נטיה צו פּובליקירן ביכער װעגן רעליגיע װאָס זײַנען ניט עלול אַרױסצורופֿן קײן קאָנטראָװערסיעס װי ליטעראַטור װעגן חורבן — למשל, אַ פּױלישע איבערזעצונג פֿונעם קיצור שולחן ערוך.

בנוגע דער װיסנשאַפֿט, איז דער װיכטיקסטער פּראָיעקט פֿון קראַװטשיקס קאַדענץ דאָס צונױפֿשטעלן אַ זעקס־בענדיקן סינטעז װעגן דער געשיכטע פֿון ייִדן אין פּױלן. אַנדערע לאַנג‏־טערמיניקע פֿאָרש־פּראָיעקטן האָט די דירעקציע איבערגעריסן. צװײ ייִהאָ־פֿאָרשער, מיט װעלכע מיר האָבן זיך דורכגעשריבן, האָט קראַװטשיק געלאָזט װיסן אַז זײערע פּראָיעקטן קלינגען איר „שרעקלעך נודנע“.

װאָס שײך דעם פּראָיעקט פֿון אַ היסטאָרישן סינטעז, איז ניטאָ קײן רעדאַקציע־ראַט װאָס װאָלט געקענט אײַנאָרדענען אַן אמתן סינטעז — ניט בלױז אַ זאַמלונג אַרטיקלען אױף פֿאַרשײדענע טעמעס. געװיסע מומחים װאָס אַרבעטן אין ייִהאָ גופֿא האָט מען בכלל ניט פֿאַרבעטן זיך צו באַטײליקן. אַנשטאָט דעם האָט מען ליבערשט צוגענומען דרױסנדיקע כּוחות.

פּראָפֿ׳ יאָלאַנטאַ זשינדול, אַ פֿריִערדיקע מיטאַרבעטערין בײַם ייִהאָ, האָט באַמערקט אַז אין דער אָנגעשפּאַנטער אַטמאָספֿער, אָן אַ רעדקאָלעגיע און מיט דער פֿליכט אָצוזאָגן אַפֿריִער װען מע גײט אין ביבליאָטעק, איז איר ניט געװען מעגלעך װײַטער אָנצוגײן מיט דער אַרבעט פֿון אַרױסגעבן אײנעם פֿון די זעקס בענד. דער באַנד װעגן דער צװישן־מלחמהדיקער תּקופֿה איז זיך פֿאַקטיש פֿונאַנדערגעפֿאַלן. דער אײנציקער פֿון די פּלאַנירטע בענד װאָס װעט אַרױס בקרובֿ איז יענער װעגן די נאָך־מלחמהדיקע יאָרן. זשינדול דערמאָנט אױך אַז פֿאָרשער פֿון קראָקעװער און װאַרשעװער אוניװערסיטעטן האָבן זיך אָפּגעטרײסלט פֿונעם פּראָיעקט.

נאָך מער: פֿאַראַכטטאָגן איז אַרױסגעטראָטן אַ גרעסערע גרופּע חורבן־פֿאָרשער מיט אַן אָפֿענעם בריװ װאָס דריקט אױס אונטערשטיצונג פֿאַר די ייִהאָ־מיטאַרבעטער אין זײער קאַמף לטובֿת דער אַקאַדעמישער פֿרײַהײט. דעם בריװ האָבן אונטערגעחתמעט פֿירנדיקע פֿאָרשער פֿון פֿאַרשײדענע פּױלישע אוניװערסיטעטן, פֿון דער פּױלישער װיסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע, נאָר אױך קאָלעגעס פֿון פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, קאַנאַדע און די פֿאַראײניקטע שטאַטן, צװישן זײ פּראָפֿ׳ נאַטאַליאַ אַלעקסיון (אוניװערסיטעט פֿון פֿלאָרידע) און פּראָפֿ׳ ברײַנדל קירשענבלאַט־גימבלעט (ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט).

לױט דער דירעקציע זײַנען אָבער נאָך אַלץ דאָ גענוג שותּפֿים װאָס אַרבעטן יאָ צוזאַמען מיטן ייִהאָ. װאָס שײך אינעװײניקסטער קריטיק, טענהט קראַװטשיק װידער, אַז קײנער האָט זיך ניט באַקלאָגט. אַז די צװײ פּראָפֿפֿאַראײנען װאָס בײַם ייִהאָ, אַרבעטן פֿאַקטיש מער ניט, און ניטאָ קײן אָמבודסמאַן װאָס װאָלט געקענט אױסהערן די מיטאַרבעטערס טענות, קען מען שטעלן די פֿראַגע, װי אַזױ מע קען זיך באַקלאָגן, אַז מע האָט מורא צו פֿאַרלירן די שטעלע.

פֿון דעסטװעגן האָט מען זיך טאַקע געװאָנדן צו דער דירעקטאָרשע מיט פּראָטעסטבריװ. אין נאָװעמבער 2021 האָט די דירעקציע אָפּגעזאָגט פֿון דער אַרבעט אַן עלטערן אָנגעשטעלטן װאָס האָט געאַרבעט אין דער ייִהאָ־פֿאַרװאַלטונג העכער 25 יאָר און, לױט זײַנע קאָלעגעס, געהאַט „גאָלדענע הענט“. דעמאָלט האָבן די מיטאַרבעטער געשריבן דער דירעקציע בעטנדיק זי, אים צוריקצונעמען צו דער אַרבעט. אונטער דעם בריװ האָבן זיך אונטערגעחתמעט אַן ערך 80 פּראָצענט פֿון פּערסאָנאַל. נאָר װאָס? אין קול ואין עונה. אױך אױף אַנדערע בריװ ענטפֿערט די דירעקטאָרשע אָפֿט ניט, דערצײלן די מיטאַרבעטער.

לױט אונדזער אינפֿאָרמאַנט, איז געקומען אַ מאָמענט פֿון איבערבראָך אין זומער 2023, װען מע האָט באַזײַטיקט דעם ביבליאָטעק־דירעקטאָר אַנדזשײ קאַמינסקי, אַ הויך געשאַצטן ספּעציאַליסט װאָס האָט פֿאַרזאָרגט די ייִהאָ־פֿאָרשער מיט דער אַקטועלער ליטעראַטור מאַרבע־כּנפֿות־הארץ. מע האָט װידער אָנגעשריבן אַ בריװ, כּדי אױסצודריקן אונטערשטיצונג פֿאַרן פֿריִערדיקן ביבליאָטעקאַר, נאָר צום סוף דעם בריוו ניט אָפּגעשיקט. דאָס מאָל האָט די דירעקטאָרשע זיך יאָ געטראָפֿן מיט די מיטאַרבעטער װאָס האָבן זיך באַקלאָגט, נאָר בלױז כּדי זײ אָנצושרעקן מיט סטראַשונקעס אַז טאָמער שרײַבט מען װידער אַ מאָל אַזױנע בריװ, װעט דאָס האָבן אַ שלעכטן סוף.

די דירעקציע אַלײן האָט איבערגעגעבן אין אַ בריװ אַז מע האָט באַפֿרײַט קאַמינסקין מיט „גינציקע תּנאָים“ — געלאָזט װיסן דרײַ חדשים אין פֿאָרױס און אים „דערלױבט“ ניט צו אַרבעטן בעת די דרײַ חדשים. די מיטאַרבעטער פֿון אינסטיטוט װידער דערצײלן אַן אַנדער װערסיע: אין משך פֿון 15 מינוט האָט מען בײַ אים צוגענומען אַלע שליסל װי אױך דעם צוגאַנג צום קאָמפּיוטער און פּאָסטקעסטל. כאָטש די דירעקטאָרשע האָט שױן פֿריִער אַרױסגעװיזן אומװילן אַקעגן קאַמינסקין, איז דער אָפּזאָג געקומען אין גאַנצן אומגעריכט.

פּונקט אַזױ פּלוצלינג האָט מען אױך אָפּגעזאָגט דער פֿאָרשערין ד״ר העלענאַ דאַטנער. װאָס אַן אמת, די דירעקציע האָט איבערגעגעבן אַז דאַטנער איז נאָך אַלץ אַ מיטגליד אין דער רעדקאָלעגיע פֿונעם ייִהאָ־קװאַרטלניק פֿאַר ייִדישער געשיכטע. נאָר קײן אָנגעשטעלטע איז זי מער ניט.

דאַטנער איז אַ כּלל־טוערין און אַ באַקאַנטע אינטעליגענטקע װאָס האָט אַ טבֿע צו רעדן מיט באַקצײנער. מיט איר היסטאָרישער און סאָציאָלאָגישער פֿאָרשונג איז זי טײלװײַז ממשיך די אַרבעט פֿון איר טאַטן, שמעון דאַטנער ע״ה. אױך ער האָט געאַרבעט בײַם ייִהאָ — פֿון סאַמע אָנהײב אָן, געװען צװישן די ערשטע חורבן־פֿאָרשער און סוף 1960ער יאָרן אָנגעפֿירט מיטן אינסטיטוט.

אין פֿרילינג 2021 האָט העלענאַ דאַטנער װידער זיך באַטײליקט אין װיכּוחים אַרום דעם חורבן. אָנהײב 2021 האָט אַ פּױליש געריכט געמישפּט די חורבן־פֿאָרשער יאַן גראַבאָװסקי (קאַנאַדע) און באַרבאַראַ ענגעלקינג (פּױלן). שפּעטער האָט מען אַנולירט דעם פּסק, נאָר ניט לאַנג נאָכן ערשטן אורטײל האָט די אײראָפּעיִשע אינפֿראַסטרוקטור פֿאַר חורבן־פֿאָרשונג רעאַגירט אױף דעם מיט אַ דעקלאַראַציע פֿאַר אַקאַדעמישער פֿרײַהײט. דערױף האָט קראַװטשיק זיך אָפּגערופֿן מיט אַ מעלדונג אַז זי איז די נײַע דירעקטאָרשע פֿון ייִהאָ און אױף להבא װעט מען זיך דאַרפֿן אַן עצה האַלטן מיט איר אין פֿאָרױס, בפֿרט נאָך אַז אין דעם פֿאַל איז זי ניט מסכּים אַז מע האָט עובֿר געװען אױף דער פֿרײַהײט פֿון פֿאָרשונג.

„פֿאַרקערט, דער ייִהאָ האַלט דעם נעכטיקן אורטײל פֿאַר גוט אױסגעמאָסטן און אָפּגעװױגן“ — האָט קראַווטשיק געזאָגט — װײַל מע האָט אױך אין אַכט גענומען „די פּערזענלעכע װערדע פֿונעם ניפֿטר“, ד״ה פֿון אַ פּאָליאַק װאָס האָט לױט די פֿאָרשער געמאַכט יד־אַחת מיט די דײַטשישע אָקופּאַנטן.

קאַרעל בערקהאָף, אײנער פֿון די דירעקטאָרן פֿון דער אײראָפּעיִשער אינפֿראַסטרוקטור פֿאַר חורבן־פֿאָרשונג, זאָגט אַז, ניט געקוקט אױף דעם, איז דער ייִהאָ פֿאַר זײ אַ װיכטיקער שותּף.

ניט לאַנג נאָך דעם איז אַרױס אַן אינטערװיו מיט דאַטנער װאָס אין אים האָט זי אונטערגעשטראָכן אַז ס׳רובֿ פּאָליאַקן האָבן מסכּים געװען מיט די אָקופּירנדיקע דײַטשן, אַז מע דאַרף פּטור װערן פֿון די ייִדן, און טאַקע אונטערגעהאָלפֿן אױסהרגענען די לעצטע ייִדן װאָס האָבן זיך געפּרוּװט אױסצובאַהאַלטן צװישן ניט־ייִדן. אין אַ זאַץ װאָס די צײַטונג האָט לסוף ניט אָפּגעדרוקט האָט דאַטנער געטענהט אַז דער גאַנצער מלוכישער אַפּאַראַט האָט זיך אױפֿגעשטעלט אַקעגן גראַבאָװסקי און ענגעלקינג װאָס האָבן בלױז קאָנסטאַטירט די פֿאַקטן.

נאָך אָט דעם אינטערװיו האָט קראַװטשיק פֿאַרבעטן דאַטנערן צו זיך, כּדי זי צו מוסרן למאַי זי זאָגט זיך אַרױס עפֿנטלעך, „אין נאָמען פֿון אינסטיטוט“, אָן דער דירעקציעס הסכּם. אױף װײַטער האָט די דירעקטאָרשע געהײסן צו בעטן איר דערלױבעניש אין פֿאָרױס.

אין אַ יאָר צװײ אַרום האָט זיך דער דירעקציע אַ פּנים פֿאַרװאָלט פֿאַרייִנגערן דעם פּערסאָנאַל. אין מיטן אַ העלן מיטװאָך האָט קראַװטשיקס נײַער װיצע־דירעקטאָר, דאַריוש ליפּאָװסקי, פֿאַרטשעפּעט דאַטנערן אין קאָרידאָר און זי געבעטן צו זיך אין צימער, כּדי איר אומגעריכטערהײט פֿאָרצולײגן אַז זי זאָל שױן אַרױס אױף פּענסיע. פּריטשמעליעט און פֿאַרדראָסן איבער דער דירעקציעס פֿירונג האָט דאַטנער אײַנגעשטימט. אױף אַזאַ אומײדעלן אופֿן האָט מען זיך באַפֿרײַט פֿון דער סאָציאָלאָגין און היסטאָריקערין װאָס האָט אָפּגעאַרבעט בײַם ייִהאָ אַ קײַמא־לן פֿון פֿערציק יאָר און פֿאָרגעשטעלט מיט זיך אַ סימבאָל פֿון המשך.

דאַטנער האָט אונדז געשריבן אַז, זעענדיק דעם אומדרך־ארץ צו די ייִהאָ־אָנגעשטעלטע, דאָס גרינגשעצן זײערע פֿעיִקײטן און די שרעקלעכע אַטמאָספֿער אין אינסטיטוט, האָט זי קײן חרטה ניט איבערן אַרױסגײן אױף פּענסיע.

אין דער זעלבער צײַט װען מע האָט באַפֿרײַט פֿון דער אַרבעט לאַנגיאָריקע מיטאַרבעטער, האָט מען אָנגעשטעלט מענטשן אָן קײן שײכדיקע קװאַליפֿיקאַציעס — צװישן זײ דער דירעקטאָרשעס שטעל־פֿאַרטרעטער, ליפּאָװסקי. װאָס פֿאַר אַ מבֿין ער איז, פֿאַרשטײען מיר פֿון דעם װאָס ער האָט אַ מאָל געבעטן מע זאָל אים אין קאָנטאַקט שטעלן מיט מאיר באַלאַבאַן, דעם באַרימטן היסטאָריקער פֿון פּױלישן ייִדנטום װאָס איז אומגעקומען אין װאַרשעװער געטאָ. װען די אָנגעשטעלטע האָבן געפֿרעגט ליפּאָװסקין פֿאַר װאָס ער פֿאָדערט זײ זאָלן זײַן אין אינסטיטוט אַכט שעה אַ טאָג, האָט ער זײ געענטפֿערט: „װער זשע װעט אײַך קענען, אַז איך װעל אײַך ניט קענען?“ גערעדט האָט ער דאָס צו פֿאָרשער װאָס האָבן אַ שם אין דער אַקאַדעמישער װעלט.

צװישן אַנדערע האָט מען אױך אָנגעשטעלט ד״ר לוקאַש יאַסינאַ װי דעם װיצע־דירעקטאָר פֿון װיסנשאַפֿטלעכן אָפּטײל. מיט יאָרן צוריק האָט יאַסינאַ זיך טאַקע פֿאַרנומען מיט פֿאָרשן די ייִדישע קולטור־געשיכטע, נאָר די לעצטע פּאָר יאָר האָט ער געאַרבעט פֿאַרן אױסלאַנד־מיניסטער אין דער פּיס־רעגירונג.

קראַװטשיקס קריטיקער טענהן אַז זי שיקאַנירט דװקא אַזעלכע מיטאַרבעטער װאָס האָבן יאָ אַ בכּבֿודיקן סטאַזש און גרױסע קענטענישן. אַ פֿאָרשערין פֿון אַלטע דרוקן, מאַזשענאַ זאַװאַנאָװסקאַ, האָט מען, למשל, געהײסן קאַטאַלאָגירן ביכער. שפּעטער איז זי אױך אַרױס פֿון אינסטיטוט. מיר האָבן גערעדט מיט אַ ייִהאָ־מיטאַרבעטער װאָס האָט געדאַרפֿט פֿאַרצײכענען און באַשרײַבן הונדערטער אַרכיװאַלישע אײנסן װאָס מע האָט דיגיטאַליזירט — אַן אַרבעט װאָס מע דאַרף ניט קײן דאָקטאָראַט דערױף. אַנדערע אָנגעשטעלטע צװינגט מען צו פּטרן צײַט אױף אָנצושרײַבן אַרטיקלען פֿאַרן אינטערנעט־זײַטל פֿון אינסטיטוט לױט דער דירעקטאָרשעס באַשטעלונג.

אײנע אַ ייִהאָ־מיטאַרבעטערין האָט, למשל, געזאָלט אָנשרײַבן אַן אַרטיקל װעגן דער פּױלישער משפּחה אולמאַ, װען דער פּױפּס האָט דערקלערט די משפּחה פֿאַר הײליק אין 2022. די היסטאָריקערין האָט געענטפֿערט אַז, אױב אַזױ, װעט זי אױך דערמאָנען די סיבה פֿון זײער אומקום — אַז אַנדערע פּאָליאַקן האָבן זײ אַרױסגעגעבן װי ייִדן־ראַטירערס. צום סוף האָט מען געהײסן אָנשרײַבן אַן אַרטיקל װעגן אַן אַנדער חסיד־אומות־העולם, דעם פּאָליציאַנט בראָניסלאַװ מאַרכלעװיטש.

ניט געקוקט אױף דעם אַלעמען האָט דער ייִהאָ אױך אין די סאַמע לעצטע יאָרן אײַנגעאָרדנט װיכטיקע קאָנפֿערענצן און אױסשטעלונגען און פּובליקירט נײַע פֿאָרשאַרבעטן װאָס האָבן זוכה געװען צו אױסצײכענונגען. אָבער, װי אונדזער אינפֿאָרמאַנט װײַזט אָן, זײַנען שױן איצט עטלעכע אָפּטײלן פּאַראַליזירט. נאָך אַלעמען איז דער אינסטיטוט בבֿחינת אַ מענטשלעכן קאָלעקטיװ, און װי אַזעלכער קען ער זיך חלילה צעפֿאַלן ביזן סוף פֿון קראַװטשיקס קאַדענץ (סוף 2024).

אַ מיטאַרבעטער פֿון מיניסטעריום האָט געלאָזט װיסן אַז מע האָט באַקומען דעם בריװ פֿון די ייִהאָ־אָנגעשטעלטע און „באַציט זיך צום ענין זײער ערנסט“. אױף אַן אָפֿיציעלן ענטפֿער װאַרט מען נאָך. אָבער מאָנטיק, דעם 12טן פֿעברואַר, האָט מען שױן אַרױסגערופֿן די דירעקטאָרשע אין מיניסטעריום אַרײַן.

אױף צו מאָרגן, דעם 13טן, האָט זי צונױפֿגערופֿן אַ זיצונג פֿונעם פּראָגראַם־ראַט און דערנאָך די ערשטע פֿולע פּערסאָנאַל־פֿאַרזאַמלונג פֿון איר קאַדענץ װי אַ דירעקטאָרשע. דער פּראָגראַם־ראַט האָט אַרױסגעלאָזט אַ רעזאָלוציע אַז מע דאַרף אױסבעסערן דעם שטײגער אַרבעטן, כאָטש זיי האָבן ניט אָנגעגעבן קײן סיבות צו קריטיקירן די דירעקציע. װאָס שײך דעם ענין „מאָבינג“, דאָס רודפֿן און סטראַשען די אָנגעשטעלטע, פֿאָדערט דער פּראָגראַם־ראַט אַז די דירעקציע דאַרף, אין אײנעם מיט די אָנגעשטעלטע, אַרבעטן איבער שײכדיקע באַװאָרן־מיטלען. די רעזאָלוציע דערמאָנט צום סוף אַז די דירעקטאָרשע האָט פֿאָרגעלײגט דעם מיניסטעריום דורכצופֿירן אַ קאָנטראָל אױף אָפּצושאַצן װי ס׳אַרבעט דער ייִהאָ.

אױך דער ייִהאָ־פֿאַראײן האַלט אין דורכפֿירן אַ רעװיזיע כּדי צו קאָנטראָלירן צי דער אינסטיטוט פֿאַרנעמט זיך מיט די זאַמלונגען װי געהעריק. אין איר אָפּרוף אױף דעם פֿאַראײנס מעלדונג װעגן דער רעװיזיע האָט קראַװטשיק צוערשט אונטערגעשטראָכן אַז דער ייִהאָ איז אַ מלוכישע אינסטיטוציע, ד״ה ער דאַרף זיך ניט רעכענען מיטן פֿאַראײנס דעה. נאָר די לעצטע װאָך האָט דער פּראָגראַם־ראַט געפֿאָדערט אַז דער פֿאַראײן זאָל זיך אין צוקונפֿט באַטײליקן אינעם ראַט. אױך אינעם אינטערנאַציאָנאַלן אונטערשטיצונג־בריװ רופֿט מען אױף צו נעמען אין חשבון די מײנונג פֿונעם פֿאַראײן.

די פּערסאָנאַל־פֿאַרזאַמלונג פֿאַראַכטטאָגן דינסטיק האָט געדױערט ניט מער װי אַ האַלבע שעה. בעת דער טרעפֿונג האָט קראַװטשיק באַמערקט אַז אַלע טענות און פֿאָרװאָרפֿן װאָס אין דער װענדונג צום מיניסטער זײַנען פֿאַראַיאָריקע, שױן ניט אַקטועלע. פֿון אונדזער אינפֿאָרמאַנט הערן מיר אַז אױך הײַיאָר האָבן זיך ניט געביטן די אַרבעט־באַדינגונגען. אַזױ צי אַזױ, האָט די דירעקציע, קענטיק, ניט געהאַלטן פֿאַר נײטיק זיך איבערצובעטן מיט די מיטאַרבעטער.

צו די קאָנקרעטע באַשולדיקונגען האָט קראַװטשיק זיך ניט באַצױגן. פֿונעם אָנשטעלן אַ ממונה אױף צו באַקעמפֿן דאָס רודפֿן מיטאַרבעטער האַלט זי ניט. לױט איר מײנונג זײַנען ס׳רובֿ אָנגעשטעלטע סײַ װי צופֿרידן, מערניט אַ קלײן גרופּקעלע טשעפּעט זיך צו צו איר.

יענער „גרופּקעלעס“ אַקטיװיטעט האָט דערפֿירט צו אַ רעװיזיע דורכן מיניסטעריום, און צוליב דעם װעלן איצט אַלע דאַרפֿן אַרבעטן מערער — האָט די דירעקטאָרשע אָנגעזאָגט די אָנגעשטעלטע. בעת דער רעװיזיע — האָט זי געוואָרנט — װעט מען שטרענג קאָנטראָלירן אַלעמען. יעדער איינער װעט דאַרפֿן אָפּגעבן אַ חשבון צי מע האָט געטאָן די אַרבעט װי געהעריק. מיט אַזעלכע דראָונגען האָט קראַװטשיק זיך באַמיט אַרױסצורופֿן אַנטיפּאַטיע אַקעגן די מיטאַרבעטער בײַם װיסנשאַפֿטלעכן אָפּטײל, באַמערקט אונדזער אינפֿאָרמאַנט — לױטן כּלל „צעטײלן און געװעלטיקן“. די דירעקטאָרשע האָט זיך אָפֿן מודה געװען אַז זי האַלט פֿאַר נאָרמאַל מע זאָל אָנפֿירן אױף אַן אױטאָקראַטישן שטײגער, טענהנדיק אַז „יעדן באַלעבאָס קען מען אױסװאַרפֿן אַז ער פֿירט זיך װי אַן אַלײן־הערשער“.

בעת דער זיצונג האָט קראַװטשיק דערמאָנט אַז אַן אָפּטײל־דירעקטאָר מעג אָפּזאָגן זײַן שטעל־פֿאַרטרעטער, טאָמער בעטן זײַנע אונטער־געאָרדנטע ער זאָל דאָס טאָן. אין דעם מאָמענט האָבן זיך אַלעמענס אױגן געװאָנדן צום דירעקטאָר פֿון װיסנשאַפֿטלעכן אָפּטײל, װי ס׳גיט אונדז איבער אונדזער אינפֿאָרמאַנט. באַלד נאָך דער פֿאַרזאַמלונג האָבן די מיטאַרבעטער פֿון װיסנשאַפֿטלעכן אָפּטײל געבעטן זײער דירעקטאָר, צו באַזײַטיקן לוקאַש יאַסינאַן.

די מחברים פֿון דער װענדונג צום קולטור־מיניסטער האָפֿן נאָך אַלץ אַז מע װעט אױך באַזײַטיקן די דירעקטאָרשע. אין אַן אמתדיקן קאָנקורס װאָלט מען דעמאָלט געקענט אױסקלײַבן אַ נײַעם דירעקטאָר װאָס איז ראוי אָנצופֿירן מיט אַזאַ װיכטיקן פֿאָרש־אַנשטאַלט. אין דער צװישנצײַט װאָלט אָנגעפֿירט מיטן אינסטיטוט אַ דערװײַליקער ממונה װאָס װאָלט זיך אפֿשר אַן עצה געהאַלטן מיט די מיטאַרבעטער און זיך צוגעהערט צו די װאָס קענען באמת די ייִהאָ־זאַמלונגען, די מאַטעריעלע רעסורסן פֿונעם אינסטיטוט און זײַנע מענטשן־כּוחות. די פֿאָרשער האָפֿן אַז מיט אַ נײַער דירעקציע װעט מען װידער קענען אַרבעטן לטובֿת דער װיסנשאַפֿט, לױט זײערע בעסטע מעגלעכקײטן.

דער אינסטיטוט־פּערסאָנאַל האָט אױך געפֿאָדערט צו העכערן דאָס שׂכירות. ס׳רובֿ אָנגעשטעלטע פֿאַרדינען אַ מינימאַלן לױן װאָס קלעקט קױם־קױם אױף חיונה. זײ אַרבעטן פֿאַרן אינסטיטוט ניט צוליב פּרנסה, נײַערט פֿון אַ געפֿיל פֿון שליחות װעגן. נאָר װי ס׳שטײט אין פּרק, אם אין קמח, אין תּורה — אַז מען עסט ניט, קען מען אױך ניט לערנען. משמעות, אַז כאָטש אין דעם פּרט האָט מען זיך שױן דערװאַרט צו אַן ענטפֿער. די נײַע רעגירונג האָט ערשט באַשלאָסן אַ הוספֿה פֿאַר אַלע מלוכישע אָנגעשטעלטע, די ייִהאָ־מיטאַרבעטער בתוכם.

מיט די פּראָבלעמען וואָס מע האָט געירשנט פֿון די פּיס־יאָרן ראַנגלט מען זיך הײַנט אין אַ סך אינסטיטוציעס אין פּױלן. אין דעצעמבער 2023 איז אַרױסגעטראָטן אַ גרופּע פּױלישע היסטאָריקער מיט דער „לאָדזשער דעקלאַראַציע“ פֿאַר דער פֿרײַהײט פֿון די הומאַניסטישע װיסנשאַפֿטן. די אונטערגעחתמעטע טענהן אַז מע דאַרף זיך באַפֿרײַען פֿון אידעאָלאָגישן דרוק נאָך לאַנגע יאָרן פֿון שיקאַנעס מצד דער רעגירונג. „אַן אַחריותדיקע היסטאָרישע בילדונג דינט אױף צו דערציִען באַװוּסטזיניקע בירגער, ניט קײן נאָכפֿאָלגער פֿון אַ פּאַרטײ“, שטייט אין דער דעקלאַראַציע.

עטלעכע באַװוּסטע היסטאָריקער האָבן זיך אַפֿילו אַרױסגעזאָגט פֿאַרן אָפּשאַפֿן דעם אינסטיטוט פֿון נאַציאָנאַלן אָנדענק װאָס האָט זיך װאָס מערער פּאָליטיזירט די לעצטע יאָרן און געװאָרן אַ צענטראַלער פּראָפּאַגאַנדע־אַנשטאַלט פֿון די רעכטע. פֿון דעסטװעגן האָט דער פּאַרלאַמענט נאָר װאָס באַשטעטיקט אַ ריזיקן בודזשעט פֿאַרן דאָזיקן אינסטיטוט. עטלעכע היסטאָריקער האָבן דעריבער באַנײַט די פֿאָדערונגען אים אָפּצושאַפֿן.

כאָטש די רעגירונג טשעפּעט דערװײַל ניט דעם אינסטיטוט פֿאַר נאַציאָנאַלן אָנדענק, האָט דער קולטור־מיניסטער שױן באַפֿרײַט די אָנפֿירער פֿון אַ רײ װיכטיקע קולטור־אינסטיטוציעס, צװישן זײ די דירעקטאָרן פֿון נאַציאָנאַלן מוזײ אין װאַרשע און פֿונעם מוזײ פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה אין גדאַנסק. מע װעט זען װי אַזױ די רעגירונג װעט זיך ספּראַװען מיטן פֿאַרמעסט װידער אױפֿצובױען די פּױלישע דעמאָקראַטיע און צי זי װעט, בעת־מעשׂה, בײַשטײן דעם נסיון פֿונעם דיקטאַט.

אפֿשר קען מען אָפּלערנען אַ מוסר־השׂכּל פֿון די לעצטע יאָרן אַז פֿאַרן ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט װאָלט געװען צום בעסטן אַ שותּפֿות צװישן דער מלוכה און דעם פֿאַראײן — אַ פּריװאַטע אָרגאַניזאַציע — כּדי צו פֿאַרזיכערן זײַן אומאָפּהענגיקײט.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version