ווידעאָ: לינק־געשטימטע פֿרומע ישׂראלים דריקן אויס זייערע אייגענע מיינונגען VIDEO: Left-leaning religious Israeli Jews express their own views (in Yiddish)
אויף אַ ירושלימער קאָנפֿערענץ זענען בײַגעווען עלטערע און ייִנגערע פֿרומע ייִדן, וואָס האַלטן נישט פֿון די רעכטע פּאַרטייען אין לאַנד
אין שאָטן פֿון דער געשפּאַנטער מלחמה־אַטמאָספֿער אין ישׂראל, איז מיטוואָך, דעם 28סטן פֿעברואַר פֿאָרגעקומען אין ירושלים צום צווייטן מאָל אַ קאָנפֿערענץ פֿון „גלייביקע לינקע“, אין צענטראַלן „היכל שלמה“־בנין, לעבן דער גרויסער שיל.
נישט געקוקט אויף דער שווערער תּקופֿה, זענען כּמעט טויזנט אָנטייל־נעמער פֿון איבערן לאַנד זיך צוזאַמענגעקומען כּדי אַרומצושמועסן די מעגלעכקייט צו זײַן סײַ גלייביק סײַ לינקס אין אַ פּאָליטישן קלימאַט, וווּ די מערהייט פֿרומע ווערט מער פּאָליטיש רעכטס מיט יעדן יאָר.
די פּראָגראַם האָט אַרײַנגענומען אַן אַלגעמיינע פֿאַרזאַמלונג און אַ הויפּטפּאַנעל, ווי אויך אינטימערע שמועסן אין קליינע גרופּעס. די קאָנפֿערענץ האָט צוגעצויגן ייִדן פֿון פֿאַרשיידענע שטראָמען פֿרומקייט און פֿאַרשיידענע דורות – צווישן זיי אויך ייִדיש־רעדער פֿון דער היים און ייִדיש־סטודענטן. אין דעם ווידעאָ־באַריכט קען מען הערן וועגן זייער איבערלעבונג אויף דער קאָנפֿערענץ, און כאַפּן אַ קוק אויף דער אומגעוויינטלעכער געשעעניש פֿון אינעווייניק.
(תּיקון־טעות: אינעם פֿילם האָב איך געזאָגט אַז די קאָנפֿערענץ איז פֿאָרגעקומען דאָנערשטיק, דעם 29סטן פֿעברואַר, אָבער אין דער אמתן איז זי פֿאָרגעקומען מיט אַ טאָג פֿריִער.)
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO