מע קען זיך שוין פֿאַרשרײַבן אויף דער ייִדיש־סוף־וואָך אין ענגלאַנדRegistration is now open for the immersive UK Yiddish weekend
די אַדמיניסטראַציע פֿונעם יערלעכן ייִדיש־סוף־וואָך אינעם פֿאַראייניקטן מלכות האָט לעצטנס געמאָלדן אַז מע קען זיך שוין פֿאַרשרײַבן אויף דער פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿונעם 21סטן ביזן 23סטן יוני 2024 אין הילסקאָרט, בירמינגהאַם.
היסקאָרט איז אַ האָטעל און קאָנפֿערענץ־צענטער, וואָס איז געבויט געוואָרן בײַם סוף 19טן יאָרהונדערט. ער געפֿינט זיך לעבן דעם גרינעם ליקי־הילס־פּאַרק הינטער דער שטאָט בירמינגהאַם, נאָענט צו דער באַנסטאַנציע.
מע וועט פֿירן וואַרשטאַטן, רעפֿעראַטן, זינגערײַען, נאַטור־שפּאַצירן און אַן אָפֿענעם מיקראָפֿאָן — אַלץ אויף ייִדיש.
ווי יעדעס יאָר וועלן זיך באַטייליקן בערך זעכציק מענטשן יונג און אַלט פֿון אַ צאָל לענדער און פֿון פֿאַרשיידענע מדרגות ייִדיש־פֿליסיקייט. ס׳איז אַ גאָלדענע געלעגנהייט צו פֿאַרברענגען מיט ייִדיש־רעדנדיקע באַקאַנטע ווי אויך זיך צו באַקענען מיט אַנדערע ייִדישיסטן.
דער האָטעל האָט אַראַנזשירט אַז די באַטייליקט אין דער פּראָגראַם זאָלן זײַן די איינציקע געסט יענעם סוף־וואָך, וועט דאָס העלפֿן שאַפֿן אַן אמתע ייִדיש־רעדנדיקע סבֿיבֿה.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ.