Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי אַזוי האָט אויסגעזען דאָס לעבן אין דעטראָיטס אַמאָליקן ייִדישן קוואַרטאַל?What was life like in Detroit’s old Jewish quarter?

אַ נײַע אויסשטעלונג פֿון „הייסטינגס סטריט“ נעמט אַרײַן טשיקאַווע חפֿצים, ווי באַנקעס פֿונעם עפֿנטלעכן שוויצבאָד

די שטאָט דעטראָיט איז אַ מאָל געװען פֿון די װיכטיקסטע ייִדישע צענטערס אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. איז דעריבער זײער אָנגעלײגט װאָס דער דעטראָיטער היסטאָרישער מוזײ האָט לעצטנס געעפֿנט אַן אױסשטעלונג, „אין שכנות“, װעגן דעם געװעזענעם ייִדישן װױנגעגנט אין דעטראָיט — הײסטינגס סטריט.

הײַנט געפֿינט זיך דאָרט אַ גרויסער שאָסיי. אָבער ביז די 1930ער יאָרן האָבן אױף הײסטינגס סטריט און אין די אַרומיקע געסלעך געװױנט אַן ערך 100,000 מענטשן, 75,000 ייִדן בתוכם.

פּונקט װי פֿריִערדיקע דורות האָבן אױפֿגעהיט דעם אָנדענק פֿון ייִדישע שטעט און שטעטלעך אין מיזרח־אייראָפּע, האָט מען איצט אין דעטראָיט געשאַפֿן אַ מין יזכּור־אױסשטעלונג לכּבֿוד אָט דעם אַמעריקאַנער „שטעטל“. די מישיגענער ייִדישע היסטאָרישע געזעלשאַפֿט האָט אין משך פֿון די יאָרן צונױפֿגעזאַמלט אַ גרױסע צאָל אַרטיפֿאַקטן פֿון דעטראָיטער ייִדישע משפּחות. די דאָזיקע חפֿצים זאָגן עדות װעגן אַ גאַנצער װעלט װאָס איז מער ניטאָ.

אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַ ייִדישן אײַנוווינער אויף הייסטינגס־סטריט, וואָס געפֿינט זיך אין דער אויסשטעלונג Courtesy of Elayne Gross Photography

ווי ס׳האָט געשריבן דער דעטראָיטער ייִדישער פּאָעט עזרא קאָרמאַן:

ס׳האָט דאָ געלעבט אַ מאָל אַ דור,
געשיצט פֿון שטײגער, װי אַ מױער,
נאָר זין און טעכטערס נײַע װאָר
איז אין געיעג מיט צײַט און דױער.

בײַם אַרײַנגאַנג פֿון דער אױסשטעלונג זעט מען חופּה־קלײדער און פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון חתונות װאָס מע האָט געפּראַװעט אין דעטראָיט אין יענע יאָרן. בײַם צװײטן עק זאַל איז דאָ אַ װיטרינע מיט אַ טיש, גרײט פֿאַרן פּסחדיקן סדר. צװישן די חופּה־קלײדער און דער פּסחדיקער שטוב שטייען פֿאַרשײדענע שטובזאַכן פֿון יענער עפּאָכע ווי, למשל, אַ סאַמאָװאַר פֿון דער אַלטער הײם; תּשמישי־קדושה; חפֿצים פֿון אַמאָליקע ייִדישע געשעפֿטן און בתוכם פֿלעשער פֿון דער סאָדע־פֿירמע „פֿײגאָ“ (פֿריִער: פֿײגענסאָן).

מע זעט אויך אַ רעקאָנסטרוקציע פֿון לעװינסאָנס כּשרער יאַטקע מיט אַ שילד אױף ייִדיש; אַרכעאָלאָגישע געפֿינסן — אַזעלכע װי קאַכלען און באַנקעס — פֿון אַן אַמאָליקער „רוסישער און טערקישער שװיצבאָד“ װאָס האָט געהאַט „װאַרעמע און קאַלטע װאַנעס צו יעדער צײַט און אױך אַ מקװה כּשרה לכל בנות־ישׂראל“; און פֿאַרשײדענע דאָקומענטן װאָס גיבן איבער די לעבנס־געשיכטעס פֿון ייִדישע עמיגראַנטן — פֿונעם תּחום־המושבֿ אין דער צאַרישער אימפּעריע ביז אין דער „גאָלדענער מדינה“.

לענגאױס דער מיט פֿון זאַל האָט מען אױפֿגעהאַנגען גרױסע פּאָרטרעטן פֿון די אַמאָליקע אײַנװױנער פֿון ייִדישן דיסטריקט, ס׳רובֿ אָרעמע־לײַט. אױף הײסטינגס סטריט זײַנען דער עיקר געװען קלײנע שטיבער, לכתּחילה געבױט פֿאַר אײן, צװײ משפּחות, מיט אַ בית־הכּיסא אין דרױסן. אין די 1920ער יאָרן האָבן אין אַזאַ שטוב געװױנט אַן ערך 30 נפֿשות.

אַ כּשרע יאַטקע Courtesy of Elayne Gross Photography

דאָס לשון פֿון יענע אײַנוווינער — ייִדיש — באַװײַזט זיך אין געצײלטע ערטער. אין דער רעקאָנסטרויִרטער ייִדישער שטוב איז דאָ אַן עקזעמפּליאַר פֿון דער צײַטונג „ייִדישעס טאַגעבלאַט“ װאָס איז אַרױס אין ניו־יאָרק און שיקאַגע. אין די שפּעטערדיקע יאָרן האָבן סײַ דער „פֿאָרװערטס“, סײַ דער „טאָג“ געהאַט אַ דעטראָיטער רעדאַקציע. ס׳זײַנען אױך געװען אײגענע דעטראָיטער פּובליקאַציעס אויף ייִדיש ווי, למשל, די טאָג־צײַטונג „דער װעג“, דאָס „דעטראָיטער װאָכנבלאַט“ און דאָס סאָציאַליסטישע חודש־בלאַט „אונדזער װאָרט“ . צום באַדויערן איז אין דער אויסשטעלונג ניטאָ קײן זכר פֿון אָט די פּובליקאַציעס.

מע דערװיסט זיך דאָרט יאָ װעגן דער גינזבורג־ביבליאָטעק, װוּ מע האָט געקענט קריגן ייִדישע ביכער, און װעגן פֿאָלקס־טעאַטער, אַ קינאָ װאָס פֿלעג װײַזן ייִדישע פֿילמען. װי אַ בײַשפּיל פֿון ייִדישן פֿילם װײַזט מען אױף אַ קלײנעם עקראַן „ייִדל מיטן פֿידל“ מיט דער אַקטריסע מאַלי פּיקאָן אין דער הױפּט־ראָלע. אַחוץ דעם איז דאָ אַ רשימה ייִדישע װערטער װאָס זײַנען אַרײַן אינעם אַמעריקאַנער ענגליש — שׂרידים פֿון דער אַמאָליקער פֿאָלקס־שפּראַך.

אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט האָבן ייִדן אָנגעפֿאָרענע פֿון מיזרח־אײראָפּע גענומען װײַטער פֿאָרן צו מערבֿ צו, און דער דעטראָיטער ייִשובֿ האָט זיך שטאַרק פֿונאַנדערגעװאַקסן. פֿון דעטראָיט איז געװאָרן אַן אױטאָ־מעטראָפּאָליע, די „מאָטאָר־שטאָט“. דער ציוניסטישער טוער און שרײַבער יעקבֿ זרובבֿל האָט די שטאָט אַפֿילו גערופֿן „מלכות פֿאָרד“. בײַ פֿאָרדן האָבן די פֿריש אַרײַנגעפֿאָרענע געהאַט פּרנסה בשפֿע און זיך געקענט אױסלערנען די ענגלישע שפּראַך אױף קורסן פֿאַר די פֿאַבריק־אַרבעטער.

װי מע דערװיסט זיך אין דער אױסשטעלונג, זעט מען אײנעם אַ ייִדישן פֿאָרד־אַרבעטער אױף דיעגאָ ריװעראַס ריזיקן װאַנטגעמעל אינעם דעטראָיטער קונסט־אינסטיטוט. דער מעקסיקאַנער מאָלער האָט דאָרט פּאָרטרעטירט אַ גרופּע אַרבעטער װאָס האַלטן אין צונױפֿבױען אַן אױטאָ. צװישן זײ איז געװען דער ייִדישער אַרבעטער האַרי גליקסמאַן, װאָס ס׳איז געלונגען צו אידענטיפֿיצירן צוליבן היטל און די ברילן װאָס ער טראָגט.

אַ סאַמאָוואַר, אַ ניימאַשין און אַנדערע חפֿצים וואָס מע האָט געניצט אינעם אַלטן קוואַרטאַל Courtesy of Elayne Gross Photography

ניט געקוקט אױף די לפֿי־ערך גוטע באַדינגונגען בײַ פֿאָרדן, האָבן טײל אַרבעטער געהאַט טענות צום באָס און זיך אָרגאַניזירט כּדי צו קעמפֿן קעגן דעם קאַפּיטאַליזם. אָט, למשל, איז אַ לאָזונג װאָס דער דעטראָיטער און שפּעטער שיקאַגער פּראָלעטאַרישער דיכטער אַב. װיקטאָר גיט איבער אין זײַן ליד „סאַלוט, דעטראָיט…!“:

„מיר אַרבעטער, מיר האָרעװען די גאַנצע צײַט —
און האָבן — גאָרנישט!
פֿאָרד לעבט אין װױלטאָג — האָט אַלץ פֿאַר זיך —
און אַרבעט ניט — אַ האָר נישט!“

נאָר װאָס, פֿון דער אַרבעטער־באַװעגונג שװײַגט די אױסשטעלונג. אײן סימן פֿון סאָציאַלע פּראָטעסטן בײַ דעטראָיטער ייִדן האָבן מיר אָבער יאָ געפֿונען: מע גיט אָפּ כּבֿוד רבֿקה פּאָזנער׳ן װאָס האָט אין 1910, צו 20 יאָר, אָנגעפֿירט מיט אַ פֿלײש־באָיקאָט. װען גלאַט פּראָטעסטירן קעגן די הױכע פּרײַזן האָט ניט געהאַט קײן פּעולה, האָבן ייִדישע טעכטער, מיט פּאָזנער אין שפּיץ, גענומען באַגיסן דאָס פֿלײש מיט קעראָסין. ערשט װען ס׳האָט אױסגעבראָכן אַ מהומה, האָבן זײ סוף־כּל־סוף מצליח געװען.

נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה האָבן זיך די ייִדישע תּושבֿים בהדרגה אַרױסגעצױגן פֿונעם געגנט — צו צפֿון צו און אין די פֿאָרשטעט אַרײַן. אויף זייער אָרט האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער מיט זײערע אײגענע קולטורעלע אויפֿטוען. אין דער אױסשטעלונג קען מען זיך, למשל, צוהערן צו אַ ליד פֿון דער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער זינגערין װיקטאָריאַ ספּײַװי — װעגן הײסטינגס סטריט.

בײַם פּסחדיקן טיש Courtesy of Elayne Gross Photography

דער סוף פֿונעם קװאַרטאַל איז געװען אַ טרױעריקער: די שטאָטישע פֿאַרװאַלטונג האָט אים אין גאַנצן חרובֿ געמאַכט, אַ פּנים צוליב ראַסיזם: כּדי צו פֿאַרטרײַבן פֿון דאָרטן די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער אײַנוווינער. בעת מײַן באַזוך האָב איך געכאַפּט אַ שמועס מיט דעטראָיטער ייִדן װאָס האָבן אױך באַזוכט די אױסשטעלונג. װען דער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער אױפֿשטאַנד פֿון 1967 איז געקומען צו רײד, זײַנען זײ געװאָרן קאַרג אױף װערטער: „די שטאָט לײַדט נאָך אַלץ פֿון יענער טראַװמע.“ באַלד נאָך די אומרוען פֿון 1967 האָט די רעגירונג באַשלאָסן אַראָפּצורײַסן דעם גאַנצן דיסטריקט, באשר די בנינים זײַנען ניט געװען אין קײן גוטן צושטאַנד.

נאָר דאָס איז אַ מעשׂה פֿאַר זיך. אױב מען איז פֿאַראינטערעסירט זיך צו דערװיסן עפּעס װעגן דעטראָיטער ייִדן אין אַ צײַט װען דאָס לעבן אין אַ קאָמפּאַקטן ייִדישן װױנגעגנט האָט נאָך געבליט, איז כּדאַי אַ באַזוך צו טאָן די אױסשטעלונג. אַ שאָד נאָר װאָס מע האָט אינעם מוזײ ניט מכבד געװען די ייִדישע פּאָעזיע, פֿון װעלכער מיר האָבן דאָ־הי עפּעס געגעבן צו פּאָסמאַקעװען. גאָט צו דאַנקען, האָט עזרא קאָרמאַן אַפֿילו אַ הײַנטצײַטיקן ממשיך, דעם יונגן פּאָעט און טעאַטער־מענטש מיכל יאַשינסקי, איש־דעטראָיט און אַן אײניקל פֿון ייִדן װאָס האָבן געװױנט אױף הײסטינגס סטריט.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version