זום־שמועס מיט פֿרידע גולן, אַ לעבן געבליבענע פֿונעם 7טן אָקטאָבער, אויף ייִדיש ZOOM conversation with Oct. 7 survivor Freda Golan, in Yiddish
די מעקסיקע־געבוירענע חבֿרה פֿון קיבוץ כּפֿר עזה וועט דערציילן וואָס ס׳איז געשען מיט איר משפּחה אין יענעם פֿינצטערן טאָג
דעם 7טן אָקטאָבער 2023 האָט פֿרידע קרישטאָל גולן דערהערט אַ שיסערײַ אין איר קיבוץ, כּפֿר עזה, וואָס האָט געקלונגען גאָר אַנדערש פֿון פֿריִערדיקע שיסערײַען וואָס זי האָט געהערט.
זי מיט איר מאַן האָבן זיך תּיכּף פֿאַרשלאָסן אינעם זיכערהייט־צימער, ביז אַ גרופּע צה״ל־סאָלדאַטן האָבן זיי אַרויסגעפֿירט פֿון קיבוץ. פֿריידעס זון און זײַן משפּחה זענען אָבער שווער פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן, נאָך דעם ווי די טעראָריסטן האָבן פֿאַרברענט זייער שטוב, האָט מען זיי אַריבערגעפֿירט אינעם שפּיטאָל „תּל השומר“.
הײַנט וווינט פֿרידע מיט די אַנדערע מיטגלידער פֿון כּפֿר עזה אין קיבוץ שפֿיים, וואַרטנדיק מע זאָל זייערע שטיבער אויפֿריכטן.
די וואָך האָט בית־לייוויק אין תּל־אָבֿיבֿ געמאָלדן, אַז פֿרידע גולן רעדן אויף ייִדיש וועגן די געשעענישן אין איר קיבוץ דעם 7טן אָקטאָבער און וועגן איר לעבן נאָך דעם, מאָנטיק, דעם 4טן נאָוועמבער, 11 אַ זייגער אין דער פֿרי ניו־יאָרקער צײַט. דער שמועס וועט טאַקע פֿאָרקומען אין לייוויק־הויז אין תּל־אָבֿיבֿ, אָבער מע וועט אים גלײַכצײַטיק טראַנסמיטירן דורך זום.
דער אַרײַנטריט איז פֿרײַ און אַלע זענען פֿאַרבעטן. מע מוז זיך אָבער פֿאַרשרײַבן אין פֿאָרויס. כּדי זיך צו רעגיסטרירן אויף דער אונטערנעמונג, גיט אַ קוועטש דאָ.
פֿרידע קרישטאָל גולן איז געבוירן און דערצויגן געוואָרן אין מעקסיקע, אַ קינד פֿון פּויליש־ייִדישע עלטערן. די עלטסטע פֿון דרײַ טעכטער, האָט זי זיך געלערנט אין דער „ייִדישער שול אין מעקסיקע“.
נאָכן פֿאַרענדיקן די שול איז זי אַוועק שטודירן אין ירושלים און חתונה געהאַט מיט אַ קיבוצניק, יוסי גולן. זינט 1976 וווינען זיי אין כּפֿר עזה. זיי האָבן פֿינף קינדער.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO