טראָמפּ געווינט, צוזאָגנדיק איבערצומאַכן אַמעריקע און איר באַציִונג צו ישׂראלTrump wins, promising to reshape the United States and its relationship with Israel
לויט אַן אויספֿרעג נאָכן שטימען האָבן ס׳רובֿ ייִדן — 79% — געשטימט פֿאַר קאַמאַלאַ האַריס.
(ייִט״אַ) וואַשינגטאָן. — מיטוואָך אין דער פֿרי האָט דאָנאַלד טראָמפּ צום צווייטן מאָל געוווּנען די פּרעזידענטשאַפֿט — אַ נצחון וואָס קען איבערמאַכן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און בײַטן איר באַציִונג מיט ישׂראל, כאָטש זײַן אַדמיניסטראַציעס אינלאַנדישע פּריאָריטעטן זענען גאָר אַנדערש ווי די פּריאָריטעטן פֿון ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן.
לויט אַן אויספֿרעג נאָכן שטימען פֿון „פֿאַקס ניוס“ האָבן ס׳רובֿ ייִדן — 79% — געשטימט פֿאַר קאַמאַלאַ האַריס.
בײַ אַ סך ייִדן האָט דער כאַמאַס־אַטאַק אויף ישׂראל דעם 7טן אָקטאָבער 2023 שטאַרק באַווירקט די קאַמפּאַניע. די מלחמה האָט צעשפּאָלטן די דעמאָקראַטישע פּאַרטיי, וווּ דער פּראָגרעסיווער פֿליגל האָט געדריקט אויף האַריס אָפּצושוואַכן איר שטיצע פֿאַר ישׂראל בשעת צענטריסטישע דעמאָקראַטן האָבן גערופֿן ווײַטער אונטערצושטיצן די ייִדישע מדינה.
טראָמפּ האָט שטאַרק געאַרבעט צוצוציִען די ייִדישע וויילער אָנווײַזנדיק אויף זײַן ביז־איצטיקער שטיצע פֿאַר ישׂראל. ער האָט אָפֿט דערמאָנט די כּלערליי אופֿנים אין וועלכע ער האָט באַוויזן צופֿרידנצושטעלן די ישׂראלדיקע רעגירונג, אַרײַנגערעכנט דעם איבערציִען די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע קיין ירושלים און זײַן ראָלע בײַם רעאַליזירן אַ הסכּם צווישן ישׂראל און עטלעכע אַראַבישע לענדער.
ער האָט אויך צוגעזאָגט צו רעאַגירן שטרענג קעגן די אַנטי־ישׂראלדיקע דעמאָנסטראַציעס אויף די קאָלעדזש־קאַמפּוסן, וואָס אַ צאָל ייִדישע סטודענטן האָבן געזאָגט אַז זיי שאַפֿן אַן אַנטיסעמיטישע אַטמאָספֿער. טראָמפּ האָט געוואָרנט אַז ער וועט צוריקציִען געלטער פֿון יענע אוניווערסיטעטן וואָס טוען נישט גענוג צו באַשיצן זייערע ייִדישע סטודענטן, און וועט דעפּאָרטירן אויסלענדישע סטודענטן וואָס באַטייליקן זיך אין די מאַניפֿעסטאַציעס.
ביז איצט האָט טראָמפּ געמוטיקט ישׂראל צו טאָן אַלץ וואָס זי דאַרף זיך צו פֿאַרטיידיקן. ער האָט אָבער אויך גערופֿן פֿאַר אַ גיכן סוף צו דער מלחמה אין עזה, וואָס דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו האָט איגנאָרירט. טראָמפּ האָט אויך אָפֿט געזאָגט אַז ישׂראלס גורל איז אָפּהענגיק פֿון זײַן דערוויילט ווערן.
דערצו האָט ער אויפֿגעבראַכט אַ סך ייִדן, אַרײַנגערעכנט זײַנע אייגענע שטיצער, ווען ער האָט געזאָגט אַז די ייִדן וועלן צום טייל זײַן שולדיק אויב ער פֿאַרשפּילט די וואַלן. נישט געקוקט אויף זײַנע באַמיִונגען צוצוציִען ייִדישע שטימען האָבן עטלעכע אויספֿרעגן נאָכן שטימען אָנגעוויזן אַז ס׳רובֿ ייִדן האָבן פֿאָרט געשטימט פֿאַר האַריס, אויס פּראָטעסט קעגן זײַן כאַראַקטער און זײַן אינלאַנדישער פּאָליטיק.
טראָמפּ האָט למשל געזאָגט אַז אויב ער וועט דערוויילט ווערן וועט ער דורכפֿירן מאַסן־דעפּאָרטאַציעס פֿון אימיגראַנטן און וועט אײַנאָרדענען אַ סאָציאַלע פּאָליטיק וואָס שפּיגלט אָפּ אַ קריסטלעכע השפּעה אויף דער רעגירונג.
ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן זענען קעגן אָט די שריט, ווי אויך קעגן דעם אָפּשאַפֿן די פֿעדעראַלע באַשיצונג פֿון אַבאָרטרעכט — אַ הויפּטציל פֿון דער קריסטלעכער טאָג־אָרדענונג.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor