בלאָג פֿאַרבינדט סדרה פֿון דער וואָך מיט ווערק פֿון ייִדישע שרײַבערBlog ties weekly Torah portion with works by Yiddish writers
צו פּרשת וישלך האָט שבֿע צוקער צוגעפּאַסט איציק מאַנגערס אַ ליד וועגן יעקבֿ אָבֿינוס טאָכטער, דינה
אַ קראַסאַװיצע גייט אויף אַ ראַנדקע, נאָר זי װייסט נישט װעגן דעם ביטערן גורל װאָס דערװאַרט זי.
דאָס קלינגט אפֿשר װי אַ רעקלאַמע פֿאַר אַ נײַער נעטפֿליקס־סעריע. ס׳איז אָבער ווײַט דערפֿון. דאָס איז אַ סצענע אין איציק מאַנגערס אַ ליד, „דינה בת יעקבֿ גייט אויף אַ ראַנדעוווּ“, אינספּירירט פֿון דער מעשׂה אין דער סדרה וישלח וואָס מע לייענט די וואָך.
דאָס ליד איז אַ טייל פֿון אַ נײַעם שאַפֿערישן פּראָיעקט וואָס בינדט יעדע וואָך צונויף די פּרשה מיט אויסצוגן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. זיי זענען אַלע צוטריטלעך אָנלײַן אינעם בלאָג, דאָס געזאַנג פֿון דער סדרה, געשאַפֿן פֿון דער אָנגעזעענער ייִדיש־לערערקע, שבֿע צוקער. דער בלאָג איז ממש אַן אוצר פֿאַר די װאָס װילן פֿאַרברייטערן דאָס קענטעניש פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און גלײַכצײַטיק זיך בעסער באַקענען מיט דער תּורה.
דאָס בילד אויבן רעדט זיך אַוודאי וועגן יעקבֿ אָבֿינוס איינציקער טאָכטער, וואָס ווערט פֿאַרגוואַלדיקט פֿון דעם כּנעני, שכם. אין זײַן ליד וועגן דינהן, דערמאָנט מאַנגער נישט דאָס שרעקלעכע געשעעניש אָבער שילדערט ווי די אומשולדיקע דינה גרייט זיך אַרויסצוגיין פֿאַרברענגען מיט אַ גרופּע חבֿרים, ווי מע קען זען פֿון די צוויי סטראָפֿעס:
„דינה פֿירט מיטן ליפּנשטיפֿט
איבער די ליפּ אַהין און אַהער,
די ליפּן פֿלאַמען װי רױטער מאָן —
גענוג, מען דאַרף נישט מער.
…..
דער ראָטהױז־זײגער צײלט אָפּ אַכט,
דאָס מײנט, אַז ס’איז שױן צײַט
צו אײַלן זיך צום ראַנדעװוּ
מיט די שכמער יונגע־לײַט.“
יעדע װאָך שטעלט צוקער אַרויף אויפֿן בלאָג עטלעכע לידער אָדער פּראָזע־אויסצוגן װאָס זענען רעלעװאַנט צו דער סדרה, צוזאַמען מיט אַ רעקאָרדירונג װוּ זי לייענט זיי פֿאָר און יהואשעס ייִדישע איבערזעצונג פֿון דער פּרשה. זי גיט אויך צו אַן ענגלישע טראַנסליטעראַציע און איבערזעצונג פֿונעם טעקסט. הייסט עס, אַז דער בלאָג איז צוטריטלעך פֿאַר אַלעמען, נישט נאָר פֿאַר ייִדיש־קענערס.
דער „בראשית“ פֿונעם בלאָג
אין אַן אינטערװיו מיטן פֿאָרװערטס האָט צוקער זיך מודה געװען אַז מיט יאָרן צוריק וואָלט זי זיך בכלל נישט פֿאָרגעשטעלט אַז זי וועט זיך אַ מאָל פֿאַרנעמען מיט אַ בלאָג פֿאַרבונדן מיטן חומש. זי איז אויפֿגעװאַקסן בײַ אַ װעלטלעכער משפּחה וואָס איז נישט געגאַנגען אין שיל. די תּורה איז נישט געװען אַ טייל פֿון זייער לעבן. איצט גייט זי אין שיל כּמעט יעדן שבת. „איך קען נישט זאָגן אַז איך װער פֿרום… איך גיי אין שול, צום טייל, װײַל אפֿשר װעל איך זיך עפּעס לערנען װאָס האָט צו טאָן מיט ייִדיש.“ ס’האָט גענומען צײַט ביז זי האָט פֿאַרשטאַנען װי ענג פֿאַרבונדן עס איז די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור מיט דער תּורה.
„אַ סך מענטשן װאָס זײַנען נישט אַרײַנגעטאָן אין ייִדיש מיינען אַז די גאַנצע ייִדישע ליטעראַטור איז זייער װעלטלעך און אַפּיקורסיש. לאַװ־דװקא.“ אַפֿילו בײַ אַפּיקורסים איז די תּורח געװען אַ טייל פֿון זייערע קינדעריאָרן און זייערע גײַסטיקער ירושה, האָט זי צוגעגעבן.
דער געדאַנק אָנצוהייבן דעם בלאָג איז געקומען פֿון אַ חומש װאָס זי האָט אַנטדעקט אין שיל, „די תּורה: אַ קאָמענטאַר פֿאַר פֿרויען“, וואָס ווערט באַגלייט מיט אַ פּירוש פֿאַר יעדער פּרשה. בײַם סוף פֿון יעדן פּירוש איז דאָ אַן אָפּטייל „Voices“ („קולות“) — בײַשפּילן פֿון פּאָעזיע װאָס זענען שייך צו דער פּרשה. די לידער, וואָס ס׳רובֿ פֿון זיי זענען געשריבן פֿון פֿרויען, זענען אויף ענגליש אָדער איבערזעצונגען פֿון העברעיִש און ייִדיש. „איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז עמעצער — דאָס הייסט איך — דאַרף דאָס טאָן פֿאַר ייִדיש.“
די גרויסע אַרבעט פֿון אויסזוכן און זאַמלען מאַטעריאַלן פֿאַרן בלאָג האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ יאָר צוריק. ווען איך האָב זי געפֿרעגט צי זי ניצט אָנליין־מכשרים װי OCR צו געפֿינען די װערק, האָט זי אויסגערופֿן „חס־ושלום!“ אַ סך פֿון די לידער, ספּעציעל פֿאַרבונדן מיט בראשית, האָט זי שוין געקענט פֿון פֿריִער און פֿון דעם האָט זי אָנגעהויבן.
יעדן שבת אין דער פֿרי נאָכן דאַװענען נעמט זי אַראָפּ פּאָעזיע־ביכער פֿון דער פּאָליצע און בלעטערט זיי אַדורך. אַ מאָל נעמט זי לידער פֿון דעם פֿריִער דערמאָנטן ענגלישן פֿרויען־באַנד. זי איז אויך גרייט אָנצונעמען פֿירלייגן פֿון די לייענערס. „איך בין זייער צופֿרידן אויב עמעצער קען אַ ליד און מיינט אַז ס’װעט זײַן צוגעפּאַסט… איך מיין אַז דער עולם איז לאַװ־דװקא אַ גולם.“
צוקער האַלט אַז אַ סך מענטשן קענען געניסן פֿון דעם פּרשה־בלאָג: די װאָס דאַרפֿן שרײַבן אַ דבֿר־תּורה, ייִדיש־סטודענטן, סתּם ייִדן, נישט־ייִדן, אַפֿילו די װאָס קענען נישט קיין ייִדיש.
„די תּורה איז נישט נאָר פֿאַר פֿרומע לײַט,“ האָט זי געזאָגט. „זי באַלאַנגט צו אונדז אַלעמען.“
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO