Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

בעלאַרוסישע עמיגראַנטן שאַפֿן דיגיטאַלישן מוזײ פֿון רײַסיש־ייִדישער קולטור־ירושהBelarusian emigres create digital museum of Belarusian-Jewish heritage

די רעקאָנסטרוקציע פֿון אַ הילצערנער שיל וועט זײַן טײל פֿון דער אױסשטעלונג „דאָס רײַסישע שטעטל“

מיט פֿינף יאָר צוריק האָט אַ גרופּע ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער קולטור אין בעלאַרוס גענומען זאַמלען מאַטעריאַלן װעגן דער ייִדישער קולטור־ירושה אין רײַסן (דער ייִדישער נאָמען פֿון בעלאַרוס).

דערפֿון איז געוואָרן דער „צענטער פֿאַר רײַסיש־ייִדישער קולטורעלער ירושה“, וואָס זײַן ציל איז געווען צו שאַפֿן אַ ייִדישן מוזײ אין מינסק. מען האָט דורכגעפֿירט עטלעכע אױסשטעלונגען פֿון ייִדישע קינסטלער, װאָס זײַנען אַ מאָל געװען טעטיק אין בעלאַרוס, צװישן זײ — דער אַרכיטעקטאָר לאַזאַר חידקל. אַ פּאָר מאָל האָט דער צענטער דורכגעפֿירט פֿעסטיװאַלן פֿון ייִדישער קולטור. אָבער דער עיקר האָט מען זיך אָפּגעגעבן מיט דיגיטאַלע רעקאָנסטרוקציעס פֿון אַמאָליקע שילן און אַנדערע דענקמעלער פֿון ייִדישער אַרכיטעקטור.

במשך פֿון יענע יאָרן האָט בעלאַרוס דינאַמיש אַנטװיקלט זײַן אינפֿאָרמאַציע־טעכנאָלאָגיע. יונגע קאָמפּיוטער־בריות האָבן זיך מיט התלהבֿות גענומען צום דאָזיקן אייגנאַרטיקן פּראָיעקט. דער ערשטער רעזולטאַט איז געװען אַ װירטועלע רעקאָנסטרוקציע פֿון דער געמױערטער שיל אין דער שטאָט סלאָנים, וואָס מע האָט אַרויסגעשטעלט אין יאָר 2020.

מיט עטלעכע חדשים שפּעטער האָט אַלץ זיך איבערגעקערט. נאָך די מאַסן־פּראָטעסטן קעגן די געפֿעלשטע פּרעזידענטישע װאַלן אין 2020 האָט דער דיקטאַטאָרישער רעזשים פֿון אַלעקסאַנדר לוקאַשענקאַ גענומען רודפֿן אַלע, װאָס זײַנען געװען פֿאַרטאָן אין די פּראָטעסטן. אַ סך פֿון זײ, די מיטאַרבעטער פֿונעם צענטער בתוכם, האָבן שפּעטער געמוזט פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד.

הײַנט איז בעלאַרוס ממש אַ קולטורעלער מדבר. די מאַכט האָט לגמרי דערשטיקט װאָסער ניט איז פֿרײַע אַקטיװיטעט. אָבער די מענטשן וואָס זענען געטרײַ דעם צענטער האָבן באַשלאָסן, וווינענדיק מחוץ זייער היימלאַנד, ממשיך זײַן די אַרבעט. װי אַזױ?

מאַיאַ קאַצנעלסאָן, די פֿאַרװאַלטערין פֿונעם צענטער, זאָגט, אַז עס האָט געדױערט צװײ יאָר ביז עס האָט זיך זײ אײַנגעגעבן זיך אײַנצואָרדענען אין „גלות“. זי אַלײן האָט פֿאַרלאָזט בעלאַרוס אינעם יאָר 2022 און זינט דעמאָלט האָט זי געוווינט אין ישׂראל, ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך און דערנאָך װידער אין ישׂראל. איצט װױנט זי אין װילנע, בעת די אַנדערע מיטאַרבעטער אירע געפֿינען זיך אין פּױלן.

דער צענטער האָט געפֿונען עטלעכע שותּפֿים, װאָס העלפֿן מיט שטיצע, מאַטעריאַלן און עצות, צװישן זײ — דער פּאַריזער ייִדישער מוזײ, דער אוניװערסיטעט פֿון סאַוטהעמפּטאָן אין ענגלאַנד און דער צענטער פֿאַר ייִדישער קונסט בײַ דעם העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלים.

צוזאַמען מיטן פּאַריזער ייִדישער מוזײ האָט דער צענטער געשאַפֿן אַ װירטועלע רעקאָנסטרוקציע פֿון דער אַמאָליקער הילצערנער שיל אינעם שטעטל װאָלפּ אין גראָדנער געגנט, װאָס איז געבױט געװאָרן אינעם 18טן יאָרהונדערט. צװישן די צוויי װעלט־מלחמות האָט דאָס שטעטל װאָלפּ געהערט צו פּױלן, און די שיל איז אָפֿיציעל אָנערקענט געװאָרן פֿאַר אַ דענקמאָל פֿון אַרכיטעקטור.

דעמאָלט האָבן די פּױלישע און ייִדישע קונסט־היסטאָריקער דורכגעמאַכט געהעריקע פֿאָרשונגען פֿון דער געבײַדע. בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה אין 1941 אָדער 1942 איז די שיל פֿאַרברענט געװאָרן בעת דער באָמבאַרדירונג פֿון װאָלפּ דורך דער דײַטשישער אַװיאַציע. אין 1961 האָבן די סאָװעטן אױפֿגעשטעלט אױפֿן אָרט פֿון דער שיל אַ דענקמאָל פֿאַר די רױטער אַרמײער, אָבער אָן קײן װאָרט װעגן די אומגעבראַכטע ייִדן אָדער דער חרובֿ־געמאַכטער שיל.

אױפֿן סמך פֿון די פּױלישע פֿאָטאָגראַפֿיעס און אַנדערע דאָקומענטן פֿון די 1920ער־1930ער יאָרן האָט מען געקאָנט צונויפֿשטעלן אַ דיגיטאַלישע רעקאָנסטרוקציע, װאָס לאָזט דעם צוקוקער „באַזוכן“ די שיל אינעם װירטועלן פֿאָרמאַט. עס איז ספּעציעל אינטערעסאַנט, װאָס די דאָזיקע רעקאָנסטרוקציע לאָזט ניט נאָר באַקוקן די שיל פֿון דרױסן און פֿון אינעװײניק, נאָר מען קען אױך זען, װי די מאָלערײַען אויף די ווענט און דער סטעליע האָט זיך געביטן מיט דער צײַט. נאָך אַ טיפֿערן אײַנדרוק פֿון אַזאַ מין באַזוך קען מען באַקומען מיט דער הילף פֿון אַ ספּעציעלן מכשיר, װאָס לאָזט דעם צוקוקער„באַזוכן“ די שיל דורך דער װירטועלער װירקלעכקײט.

מיט דער צײַט װעט דער דאָזיקער פּראָיעקט װערן אַ טײל פֿונעם נײַעם װירטועלן מוזײ פֿון דער רײַסיש־ייִדישער קולטור־ירושה. לעת־עתּה קען מען נוצן די רעקאָנסטרוקציע אױך אין אַנדערע קאָנטעקסטן, װי למשל אַ מאַטעריאַל פֿאַר לערנען ייִדישע קולטור און געשיכטע, זאָגט קאַצנעלסאָן. פֿאַרן קומעדיקן מוזײ גרײט מען נאָך דרײַ װירטועלע רעקאָנסטרוקציעס פֿון באַרימטע רײַסישע שילן. חוץ דעם װעט די מוזײ־זאַמלונג כּולל זײַן חפֿצים און מאַטעריאַלן אין דער װירטועלער פֿאָרם, װאָס מען האָט בדעה צו „באָרגן“ בײַ יחידים און אַנשטאַלטן דורך „קראַודסאָרסינג“ — ווירטועלע געלטזאַמלונגען.

די ערשטע װירטועלע אױסשטעלונג װעט זײַן געװידמעט טאַקע דעם רײַסישן שטעטל. ניט געקוקט אױף אַלע צרות, בלײַבט מאַיאַ קאַצנעלסאָן אָפּטימיסטיש: „דאָס לעבן װײַזט, אַז צו פּלאַנעװען אױף להבא האָט ניט קײן זין. אָבער מיר זײַנען זיכער, אַז דאָס, װאָס מיר טוען איצט, איז װיכטיק און װעט זײַן נײטיק, װאָס עס זאָל ניט זײַן װײַטער.“

אין משך פֿון עטלעכע יאָרהונדערטער האָבן ייִדן אױפֿגעבױט אַ היפּשע צאָל מערקװירדיקע געבײַדעס אין רײַסן און ליטע, צװישן זײ געמױערטע און הילצערנע שילן, בתּי־מדרשים און ישיבֿות. די דאָזיקע אַרכיטעקטורישע ירושה האָט שטאַרק געליטן אינעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט. אינעם מיזרחדיקן טײל פֿון בעלאַרוס, װאָס איז אַרײַן אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין 1919, האָט די סאָװעטישע מאַכט צוגענומען די דאָזיקע געבײַדעס בײַ ייִדישע קהילות און זײ פֿאַרװאַנדלט אין קלובן, קינאָ־טעאַטערס, אָדער סתּם אין װאַרשטאַטן אָדער מאַגאַזינען.

נאָך מער האָט די ייִדישע ירושה געליטן אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע בשעת דער צװײטער װעלט־מלחמה, װאָס איז געװען ספּעציעל ברוטאַל אין בעלאַרוס. נאָך דער מלחמה האָט די סאָװעטישע מאַכט אָפּגעראַמט די דאָזיקע חורבֿות כּדי צו בױען נײַע בנינים אױף זײער אָרט.

די הײַנטיקע דיגיטאַלישע טעכנאָלאָגיעס שאַפֿן נײַע מעגלעכקײטן פֿאַר אָפּהיטן די דענקמעלער, װאָס זײַנען מער ניטאָ אין דער װירקלעכקײט. אָבער כּדי דורכצופֿירן אַזאַ מין פּראָיעקט דאַרף מען האָבן אַ פֿעסטן באָדן אונטער די פֿיס און אַ סך פּראָפֿעסיאָנעלע כּוחות. מען דאַרף פֿאַרמאָגן סײַ טעכניש בקיאות, סײַ היסטאָרישע קענטענישן, און סײַ מאַטעריעלע מיטלען. טאַקע דערפֿאַר איז ממש אַ נס, װאָס אַ חבֿרה עמיגראַנטן פֿונעם דיקטאַטאָרישן רעזשים איז בכּוח דורכצופֿירן פּראָיעקטן פֿון אַזאַ פֿאַרנעם מחוץ זייער היימלאַנד, ממש אױף הינערפֿיסלעך.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version