Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

יענעם חנוכּה ווען די באָבע האָט אונדז געגעבן צו פֿיל חנוכּה־געלטThe year Bubbe gave us too much Hanukkah money

יעדעס יאָר האָבן די אייניקלעך באַקומען מתּנות צום פֿיפֿטן ליכטל חנוכּה. פֿאַר וואָס האָט זי דאָס מאָל געגעבן צום ערשטן?

פּערל קרופּיט איז די מחברטע פֿונעם בוך „אין זײערע פֿיסטריט: זכרונות פֿון אַן אימיגראַנטס אַ קינד.

די טעג טראַכט איך פֿון דיר אַ סך, באָבע. ביסט אַװעק פֿון אונדז מער ווי 70 יאָר צוריק, און איך בענק נאָך אַלץ נאָך דיר, נאָך מײַן יוגנט, װען דו ביסט געװען מײַן װעגװײַזער, לערער און נאָענטסטע חבֿרטע.

פֿון דיר האָב איך זיך געלערנט װאָס עס מײנט ייִדישקײט, מענטשלעכקײט און ערלעכקײט. די װעלט איז הפֿקר, באָבע, און נאַראָנים פֿירן זי. װי פֿלעגסטו זאָגן: „װאָס װעט זײַן, װעט זײַן, גאָט אין הימל איז אַ פֿאָטער.‟

פּערל קרופּיטס באָבע Courtesy of Pearl Krupit

געדענקסט װי דו האָסט מיך אין דער פֿרי געלערנט דעם „מודה אני‟, און בײַ נאַכט, װען מיר האָבן צוזאַמען געזאָגט דעם „שמע ישׂראל‟? איך פֿלעג דיך נאָכגײן אַף טריט און שריט, אָדער זיצן מיט דיר לעבן דעם גרויסן טיש אינעם עסצימער, װען דו פֿלעגסט דאַװענען אין דער פֿרי. אַזוי װי איך בין נאָך געװען צו יונג צו גײן אין דער ענגלישער שול, פֿלעגן מיר שעהען צײַט זיצן בײַם פֿענצטער װאָס קוקט אַרויס צו דער גאַס, און באַטראַכטן די פֿאַרבײַגײערס און רעדן װעגן זײ אַף מײַן שטײגער.

אַנטקעגן אונזערע פֿענצטער איז געװען אַ מין אינדזל מיט גראָז, בײמער און בענקלעך, אַ מין פּאַרק, װוּ דו האָסט ליב געהאַט צו זיצן מיט דײַנע שכנות און פֿרײַנד. מיך האָסטו אויך מיטגענומען כּדי איך זאָל זיך שפּילן און זיך אָפּטשעפּען אַ ביסל פֿון דער מאַמען, װאָס איז שוין געװען שװאַנגער מיט מײַן שװעסטערל באַשעלע, ע”ה. איך האָב אַזוי גוט פֿאַרבראַכט זיצנדיק נאָענט צו דיר, באָבע, און כ׳האָב באַמערקט װי שכנים זײַנען געקומען דיר אָפּגעבן אַ שלום עליכם. איך בין געװען אַזוי שטאָלץ זעענדיק װי ליב אַלע האָבן דיך.

אײן מאָל, װען איך און די מאַמע האָבן שפּאַצירט אין גאַס, האָט אַ שכנה אונדז אָפּגעשטעלט און געמוסרט דער מאַמען אַז זי זאָל מיט מיר ניט רעדן אַף ייִדיש. מאַמע האָט געענטפֿערט, אַז ענגליש װעל איך זיך מוזן לערנען, אָבער זי װיל זײַן זיכער אַז איך װעל גוט קענען ייִדיש. „אפֿשר, מיט דער צײַט, װעט זי זיך קענען דורכשרײַבן אַף ייִדיש מיט מײַן שװעסטער, ראָזע, װאָס איז געבליבן פֿאַרשלאָסן אין רוסלאַנד,‟ האָט די מאַמע געענטפֿערט דער שכנה.

מיר האָבן געװוינט אין אַ ייִדישער געגנט, װוּ מערסטע אײַנװוינער זײַנען געװען אימיגראַנטן פֿון מזרח־אײראָפּע און האָבן געקענט ייִדיש. די קינדער אויך. װען די צײַט איז געקומען, בין איך אַװעק אין דער ענגלישער שול זיך לערנען. צו פֿינף יאָר האָב איך נאָך ניט געקענט קײן ענגליש. אין אונדזער שטוב האָבן מיר גערעדט בלויז ייִדיש. אינעם הויף פֿון אונדזער הויז, האָט די מאַמע באַמערקט עטלעכע קינדער, זיצנדיק אַף די טרעפּ, לײענענדיק אַ ייִדיש בוך. האָט זי זײ געפֿרעגט װוּ זײ לערנען זיך ייִדיש און זײ האָבן אָנגעװיזן אַף דער צװײטער גאַס. איך בין אַלט געװען אַן ערך זעקס יאָר און די מאַמע האָט מיך גלײַך פֿאַרשריבן אין דער אַרבעטער רינג פֿאָלקשול נומער צװײ. דער לערער איז געװען דוד בערעזער, אַן אויסערגעװײנטלעכער ייִדיש־לערער, מיט אַ גוטער באַציִונג צו יונגע קינדער. איך האָב זיך דאָרט אין דער שולע געלערנט פֿינף יאָר. (די מאַמע האָט געבעטן מיך צו האַלטן נאָך אַ יאָר, װײַל איך בין געװען אַזוי יונג.)

די קלאַסן זײַנען פֿאָרגעקומען דרײַ נאָכמיטאָגן אַ װאָך. אין פֿערטן קלאַס זײַנען די טעג פֿון לערנען געװען דינסטיק, דאָנערשטיק און שבת. שבת, אָבער, איז פֿאַר מיר געװען אַ פּראָבלעם, װײַל מיר זײַנען געװען פֿרום. איך בין געװען אַ גוטע תּלמידה און כ׳האָב ניט געװאָלט אָנװערן די שבתדיקע לעקציעס, האָב איך דיך פֿאַרזיכערט אַז איך װעל ניט שרײַבן, בלויז זיך צוהערן און פֿאַרגעדענקען. פֿאַרשרײַבן װעל איך די אינפֿאָרמאַציע נאָך שבת.

מיטאַמאָל ביסטו שװער קראַנק געװאָרן, אָבער אונדז, קינדער, האָט מען דאָס ניט דערצײלט. דאָס איז געװען ערבֿ חנוכּה 1946, װען איך בין אַלט געװען פֿופֿצן יאָר. װי יעדעס יאָר, האָבן מיר זיך גענומען גרײטן אַף דעם יום־טובֿ חנוכּה. דער ריח פֿון קאַרטאָפֿל־לאַטקעס האָט געשװעבט איבער דער שטוב. אונדז קינדער איז געװען זײער גוט. אין יענע יאָרן האָבן מיר באַקומען חנוכּה־געלט, מזומן, די נאַכט פֿון דעם פֿינפֿטן חנוכּה ליכטל.

„פֿאַרװאָס?‟ האָב איך אַנומלט געפֿרעגט.

„װײַל אַזוי אַרום װעסטו ניט קענען אויסגעבן דאָס גאַנצע געלט אײדער דער יום־טובֿ איז אַריבער,‟ האָסטו געענטפֿערט.

מיט אַ מאָל דערזע איך װי דו, אַ שלאַפֿע, זיצט אַף אַ שטול אין קיך, אָבער ניט בײַם טיש. דאָס איז געװען אין דער נאַכט פֿונעם ערשטן חנוכּה־ליכטל. דו האָסט אַרויסגענומען פֿון דײַן טײַסטער פֿינף־און־צװאַנציק סענט פֿאַר באַשעלען און ירוחימען, און פֿופֿציק סענט פֿאַר מיר. מיר, קינדער, האָבן זיך איבערקוקט. עפּעס איז דאָ ניט אין אָרדענונג. מיר האָבן ניט געװאָלט נעמען דאָס געלט, ס׳איז געװען צו פֿיל און צו פֿרי, אָבער דו האָסט געטענהט, „אויב איך גיב עס דיר הײַנט, טאָ נעם עס.‟ מיר האָבן גענומען די חנוכּה־געלט, אָבער מיט אַ שװערן האַרץ.

אין מיטן פֿון דער נאַכט, װען איך בין נאָך געשלאָפֿן, האָט מען דיך אַװעקגעפֿירט אין שפּיטאָל. אויף מאָרגן אין דער פֿרי, האָב איך געזען דורך מײַן פֿענצטער װי מען האָט דיך צוריקגעבראַכט אַהײם כּדי דו זאָלסט, װי דו האָסט געבעטן, קענען שטאַרבן אין דײַן אײגענער בעט. דו ביסט אַזוי אָפּגעלעגן אין אַ קאָמאָטאָזן מצבֿ אַן ערך דרײַ טעג. װען דו ביסט אַזוי געלעגן אַף דײַן טויטן־בעט און געשעפּטשעט: „שפֿל, שפֿל,‟ האָב איך דאָס ניט פֿאַרשטאַנען. איך האָב פּרובירט דיר געבן אַ טרונק װאַסער און טרײסטן. עס האָט אָבער ניט געהאָלפֿן. דו האָסט אַף מיר געקוקט מיט אַזוי פֿיל רחמנות און אַנגסט, אז דאָס האָט מיך דערשראָקן. אַלע טאַנטעס, פֿעטערס און קוזינען זײַנען געקומען זיך געזעגענען מיט דיר, און אַלע האָבן געװײנט.

די גאַנצע צײַט װאָס דו ביסט אַזוי געלעגן, ביסטו געװען שטיל און רויִק, מיט פֿאַרמאַכטע אויגן, כּמעט טויט. מיט אַ מאָל איז דער טאַטע אַרײַן אין שטוב נאָכן אָפּנעמען די פּאָטשט, און האָט אַף אַ הויכן קול דערקלערט: „אַ בריװ פֿון ראַשקען, פֿון רוסלאַנד.‟ אַלע זײַנען געװאָרן אויפֿגעהײַטערט, װײַל מען האָט פֿון איר שוין ניט געהערט עטלעכע יאָר און מען האָט ניט געװוּסט װאָס צו טראַכטן — צי זײ לעבן, צי ניט. מאַמע האָט אויפֿגעעפֿנט דאָס בריװל און אַויסגעשריִען: „זײ לעבן נאָך! ראַשקע מיט די קינדער לעבן!‟

מיט דעם האָט מען געזען װי דו האָסט זיך אַ ריר געטאָן, געעפֿנט דײַנע העל־בלויע אויגן, אַ שמײכל געטאָן, אַזוי װי דו האָסט פֿאַרשטאַנען אַז דײַן טאָכטער, װעלכע איז פֿאַרבליבן אין דער אַלטער הײם, האָט דורכגעלעבט די שרעקלעכע מלחמה. גלײַך האָסטו פֿאַרמאַכט די אויגן, און מיט אַ שמײכל אף די ליפּן, ביסטו אַװעק פֿון אונדז אַף אַײביק. עס איז אַזוי געשען, אַז דו ביסט נפֿטר געװאָרן דעם פֿינפֿטן טאָג חנוכּה.

זאָג מיר, באָבע, װי אַזוי האָסטו געװוּסט אַז אין מיטן חנוכּה װעסטו שוין ניט זײַן אונדז צו געבן חנוכּה־געלט?

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version