זכרונות פֿונעם פּאָעט חײם בײדער ז”ל 100 יאָר נאָך זײַן געבוירן ווערןMemories of the poet Chaim Beider 100 years after his birth
אין ביידערס קאַבינעט האָבן די צוויי מענער זיך אָראָפּגערעדט פֿון האַרצן װעגן דער גרױסער עװלה לגבי דער ייִדישער קולטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד.
צװײ ייִדישע שרײַבער האָבן געװירקט, איך זאָל נעמען זינדיקן מיט דער ייִדישער פּען: דער װילנער שרײַבער בער האַלפּערן און דער וואָלינער זשורנאַליסט, פּאָעט און ליטעראַטור־פֿאָרשער — חײם בײדער, וואָס וואָלט הײַיאָר געוואָרן אַ בן־מאה.
די פֿאָרווערטס־לייענער וואָס זײַנען נישט באַקאַנט מיט ביידערס ווערק קענען לייענען דרײַ אַרטיקלען זײַנע וואָס מע האָט איבערגעדרוקט אינעם ישׂראלדיקן ייִדישן זשורנאַל „טאָפּלפּונקט‟: „שלום־עליכמס דרײַ נישט־פֿאַרעפֿנטלעכטע בריװ‟ (נומ’ 5, זז’ 107-104); „פֿון אירמע דרוקערס נאָטיצביכלעך‟ (נומ’ 6, זז’ 106-101) און „אױף די װעגן פֿון דער ייִדישער פֿאָלקלאָריסטיק‟ (נומ’ 9, זז’ 133-116).
ווי אַזוי האָב איך זיך באַקענט מיט ביידערן? ווי אַ דיפּלאָמירטער עקאָנאָמיסט, פֿלעג איך זיך דרוקן אױף אָט דער טעמאַטיק אין דער רוסישער און ליטװישער פּרעסע. אױף מײַן מזל, אָדער בעסער געזאָגט, שלימזל, איז מיר אױסגעקומען צו לעבן אונטער דעם טאָטאַליטאַרן סאָװעטישן רעזשים, װעלכער האָט מיט אַ שטײנערנעם האַרץ זיך באַצױגן צו ייִדן, פּונקט װי זײ װאָלטן נישט עקזיסטירט. קײן ייִדישע פּרעסע, שולן, װער רעדט שױן פֿון בילדונגס־אַנשטאַלטן — זענען נישט געװען בנימצא.
בעיקר צו פֿאַרבלענדן אױסלאַנד, איז אין מאָסקװע דערשינען אַ חודש־זשורנאַל „סאָװעטיש הײמלאַנד‟, שטרענג רעגלאַמענטירט דורכן פּאַרטײ־אַפּאַראַט מיט אַ קװיזלינג־רעדאַקטאָר בראָש. איך װעל זײַן נאָמען נישט דערמאָנען, לױטן אױסדרוק פֿון די אַמאָליקע רױמער: װעגן טױטע — אָדער גוט, אָדער גאָרנישט.
בער האַלפּערן, צו װעמען איך פֿלעג אַרײַנקומען װי אַ ייִדיש־ליבהאָבער, האָט מיר געגעבן צו לײענען דעם זשורנאַל, אָנװײַזנדיק, אַז מען קען דאָרט אָפֿט געפֿינען עפּעס װערטיקס. דערבײַ האָט ער באַטאָנט, אַז דאָס איז דעם שטעלפֿאַרטרעטער חײם בײדערס פֿאַרדינסט און אַז ער קען מיך פֿאַרבינדן מיט אים. כ’מוז זאָגן, אַז בכלל האָבן דאָרטן אין זשורנאַל געהערשט פּראָפּאַגאַנדישע שרײַבעכצן, פֿון װעלכע עס פֿלעגט װערן זײער פּריקרע אױף דער נשמה.
אין 1977 האָט מען אין דעם זשורנאַל אָפּגעדרוקט מײַן אַרטיקל, „אײניקע באַמערקונגען װעגן שפּראַך־פֿראַגעס‟, װוּ כ’האָב אָנגעװיזן אױף מעכאַנישע איבערזעצונגען פֿון רוסיש. װעגן מײַן אָנגעקניפּטן קאָנטאַקט מיט דער רעדאַקציע, האָב איך פּרטימדיק דערציילט אין מײַן אַרטיקל „ליבהאָבעריש געפֿאָרשט ייִדישע היסטאָריע און שפּראַך‟ („לעצטע נײַעס‟, דעם 17טן יוני 1999).
אין אַ קורצער צײַט אַרום האָב איך געדאַרפֿט זײַן אין מאָסקװע, האָב איך אין דער רעדאַקציע צום ערשטן מאָל זיך פּערזענלעך באַקענט מיט חײם בײדערן. װען איך בין אַרײַן אין זײַן קאַבינעט האָט פֿון זײַן אײדעלן פּנים אַראָפּגעשײַנט אַ לײַכטער גוטמוטיקער שמײכל. כ’האָב גלײַך דערפֿילט, אַז אַנטקעגן מיר זיצט אַ האַרציקער מענטש און אַ װאַרעמער ייִד. פֿון צײַט צו צײַט פֿלעג איך אים דאָרטן באַזוכן. אין זײַן קאַבינעט, אונטער פֿיר אױגן פֿלעגן מיר זיך געמיטלעך דורכשמועסן. בײדע האָבן מיר זיך אָראָפּגערעדט פֿון האַרצן װעגן דער גרױסער עװלה לגבי דער ייִדישער קולטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. ער האָט מיך תּמיד דערמוטיקט צו זײַן — לױט מײַנע מעגלעכקײטן — שעפֿעריש אױפֿן ליטעראַרישן געביט. װעגן זיך אַלײן — האָט ער גערעדט מיט פֿאַרדראָס װײַל אים איז געװען אַ שאָד די יאָרן, װאָס ער איז געװען אָפּגעריסן פֿון ייִדיש־שאַפֿן צוליב די באַגרענעצונגען פֿון לעבן אונטער דער קאָמוניסטישער דיקטאַטור.
ביידער איז געווען אַ פֿעיִקער פּאָעט און אַ קענער אין די קלײנע אותיותלעך. ער איז געבוירן געוואָרן דעם 20סטן אַפּריל 1920 אין װאָלין, אוקראַיִנע און האָט שױן בײַם סוף פֿון די 1930ער יאָרן זיך אָנגעהױבן דרוקן אין דער ייִדישער פּרעסע. צוליב דעם פּאָגראָם אױף דער ייִדישער קולטור אין די נאָכמלחמהדיקע יאָרן האָט ער געמוזט אַרבעטן אַ לאַנגע צײַט װי אַ רוסיש־אוקראַיִנישער קולטור־טוער. ערשט אין 1973 האָט זיך פֿאַרװירקלעכט זײַן לאַנג געגאַרטער טרױם — װערן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער ייִדישער זשורנאַליסט. מיט ברען און התמדה האָט ער זיך אַרײַנגעװאָרפֿן אין דער נײַער ליטעראַרישער טעטיקײט. מיט אַחריות און מסירת־נפֿש האָט ער זיך אײַנגעשטעלט פֿאַרן קיום און כּבֿוד פֿון אונדזער מאַמע־לשון. כּדי צו פֿאַרהיטן זי פֿון היסטאָרישער פֿאַרגעסנקײט, האָט ער אינעם זשורנאַל געפֿירט אַ ספּעציעלע רובריק, „מאַטעריאַלן פֿאַר אַ לעקסיקאָן פֿון דער ייִדיש־סאָװעטישער ליטעראַטור‟.
נאָך מײַן עליה קיין ישׂראל אין 1990 האָט זיך אױף אַ געװיסער צײַט איבערגעריסן אונדזער קאָנטאַקט. שפּעטער פֿלעג איך דורך זײַן זון איבערשיקן מײַנע גרוסן. זײַן זון, װלאַדימיר בײדער, איז געװען דער רעדאַקטאָר פֿון אַ װעכנטלעכער בײַלאַגע בײַ דער רוסישער צײַטונג “Вести” (ידיעות), װאָס דערשײַנט אין תּל־אָבֿיבֿ, װוּ איך פֿלעג צײַטנװײַז עפּעס פּובליקירן.
זינט 1996 האָט חײם בײדער געוווינט אין ניו־יאָרק. אין 1998 האָט ער איבערגענומען די רעדאַקציע פֿונעם זשורנאַל „צוקונפֿט‟. אָנהײב 2000 — אַן אומגעריכטער טעלעפֿאָן־קלונג, עס רעדט חײם בײדער. ער געפֿינט זיך צו גאַסט בײַ זײַן זון אין ירושלים. מיר האָבן זיך אַ ביסל דורכגעשמועסט: ער בעט מיר זײער איך זאָל עפּעס שיקן פֿאַרן זשורנאַל. צום באַדױערן איז דאָס געװען אונדזער לעצטער שמועס. אין נומער 3-2 (105), 2000, האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט מײַן לאַנגן אַרטיקל, „אַ קוק אױף צוריק פֿון אַן אַלטן ייִדישיסט‟ און איז געשטאָרבן אין ניו־יאָרק דעם 12טן יולי 2003.
ביידער איז געװען אַ גאָט געבענטשטער שרײַבער. בעתן לײענען זײַנע פּובליקאַציעס פֿלעגט מען שטענדיק פֿילן אַ שעפֿערישע נאַטירלעכקײט, װאָס גײט בײַ אים אַרױס פֿון טיפֿסטן האַרצן. דער דיכטער, זשורנאַליסט און ליטעראַטור־פֿאָרשער חײם בײדער, פֿעלט אונדז טאַקע אויס.
לאָמיר טאַקע פֿאַרענדיקן מיט חיים ביידערס אַ ליד, „מײַן ייִחוס־צעטל‟:
מײַן ייִחוס־צעטל
טײַערע נעמען,געלײַטערטע נעמען…
כ’דאַרף מיט מײַן ײִחוס קײן מאָל ניט שעמען;
װעלקע דער קירזשנער,
איציק דער שמיד…
פּונקט װי געטאָן װאָלט אין האַרצן אַ שניט…
ס’זײַנען די שטעטלעך פֿון לאַנג שױן פֿאַרשװוּנדן,
ס’בלוטיקן אָבער ביז הײַנט נאָך די װוּנדן,
כ’טרעט אױף דער ערד – און מיר דאַכט זיך
,עס שרײַטיעדער פֿון זײ מיט זײַן װײ פֿון דער װײַט.
טײַערע נעמען,
געלײַטערטע נעמען…
פֿרעגן פֿאַר װאָס און פֿאַר װען איצט בײַ װעמען?
רבֿקה – מײַן מאַמע גערופֿט מען האָט,
צירל – מײַן באָבען, צי איז דאָס אַ שפּאָט?
אַלע פֿאַרגאַנגען, און אַלע – פֿאַרלאָרן,
קלאַפּן זײ אַלץ נאָך צו מיר אין זכּרון…
קינדער און אײניקלעך מײַנע, ניט פֿרעגט –
אַלץ איז פֿאַרמעקט, נאָר ס’איז קײנער פֿאַרמעקט.
טײַערע נעמען,געלײַטערטע נעמען…
װעלן די יורשים די װײַטע באַנעמען,
אַז כ’האָב מײַן ײִחוס אין װירבל פֿון יאָרן תּמיד געהיט –
און אױף אײביק פֿאַרלאָרן…
(חײם בײדער, מאָסקװע 1979)
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO