Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ראָמאַן וועגן קאַנאַדער ייִדיש מיידל וואָס דערוויסט זיך וועגן דעם חורבןNovel about a Canadian girl coming of age in the shadow of the Holocaust

סענדי שעפֿרין ראַבינס בוך שילדערט די באַציִונג צווישן אַ תּלמידה אין אַ ייִדישער טאָגשול און איר מוזיק־לערער, אַ לעבן געבליבענעם פֿון חורבן.

לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש.

Prairie Sonata
Sandy Shefrin Rabin
FriesenPress, 2020, 288 pp.

צוליב פֿאַרשידענע סיבות איז דער גורל פֿון ייִדיש געװען בעסער אין קאַנאַדע אײדער אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן.

דער ייִדישער אימיגראַנטישער ציבור אין קאַנאַדע איז געװען מער פֿאַראײניקט און בעסער אָרגאַניזירט, און די קאַנאַדער געזעלשאַפֿט האָט בכלל מער דרך־ארץ פֿאַר קולטורעלער פֿילמיניקײט, אײדער איר דרומדיקן שכן. ייִדן האָבן דאָרט פֿאַרנומען אַן אָרט צװישן די צװײ גרױסע קריסטלעכע עדות, די פּראָטעסטאַנטן און די קאַטױלן. אַ נעץ פֿון ייִדישע שולן איז געװען טעטיק ניט נאָר אין די גרעסערע ייִדישע צענטערס װי מאָנטרעאַל און טאָראָנטאָ, נאָר אױך אין די פּראָװינצן, אַזעלכע װי אַלבערטע און מאַניטאָנע.

טאַקע אין מאַניטאָבע, אין דעם אױסגעטראַכטן שטעטל אַמבריזיע, װױנט מירעלע אַדלער, די יונגע העלדין פֿונעם ראָמאַן, „די סאָנאַטע פֿון דער פּרעריע‟ פֿון סענדי שעפֿרין־ראַבין. די האַנדלונג קומט פֿאָר צווישן די סוף 1940ער יאָרן און די אָנהײב 1950ער יאָרן, אָבער דער ייִדישער חורבן אין אײראָפּע האָט כּמעט ניט קײן שײַכות צו דעם רויִקן און געלאַסענעם לעבנס־שטײגער פֿון די אָרטיקע ייִדן. מירעלעס טאַטע איז אַ דאָקטער מיט אַן אײגענער פּראַקטיק און די מאַמע איז אַ געניטע בעל־הביתטע. די משפּחה היט כּשרות, שבת און פּראַװעט ייִדישע יום־טובֿים, אָבער איז ניט איבעריק פֿרום.

מירעלע און איר ייִנגערער ברודער סעמי לערנען זיך אין דער ייִדישער פֿאָלקסשול אױפֿן נאָמען פֿון יִ. ל. פּרץ (אַ סבֿרה אין װיניפּעג, דער הױפּט־שטאָט פֿון דער פּראָװינץ מאַניטאָבאַ). די תּלמידים לײענען ייִדישע מעשׂיות, זינגען ייִדישע לידער און מאַכן אַ פּורים־שפּיל. די קינדער האָבן ניט קײן אַנונג װעגן דעם, װאָס עס איז געשען אין אײראָפּע ניט לאַנג צוריק. זײערע עלטערן און לערער זײַנען מסתּמא יאָ געװױר דערפֿון, אָבער זײ מאַכן אַ שװײַג.

די שרעקלעכע געשיכטע פֿונעם חורבן אַנטפּלעקט זיך פֿאַר מירעלע צו־ביסלעך, נאָך דעם װי זי באַקענט זיך מיטן נײַעם לערער, „חבֿר ב.‟ אַ באַגאַבטער פֿידלער פֿון פּראָג, וואָס איז געבליבן לעבן אין אױשװיץ צוליב דעם, װאָס ער האָט געשפּילט אינעם אָרקעסטער פֿון די קאַ־צעטניקעס. זינט דעם לײַדט ער פֿון אַ שװערן שולדגעפֿיל און קען מער ניט נעמען קײן פֿידל אין די הענט. ער װערט מירעלעס מוזיק־לערער, און בהדרגה אַנטפּלעקט ער פֿאַר איר די טראַגישע געשיכטע פֿון זײַן משפּחה בעתן חורבן.

לכתּחילה חידושט זי זיך. „אױשװיץ. װאָס איז דאָס אַזױנס?‟ פֿרעגט זי. אָבער מיט דער צײַט װערט זי אַלץ טיפֿער פֿאַרטאָן אין זײַן דערצײלונג. איצט לעבט מירעלע כּלומרשט צװישן צװײ װעלטן. זי לערנט זיך אין שול, שפּילט קוישבאָל, פֿאַרליבט זיך אין אַ קריסטלעכן חבֿר, װי זי וואָלט געווען סתּם אַ קאַנאַדער מײדל, און גלײַכצײַטיק פֿילט זי מיט דעם שװערן לאַסט פֿונעם חורבן־זכּרון מיט איר לערער.

„די סאָנאַטע פֿון דער פּרעריע‟ איז אַ פּסיכאָלאָגישע געשיכטע פֿון אַ שפּירעוודיקן מײדל, װאָס װאַקסט אויף אינעם שאָטן פֿונעם חורבן. איר פּערזענלעכקײט אַנטוויקלט זיך װי אַ פּועל־יוצא פֿון איר פֿרײַנדשאַפֿט מיטן חבֿר ב. ער לײַדט פֿון אַ טיפֿער טראַװמע, װאָס לאָזט אים ניט צו רו, און זײַן באַציִונג מיט מירעלען און איר משפּחה שטיצט אים אונטער גײַסטלעך און פּסיכאָלאָגיש. דאָס בוך איז דער ערשטער ראָמאַן פֿון שעפֿרין־ראַבין, אָבער ער איז זײער געראָטן אין סטיל און פֿאָרם. די שילדערונגען פֿונעם פּראָװינציעלן בירגערלעכן ייִדישן לעבן זײַנען דורכגעדרונגען דורך װײכער איראָניע. די פֿרױען קאָכן ייִדישע מאכלים און שפּילן „מאַ־דזשאָנג‟ יעדן מיטװאָך, אַ ריטואַל, װאָס איז זיי כּמעט אַזױ חשובֿ װי שבת. די מענער פֿאַרנעמען זיך מיט געשעפֿטן און האַלטן אויס זײערע משפּחות. אין דער הײם רעדט מען אַ געמיש פֿון ענגליש און ייִדיש.

הינטער דער דאָזיקער אומבאַזאָרגטער טאָגטעגלעכקײט שטעקן כּלערלײ סודות, װאָס האָבן אַ שײַכות מיטן עבֿר אין דער אַלטער הײם. דער גרעסטער סוד איז דער חבֿר ב. אַלײן, „אַ פֿאַרשמידטער גײַסט‟. מירעלע חידושט זיך: „װען ער קוקט אױף די פֿעלדער, זעט ער ניט דאָס, װאָס איך זע. ער זעט די װעלט, װאָס איז געװען הױל, אָן שום האָפֿענונג, אָן שום משפּחה, אָן שום הײם, גאָרנישט.‟

אַפֿילו בײַ די הײמישע קאַנאַדער הייבט מירעלע אָן צו זען אַ מיאוסן אַנטיסעמיטישן צד. מירעלעס גליקלעכע און פֿרײלעכע קינדהײט ווערט פֿאַרוואַנדלט אין נײַע געפֿילן און איבערלעבונגען: „איך האָב זיך איצט געפֿילט אַלײן, לײדיק, אָן שום פֿאַרבינדונג מיט עמעץ אַ מענטשן אָדער מיט עפּעס אַ זאַך. און דאָס ערגסטע איז געװען דאָס, װאָס עס איז ניט געװען קײנער װאָס זאָל מיר קענען װײַזן דעם װעג אַרױס פֿון דער דאָזיקער פֿינצטערניש.‟ דאָס אײנציקע, װאָס קאָן אונטערשטיצן מירעלע אין דער שװערער צײַט, איז ניט קײן מענטש נאָר די מוזיק. בײַ חבֿר ב. לערנט זי זיך אױס פֿידל־סאָנאַטעס, און די דאָזיקע מוזיקאַלישע פֿאָרם, װאָס באַשטײט פֿון דרײַ טײלן, באַשטימט אױך די קאָמפּאָזיציע פֿון דעם ראָמאַן.

הײַנט איז די אַזױ־גערופֿענע „חורבן־דערציִונג‟ געװאָרן בײַ אַ סך שולן אין אַמעריקע און אײראָפּע אַ טײל פֿונעם פֿאָרמעלן געשיכטע־קוריקולום . מען קען לערנען אַלע פּרטים װעגן די דעפּאָרטאַציעס און דעם מאַסנמאָרד אין אױשװיץ און אַנדערע טױט־לאַגערן. „די סאָנאַטע פֿון דער פּרעריע‟ דערצײלט װעגן דעם חורבן אױף אַן אַנדערן, קינסטלערישן אופֿן, װאָס איז טיפֿער און שטאַרקער אײדער די פֿאַקטישע היסטאָרישע באַשרײַבונגען. די פּסיכאָלאָגישע טראַװמע פֿונעם חורבן װערט אױף שטענדיק אַרײַנגעקריצט אין מירעלעס נשמה און זי טראָגט דאָס אין זיך דאָס גאַנצע לעבן.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version