Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

כ’לערן סטודענטן אַן אַלטן פֿרויען־מינהג פֿון ערבֿ־יום־כּיפּורTeaching a Yom Kippur eve ritual Jewish women did for centuries

די סטודענטן אין דער זומער־פּראָגראַם אין ווײַמאַר האָבן געמאָסטן די קבֿרים אין אַ בית־עולם ווי אַ טייל פֿונעם מינהג.

מיט אַ יאָר צוריק, האָב איך געשריבן אַן אַרטיקל װעגן „פֿעלדמעסטן‟ – אַ מיזרח־אײראָפּעישן מינהג אין װעלכן פֿרױען האָבן געמאָסטן דעם בית־עולם אָדער אַ ספּעציפֿישן קבֿר מיט פֿאָדעם װאָס זײ האָבן שפּעטער גענוצט אױף קנײטלעך כּדי צו שאַפֿן ספּעציעלע ליכטלעך, געװײנטלעך אױף יום־כּיפּור. במשך פֿון דעם זומער, האָב איך געלערנט ייִדיש אױף דער ייִדיש־זומער־װײַמאַר פּראָגראַם. פֿאַר אײנער פֿון אונדזערע אַקטיװיטעטן, זענען מיר געגאַנגען אױפֿן ייִדישן בית־עולם און אים געמאָסטן. דאָס איז מסתּמא צום ערשטן מאָל וואָס מע האָט דאָס געטאָן אױף אַ ייִדיש־זומער־פּראָגראַם.

מיר האָבן געמאָסטן דעם בית־עולם לױט אַ באַשרײַבונג פֿונעם ייִדישן עטנאָגראַף, ס. װײַסנבערג, װאָס האָט געשריבן װעגן דעם אין 1906. איר קענט לײענען אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון זײַן אַרבעט דאָ. װי איר זעט אינעם װידעאָ, זענען מיר אַרומגעגאַנגען זאַלבע צװײט אָדער זאַלבע דריט אַרום דער קרײַזליניע פֿונעם בית-עולם אין אַ מין הקפֿה. חײם שױס, אין זײַן בוך װעגן ייִדישע יום־טובֿים, רעכנט אַרײַן פֿעלדמעסטן מיט אַנדערע „הקפֿות‟ – אום שׂמחת־תּורה און הושענא־רבה, אָדער װען די כּלה גײט אַרום דעם חתן אונטער דער חופּה. שױס טענהט אַז, ניט קוקנדיק אױף די באַטײַטן װאָס מען האָט זײ שפּעטער געגעבן, זענען די אַלע הקפֿות אַנטװיקלט געװאָרן פֿון „פּרימיטיװע מנהגים‟ פֿון באַשיצונג. פֿעלדמעסטן, װאָס מע האָט געטאָן אָדער אלול־צײַט, פֿאַר די ימים־נוראָים, אָדער אין אַנדערע צײַטן װען מע האָט באַזונדערש מורא געהאַט פֿאַרן שטאַרבן – למשל, װען עמעצער איז געװען געפֿערלעך קראַנק, אָדער בשעת אַ מגפֿה – איז טאַקע געװען אַן אופֿן אָפּצוהיטן די לעבעדיקע פֿונעם טױט.

אין די תּחינות װאָס מע פֿלעגט זאָגן בשעתן פֿעלד־ און קבֿר־מעסטן האָט מען גערעדט ניט צו גאָט אַלײן, נאָר צו די טױטע, בעטנדיק אַז זײ זאָלן זיך מיִען פֿאַר די לעבעדיקע, כּדי זיי זאָלן װײַטער לעבן און – אלול־צײַט – געדאַכט װערן צום גוטן אין דעם קומענדיקן יאָר. מען האָט געגלױבט אַז דורכן אױפֿרופֿן די פֿאַרבינדונג מיט די שױן געשטאָרבענע, װאָס זיצן שױן אין גן־עדן און זינדיקן ניט מער, קענען די לעבעדיקע זיך ראַטעװען.

קנײטלעך לײגן ־ דעם ריטואַל פֿון מאַכן ליכטלעך, פֿלעגט אַ גרופּע פֿרױען טאָן אין די טעג צװישן ראש־השנה און יום־כּיפּור. אַ מאָל, האָט מען געדונגען אַ פּראָפֿעסיאָנעלע „קנײטלעך לײגערין’ ־ װי אױך אַ „פֿעלדמעסטערין‟, אָבער בײַ אַ סך זכרונות און מעשׂיות, שטייט אַז פֿרױען האָבן געמאַכט די ליכטלעך אין דער הײם, מיט דער בעל־הביתטע אָדער אַ געלערנטער, געניטער פֿרױ פֿון דער קהילה וואָס איז געזעסן אױבן אָן און אָנגעפֿירט מיטן זאָגן די תּחינות. מע האָט געמאַכט צװײ גרױסע ליכטלעך – אײנס פֿאַר די לעבעדיקע, און אײנס — דאָס נשמה־ליכט — פֿאַר די טױטע. בײַם מאַכן דאָס ליכטל פֿאַר די לעבעדיקע, האָט מען דערמאָנט אױף אַ קול אַלע לעבעדיקע קרובֿים און אַנדערע נאָענטע מיט ספּעציפֿישע ברכות, אָנזאָגנדיק דאָס װאָס מע פֿאַרלאַנגט פֿאַר זײ אינעם קומענדיקן יאָר. בײַם שאַפֿן דאָס נשמה־ליכטל, האָט מען געזאָגט אַ ספּעציעלע תּחינה װאָס רופֿט אױף די אָבֿות און אמהות, בעטנדיק בײַ גאָט אַז ער זאָל רחמנות האָבן אױף די לעבעדיקע אין דעם זכות פֿון זײערע אור־עלטערן. בײדע ליכט פֿלעגט מען אָנצינדן ערבֿ יום־כּיפּור – דאָס לעבעדיקע־ליכט אין דער הײם, און דאָס נשמה־ליכט אין שול.

די תּחינה אױף יום־כּיפּור ליכט מאַכן געפֿינט זיך אין שׂרה־בת־טובֿימס באַקאַנטער זאַמלונג „שלושה שערים‟ ־ אַ באַװײַז פֿון װי אָנגענומען די אָ מינהגים זענען אַ מאָל געװען. זײ האָבן אַ לאַנגע געשיכטע — מע געפֿינט די ערשטע רמזים אױף זײ אין ייִדישע מקורים פֿון דעם מיטל־עלטער. כאָטש זײ זענען אין די מאָדערנע צײַטן צו־ביסלעךפֿאַרשװוּנדן געװאָרן טרעפֿט מען די מינהגים רעלאַטיװ אָפֿט אין זכרונות, ליטעראַטור און פֿאָרשאַרבעטן פֿון 19טן און אַפֿילו דעם 20סטן יאָרהונדערט.

בשעת װײַסנבערג באַשרײַבט פּרטימדיק די מנהגים פֿונעם ערבֿ־יום־כּיפּורדיקן ליכט מאַכן, זעט מען בײַ אַן אַנדער שטודיע –„גלױבונגען און מינהגים אין פֿאַרבינדונג מיט טױט‟ (אַרױסגעגעבן אין 1925 אין ייִװאָס „פֿילאָלאָגישע שריפֿטן‟), עטלעכע בײַשפּילן פֿון פֿעלדמעסטן װי אַן אופֿן אָפּצוראַטעװען אַ קראַנקן – עפּעס װאָס מע טרעפֿט אױך אין דער ייִדישער ליטעראַטור; למשל, אין מענדעלעס „די קליאַטשע‟, אין װעלכער די זאָגערקע, ברײַנדל, גײט אױפֿן בית־עולם צו װײנען און אים צו מעסטן כּדי צו פּרוּװן אָפּראַטעװען דעם קראַנקן העלד.

װי אין די אלול־תּחינות פֿון פֿעלד־ און קבֿר־מעסטן, איז מען פֿאַרן מעסטן געגאַנגען צו די קבֿרים פֿון דעם קראַנקנס פֿאַרשטאָרבענע קבֿורים, בעטנדיק „זײ זאָלן זיך מיִען פֿאַר גאָט, דער קראַנקער זאָל געזונט װערן‟. פֿון דעם פֿאָדעם האָט מען געמאַכט אַ גרױס ליכטל, װאָס מע האָט געשענקט דעם בית־מדרש, כּדי צו באַלײַכטן דאָס אָרט וווּ מע לערנט תּורה. אין עטלעכע ערטער, פֿלעגט מען מעסטן ניט דעם בית־עולם אָדער קבֿרים, נאָר דעם קראַנקן גופֿא, כּדי צו שאַפֿן אַ ליכט די גרײס פֿון זײַן גוף. אין אַנדערע שטעטלעך, האָט מען געמאָסטן דעם בית־עולם מיט שטאָף, אַנטשאָט פֿאָדעם, װאָס מען האָט שפּעטער צעטײלט צװישן די אָערמע־לײט. אין דעם שטעטל בילסק, האָט מען דעם קראַנקן צו קאָפּנס געלייגט בונטלעך גראָז פֿונעם בית־עולם. לױט װײַסנבערג, איז עס אױך געװען װיכטיק בײַם פֿעלדמעסטן אַז דער פֿאָדעם זאָל קומען אין קאָנטאַקט מיטן גראָז אָדער נאָך עפּעס פֿונעם בית־עולמס באָדן, אָנװײַזנדיק אַז די ערד אין װעלכער די געשטאָרבענע זענען באַגראָבן געװאָרן האָט געהאַט אַ געוויסן כּישוף.

בײַם אָנהײב פֿון ש. אנ־סקיס נישט־דערענדיקטער פּיעסע „טאָג און נאַכט‟, רעדן צװײ פֿרױען װעגן דער מגפֿה פֿון װעלכער „קינדער שטאַרבן װי פֿליגן‟. אײנער פֿרעגט דער אַנדערער װאָס מען זאָל טאָן, ענטפֿערט זי: „געטאָן שױן אַלץ װאָס נאָר געקענט צו טאָן. געמאָסטן פֿעלד, מיט שיר המעלות’ן, מיט תּהילים, און אַרום שטאָדט געמאַכט אַ גדר…‟ מענדעלעס „איבער אַ שטאָט אין מיזרח‟ באַשרײַבט נאָך אַ מגפֿה פֿון װעלכער „מענטשן זענען געפֿאַלן װי פֿליגן‟, און צװישן די רײ זאַכן װאָס די ייִדן האָבן געטאָן זיך צו ראַטעװען דערפֿון שטײט געשריבן „װײַבער מעסטן פֿעלד.‟

אין די הײַנטיקע צײַטן, װען מיר לעבן נאָך אַלץ דורך די קאָװיד־מגפֿה, האַלט איך אַז די אָ מינהגים קענען נאָך האָבן אַ באַטײַט, ניט נאָר װײַל מיר דאַרפֿן אַ שטיקל באַשיץ־כּישוף. אין סטוטשקאָװס „אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟ געפֿינט מען פֿעלדמעסטן סײַ אונטער „כּישוף טאָן‟, סײַ אין א רשימה װערטער װאָס האָבן צו טאָן מיט „באַשלאָסנקײט און עקשנות‟. „די פֿרױען װאָס האָבן געמאָסטן פֿעלדער און קבֿרים האָבן ניט אָנגענומען זײער גורל און זײער הילפֿלאָזיקײט קעגן דער מאַכט פֿון נאַטור, און אַפֿילו אױב הײַנצוטאָג װענדן מיר זיך צו דער װיסנשאַפֿט אַנטשטאָט כּישוף, דאַרפֿן מיר נאָך אַלץ אַזאַ באַשלאָסנקײַט װײַטער צו לעבן, אָפּצוהיטן סײַ זיך, סײַ די אַנדערע אַרום אונדז.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version