Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ טראַדיציאָנעלער מינהג געפֿירט פֿון פֿרויען: פֿעלדמעסטן און קנייטלעך לייגןA traditional female-led ritual: using grave-measuring threads to make Yom Kippur candles

אַ פֿרוי וואָס לערנט זיך כּהונה דערקלערט ווי מע האָט עס דורות־לאַנג דורכגעפֿירט און גיט אינסטרוקציעס ווי עס צו טאָן הײַנט.

אין 1906, אין אַן אַרטיקל פֿאַר אַ דײַטשן זשורנאַל פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר, האָט דער אַנטראָפּאָלאָג ס. װײַסנבערג באַשריבן װי אין דרום־רוסלאַנד, זענען די אַלטע מינהגים פֿון פֿעלד־ און קבֿר־מעסטן נאָך אַלץ אויפֿגעהיט געװאָרן. אין בײדע ריטואַלן, געפֿירט בײַ פֿרױען, פֿלעגט מען מעסטן דעם אַרומנעם פֿון אַ ספּעציפֿישן קבר, אָדער דעם גאַנצן בית־עולם מיט אַ פֿאָדעם װאָס מען ניצט שפּעטער צו מאַכן ספּעציעלע „נשמה ליכט“, געװײנטלעך אױף יום־כּיפּור. װײַסנבערג האָט געשריבן אַז „מען פֿלעגט דאָס טאָן דער עיקר אין חודש אלול אױף מאָנטיק אָדער דאָנערשטיק, און אָפֿט טאָג־טעגלעך נאָכן ערשטן סליחה. דענסטמאָל, זענען שטענדיק געװען אין בית־עולם עטלעכע עלטערע פֿרױען װאָס זענען געװען פֿעיִק אינעם מינהג און האָבן געהאַט בײַ זײ די נײטיקע קנױלן פֿאָדעם.“

איך האָב זיך ערשט געלערנט װעגן אָט די ריטואַלן אין אַ װאַרשטאַט בײַ דעם „כּהנת אינסטיטוט“ ־ אַן אַנשטאַלט װאָס בילדט אױס ייִדישע כּהנטעס און, צװישן אַנדערע זאַכן, פּרוּװט אַנטדעקן און אָפּצונעמען די פֿאַרגעסענע ראָלעס פֿון פֿרױען אינעם אַמאָליקן ייִדישקײט פֿון פֿאַרשידענע תּקופֿות און ערטער. נאָך דעם װי איך האָב אָנטײל גענומען אין דער פּראָגראַם, האָב איך אָנגעהױבן באַמערקן אין דער ייִדישער ליטעראַטור פֿאַרשידענע רמזים אויף די און אױך אַנדערע פֿרויִישע מינהגים װאָס איך האָב קײן מאָל ניט געהערט פֿון זײ אין די ייִדישע סבֿיבֿות אין װעלכע איך בין אױסגעװאַקסן.

ווי ווײַסענבערג האָט באַשריבן, האָט מען די פֿרױען וואָס האָבן געוואַרט אין בית־עולם אין חודש אלול גערופֿן „פֿעלדמעסטערינס“. זײ זײַנען ניט נאָר געווען געניט אינעם מינהג, נאָר מען האָט זײ זײער אָפֿט באַצאָלט אױף דעם. אין די אַרכיוון פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום געפֿינט מען „פֿעלדמעסטערינס“ רעלאַטיװ אָפֿט צװישן אַנדערע װײַבערישע פֿאַכן, דער עיקר די װאָס האָבן צו טאָן מיט כּישוף אָדער אַזױ גערופֿענע „זאַבאַבאָנעס“. אין אײַזיק מײער דיקס „רב שמאַיע אַליטער, דער גוט־יום־טובֿ ביטער“, צום בײַשפּיל, װאָס איז צװישן די ערשטע ווערק פֿון דער פּאָפּולערער ייִדישער ליטעראַטור, שרײַבט ער װעגן דער פּרנסה פֿון ר׳ אליטערס װײַב: „זי פֿלעגט מאַכן דעם מאַן דעם קנעלונג, פֿירן כּלות אין װאַסער, פֿאָרן מיט זײ אונטער דער חופּה, פֿונאַנדערטראָגן חלקים פֿון אַ קימפּעטאָרין…ברענגען שאלות־נשים צו די מורה־הוראָהס, מעסטן פֿעלד, אױף יום־כּיפּור ליכט מאַכן…“ און װײַטער. אין אַ מעשׂה װעגן דעם רוסישן פּריזיװ, װאָס איז דערשינען אין „קול מבשׂר“ אין 1868, אַרום דער זעלבער צײַט פֿון „רב אליטער“, שטײט „פֿעלדמעסטערין“ און „קנײטל־לעגערין“ אין א רשימה פֿאַכן װאָס דעם „כאַפּערס“ װײַב פֿלעגט טאָן, צװישן א גאַנצער רײ זאַכן װי „שמשׂטע, זאָגערין, בובע, בעקערין און קלאָגערין.“

כאָטש מע האָט אָפֿט אַראָפּגעקוקט אױפֿן פֿאַך פֿון פֿעלדמעסטן, קען מען דאָס ניט זאָגן װעגן „קנײטלעך־לײגן“ ־ װי מען האָט גערופֿן דעם מינהג פֿון ליכט מאַכן אױף יום־כּיפּור מיט אַ קנױט װאָס מען האָט אים באַניצט אין פֿעלד אָדער קבֿר מעסטן. די תּחינות אױפֿן מאַכן יום־כּיפּור־ליכט געפֿינען זיך אין שׂרה־בת־טובֿימס באַקאַנטער זאַמלונג „שלשה־שירים“, װאָס איז ניט געשריבן פֿאַר קײן מכשפֿות נאָר פֿאַר אײדעלע, פֿרומע פֿרױען װאָס װילן אױספֿאָלגן די דרײַ װײַבערישע מיצװות: נעמען חלה, נידה און בענטשן ליכט. אַ װערסיע פֿון דער תּחינה קען מען לײענען אין מענדעלעס אויטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן „שלמה רב חיימס“, װוּ ער באַשרײַבט די װערטער װאָס די פֿרומע מאַמע שׂרה, „אַ װױלקענענדיקע“ װאָס האָט געװיזן די אַנדערע װײַבער װי אַזױ צו דאַװנען אין שיל און האָט געקענט „אַלע תּחינות פֿון ארץ ישׂראל“, פֿלעגט זאָגן בײַם קנײטלעך לײגן. געשריבן געװאָרן אין מיטן 18טן יאָרהונדערט, װײַזן אױף די תּחינות אַז קנײטלעך־לײגן און פֿעלדמעסטן האָבן לפֿי־ערך אַ לאַנגע געשיכטע, און זענען אפֿשר ניט געװען אַזױ „זעלטן“ װי װײַסענבערג האָט געמײנט. די װערטער פֿון די תּחינות, װאָס רופֿן אָן די אורעלטערן צו שטיצן די לעבעדיקע אין זײערע געבעטן צום גאָט, דײַטן אָן אַז מען האָט געגלײבט אַז דורכן פּראָצעס פֿון מעסטן, האָט מען געקענט שאַפֿן א גײַסטיקע פֿאַרבינדונג צווישן די לעבעדיקע און די אָבֿות און אמהות.

בײַשפּילן פֿון פֿעלדמעסטן געפֿינען זיך נישט נאָר אין דער פֿרייִקער ייִדישער ליטעראַטור, נאָר אױך אין דעם װאָס איז אַרױסגעגעבן געװאָרן אין צװאָנציקסטן יאָרהונדערט. מאָריס ראָזענפֿעלד, צום בײַשפּיל, האָט געשריבן אַ ליד װעגן דעם אין זײַנע „געזאַמלטע לידער“ (1904), אין װעלכן די פֿאַרבינדונג מיט די אורעלטערן נעמט אָן אַ קענטיק נאַציאָנאַלן כאַראַקטער. איך בין באַזונדערש פֿאַרכאַפּט געװאָרן מיט די צװײ פֿעלדמעסטערינס פֿון משה קולבאַקס ראָמאַן „מאָנטאָג“ (1926) — סטעסיע און גנעסיע — װאָס האָבן, אין מיטן דעם כאַאָס און גרױזאַמקײט פֿון דער רעװאָלוציע, „פֿאַרשפּינט אַזוי די גאַנצע שטאָט אַרום מיט אַ טױטן פֿאָדעם“. נישט לאַנג נאָך דעם װאָס איך האָב דאָס געלײענט, בין איך געפֿאָרן קײן פּױלן און דערנאָך — ליטע, צו באַזוכן די ערטער פֿון װאַנען מײַן אײגענע משפּחה שטאַמט. איך בין געװען באַזונדערש באַגײַסטערט צו זען די שטאָט „קרעטינגע“, װאָס איך האָב געלײענט װעגן איר אין מײַן עלטער־פֿעטערס זכרונות, נאָר גײענדיק איבער דער שטאָט, האָב איך ניט געפֿונען קײן זכר פֿון דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן װאָס ער האָט באַשריבן. פֿאַרקערט, די ערשטע זאַך װאָס איך האָב געזען, אָנקומענדיק אין דער שטאָט, איז געװען אַ פּלאַקאַט בײַם אַרײַנגאַנג צום װאַלד וווּ עס איז געשטאַנען: „דאָס אָרט פֿון ייִדישן גענאָציד.“ די אײנציקע ייִדישע געבײַדע װאָס בלײַבט איז דער בית־עולם, װוּ אַ דענקמאָל דערמאָנט אױף ליטװיש און אַ שלעכטן ייִדיש אַז דאָרטן האָט מען דערהרגעט די ייִדישע פֿרױען אין שטאָט, װאָס עטלעכע מײַנע אײגענע קרובֿים זענען מסתּמא געװען צװישן זײ. נישט װיסנדיק װאָס צו טאָן, האָב איך געטראַכט פֿון די פֿעלדמעסטערינס סטעסיע און גנעסיע. איך בין געגאַנגען אין קראָם װוּ עס איז אַ מאָל געשטאַנען די מקװה, כ׳האָב געקױפֿט אַ קנױל פֿאָדעם, און געמאָסטן דעם בית־עולם. שפּעטער האָב איך געמאַכט פֿונעם פֿאָדעם יום־כּיפּור ליכט, װאָס האָבן נאָך אַלץ געברענט װען, נאָכן תּענית, האָב איך געהערט װעגן דעם שיסערײַ אין אַ שול אין האַלע, דײַטשלאַנד.

װען עס האָט אױסגעבראָכן די מגפֿה, האָב איך אָנגעהױבן װײַטער צו טראַכטן װעגן די מינהגים, װאָס מען האָט אַ מאָל געטאָן ניט נאָר אױף יום־כּיפּור, נאָר אױך אין אַנדערע צײַטן פֿון יאָר װען, װי אױף יום־כּיפּור, דער גבֿול צװישן דעם לעבן און דעם טױט װערט פֿאַרשװאַכט. אין אַ יזכּור־בוך פֿון פּרוזשענע, פּױלן, שטײט געשריבן אַז „מעסטן פֿעלד װערט אָנגעװענדט אין שװערע פֿאַלן פֿון קראַנקײטן.“ דער פֿילאָסאָף שלמה מײַמאָן דערמאָנט אין זײַן לעבנסגעשיכטע װי אין צװײטן טײל 17טן יאָרהונדערט, איז זײַן שװיגער געגאַנגען צום בית־עולם װו זי האָט „געלאָזט פֿעלדמעסטן“ װען זי האָט מורא געהאַט פֿונעם בײזן גײַסט פֿון זײַן אײגענער מאַמע. װי די רױטע בענדלעך װאָס מען זעט אַ מאָל בײַ אָנהענגערס פֿון קבלה, געמאַכט מיט רױטע פֿעדעמער מיט װעלכן מען האָט אײַנגעװיקלט רחלס קבֿר אין ירושלים, זענען די מינהגים פֿון פֿעלדמעסטן און קנײטלעך לײגן אױך ריטואַלן פֿון פּראָטעקציע, װאָס ניצן אָט די באַשיצונג כּדי אָפּצוהיטן די לעבעדיקע פֿון גאָטס כּעס, און אים צו דערמאָנען אין זײַן ליבשאַפֿט פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק. הײַיאָר, אַז מען קוקט אַרױס אױפֿן נײַעם יאָר מיט אַזױ פֿיל אומזיכערקײט, קענען אפֿשר די אָ מינהגים ווידער האָבן אַ באַדײַט.

די פֿאָרווערטס־לייענער וואָס ווילן טאַקע וויסן ווי מע פֿירט דורך די אָ מנהגים (מע טוט זיי אין דרויסן מיט איינעם אָדער צוויי אַנדערע מענטשן) קענען אַראָפּלאָדן אַ וועגווײַזער דאָ

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version