ווידעאָ: הרבֿ חיים וואָלאָזשינער באַגריסט משיחןVIDEO: Rabbi Chaim of Volozhin greets the Messiah
הרבֿ דבֿ בר סאָלאָווייטשיק גיט איבער אַ מעשׂה וואָס דער גרינדער פֿון דער וואָלאָזשינער ישיבֿה האָט דערציילט וועגן זיך אַליין.

Graphic by Angelie Zaslavsky
ס׳איז לעצטנס אַרויפֿגעשטעלט געוואָרן אויף יוטוב אַ רעקאָרדירונג פֿון אַ שיינער מעשׂה וועגן דעם גרינדער פֿון דער וואָלאָזשינער ישיבֿה — הרבֿ חיים וואָלאָזשינער. די מעשׂה האָט הרבֿ דבֿ בער סאָלאָווייטשיק דערציילט ווי אַ משל בעת זײַן שבת־שובֿה דרשה אין אַמעריקע אין 1970.
די דאָזיקע מעשׂה איז אייגנאַרטיק מיט דעם וואָס זי נעמט אַרײַן עטלעכע פּערזענלעכע שמועסן צווישן ר׳ חיים און זײַן פֿרוי, רעלקע.
הרבֿ סאָלאָווייטשיק, אָדער ווי מע רופֿט אים עד־היום — „דער רבֿ“, איז געווען באַקאַנט פֿאַר זײַנע קלאָרע, פֿאַרשטענדלעכע דרשות און שיעורים, וואָס ער האָט תּמיד געהאַלטן אויף ייִדיש, כאָטש ער האָט גוט געקענט ענגליש.
די רעקאָרדירונג איז אַ טייל פֿון אַ סעריע דרשות אויף יוטוב, וואָס דער רבֿ האָט געהאַלטן אויף ייִדיש. ס’רובֿ פֿון זיי ווערן באַגלייט מיט ענגלישע און אַ מאָל העברעיִשע אונטערקעפּלעך. אין דער איצטיקער רעקאָרדירונג זענען אָבער קיין אונטערקעפּלעך נישטאָ. די סעריע ווערט פּראָדוצירט דורך Ohr Publishing.
כּדי צו זען אַנדערע ייִדישע דרשות פֿון הרבֿ דבֿ־בער סאָלאָווייטשיק, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
