חיים בארס נײַ בוך דרייט זיך אַרום אָפּאַטאָשוס נאָוועלע „אַ טאָג אין רעגענסבורג“Chaim Beer’s new book revolves around J. Opatoshu’s novella ‘A Day in Regensburg’
„לווייתן ברוח“ באַקענט דעם לייענער מיט באַקאַנטע ייִדישע פֿיגורן, ווי י. ל. פּרץ, ש. אַנ-סקי און חנא שמערוק

דער מחבר פֿונעם נײַעם בוך „לווייתן ברוח“ (אַ וואַלפֿיש אין ווינט), חיים באר Photo by Wikimedia Commons
„לווייתן ברוח“ פֿון חיים באר
פֿאַרלאַג: עם עובד (2026)
303 זײַטן
די טעג איז אַרויס אין ישׂראל אַ נײַ, אייגנאַרטיק בוך, „לווייתן ברוח“ (אַ וואַלפֿיש אין ווינט), פֿונעם אָנגעזעענעם ראָמאַנען־שרײַבער און עסיייִסט חיים באר. דאָס איז דאָס 17סטע בוך זײַנע, וואָס אַלע פֿון זיי ווערן פֿאַררעכנט אין ישׂראל פֿאַר דער „סמעטענע“ פֿון דער העברעיִשער ליטעראַטור. איינער פֿון זײַנע פֿריִערדיקע ביכער האָט מײַסטעריש באַשריבן די באַציִונגען צווישן ח.־נ. ביאַליק, ש.י. עגנון און י.-ח. ברענער.
דאָס נײַע בוך איז אַ ביסל שווער צו דעפֿינירן: מע לייענט עס ווי עס וואָלט געווען אַ שפּאַנענדיקער ראָמאַן, אָבער עס געהערט גיכער צום זשאַנער פֿאַקטפּראָזע (non-fiction בלע״ז). אַלץ וואָס ער דערציילט אינעם בוך האָט טאַקע פּאַסירט. הייסט עס, אַז דער מחבר פֿון בוך איז גלײַכצײַטיק דער נאַראַטאָר: ער דערציילט וועגן פֿיגורן וואָס ער קען, מיט זייערע אמתע נעמען, און וועגן געשעענישן וואָס ער האָט אַליין דורכגעלעבט. און הגם „לווייתן ברוח“ איז געשריבן אין חיים בארס פּרעכטיקן העברעיִש — ער איז דאָך אַ גרויסער קענער פֿון די שפּראַך-אוצרות און דערצו אַ בקי אין די קליינע אותיות — האָט דאָס בוך אויך אַ סך צו טאָן מיט ייִדיש.

קודם-כּל, איז די הויפּטטעמע פֿונעם בוך יוסף אָפּאַטאָשוס נאָוועלע „אַ טאָג אין רעגענסבורג“, וואָס איז אַרויס אין יאָר 1933. און השנית, אין משך פֿונעם בוך באַקענט זיך דער מחבר (און דער נאַראַטאָר) מיט אַ ריי ייִדישע שרײַבערס און פֿאָרשערס — י. ל. פּרץ, ש. אַנ-סקי, מאַקס עריק, דבֿ סדן (שטאָק), חנא שמערוק און נאָך אַ סך אַנדערע ייִדישע פֿיגורן וואָס שטייען אויף תּחיית-המתים.
דער סיפּור-המעשׂה הייבט זיך אָן אין אַ ביכערקראָם אין ירושלים מיט פֿערציק יאָר צוריק. באר קויפֿט אַן עקזעמפּלאַר פֿונעם בוך „ספֿר חסידים“, אַן אַשכּנזיש-העברעיִשן חיבור פֿונעם 12טן יאָרהונדערט, און טרעפֿט צופֿעליק אינעם בוך נאָך אַ ביכל: די העברעיִשע איבערזעצונג פֿון יוסף אָפּאַטאָשוס ראָמאַן „אַ טאָג אין רעגענסבורג“ („יום ברגנספורק“). דער פֿאַרקויפֿער, וואָס איז נישט קיין עם-האָרץ, זאָגט אים: „זאָלסט וויסן אַז דאָס בוך איז אַ ווילדע מציאה!“ (די צוויי לעצטע ווערטער זײַנען אין בוך געשריבן אויף ייִדיש, ווי אַ סך אַנדערע ייִדישע אויסדרוקן וואָס באר ניצט).
אין אויטאָבוס, אויפֿן וועג אַהיים, הייבט באר אָן לייענען אָפּאַטאָשוס נאָוועלע, און תּיכּף ווערט ער אַנטציקט. היות ווי חיים באר איז אַליין אַ רעדאַקטאָר פֿון אַ ביכער-פֿאַרלאַג („עם עובד“), קווענקלט ער זיך, וואָס צו טאָן מיט דער נאָוועלע: זאָל ער אויסאַרבעטן די אַלטפֿרענקישע איבערזעצונג? זאָל ער עס איבערזעצן פֿון דאָס נײַ? צום סוף, קומט צו אים אין זינען גאָר אַ נײַער אײַנפֿאַל: אַנשטאָט איבערזעצן די נאָוועלע וועט ער דערציילן וועגן איר. במילא ווערט „לוויתן ברוח“ אַ דערציילונג וועגן אַ דערציילונג.
אין דער צווישנצײַט באַקענט זיך באר מיט דער געשיכטע פֿון דער אַלטער ייִדישער קהילה פֿון רעגענסבורג. די שטאָט געפֿינט זיך אין דרום־דײַטשלאַנד, צווישן מינכן און נירנבערג, אויפֿן טײַך דונײַ. דאָרטן האָבן אינעם 12טן יאָרהונדערט געלעבט די בעלי-תּוספֿות און די תּלמידים פֿון רבנו תּם. אינעם 13טן יאָרהונדערט, זײַנען דאָרטן באַרימט געוואָרן דער עטישער שרײַבער און קבליסט ר׳ יהודה החסיד מיט זײַנע תּלמידים, באַקאַנט ווי די „חסידי אשכּנז“ (די דאָזיקע „חסידים“ האָבן, אַגבֿ, גאָרנישט צו טאָן מיט די תּלמידים פֿונעם בעל־שם־טובֿ).
נישט געקוקט אויף די בלוטיקע קרײַצצוגן פֿון יענע צײַטן האָבן ר׳ יהודהס תּלמידים אָנגעשריבן „ספֿר חסידים“: אַ וויכטיקע שאַפֿונג פֿון אַ פֿאַנאַטישער און פֿאַנטאַסטישער פֿרומקייט און עס האָט זיך אַנטוויקלט אין רעגענסבורג אַ חשובֿע קהילה און אַ וויכטיקע ישיבֿה, וואָס זענען פֿאַרבליבן ביזן גירוש-רעגענסבורג אין יאָר 1519, ווען אַלע ייִדן זײַנען פֿאַרשיקט געוואָרן פֿון שטאָט. דער בית-עולם איז דעמאָלט פֿאַרשוועכט געוואָרן, און די מצבֿות האָט מען באַנוצט ווי בוי-מאַטעריעל.
אָפּאַטאָשוס „אַ טאָג אין רעגענסבורג“ דערציילט וועגן די לעצטע טעג פֿון דער ייִדישער קהילה דאָרט — אַ חתונה אין שטעטל, מיט כּלי־זמרים און חבֿרה-שוישפּילערס, פֿריילעכע באַנקעטן און באַלן — וואָס שטעלן זיך אָפּ מיט אַ מאָל, ווען די ייִדן באַקומען די בשׂורה פֿונעם גירוש. שטעלט באר אַזאַ קשיא: „צי האָט דער מחבר פֿון בוך באַנוצט אַ ליטעראַרישע טאַקטיק, כּדי די לייענערס זאָלן ווערן אַזוי באַצויבערט פֿונעם קאַרנאַוואַל, אַז זיי וועלן זיך נישט ריכטן אויף דער טראַגעדיע וואָס דערוואַרט זיי?“
במשך פֿונעם בוך לייענט מען ווי באר באַקענט זיך מיט פֿאַרשיידענע ענינים וואָס האָבן אַ שייכות סײַ מיט אָפּאַטאָשוס נאָוועלע און סײַ מיט רעגענסבורג. אָט, למשל, שילדערט אָפּאַטאָשו אינעם בוך אַ קאַרנאַוואַל, וווּ עס באַווײַזט זיך „דער שפּילמאַן“ — אַן אַרכעטיפּ אין דער ייִדישער ליטעראַטור וואָס אַ צאָל ליטעראַטור־פֿאָרשער האָבן באַצייכנט ווי אַ מין ייִדישער טרובאַדאָר, וואָס האָט כּבֿיכול געוואַנדערט פֿון איין קהילה צו דער אַנדערער. דערצו באַקענט זיך באר, און במילא די לייענערס, מיט אליהו בחור; מיט פֿאַרשיידענע ייִדישע אַרויסגעבערס און דרוקערס; מיט ייִדישע רופֿאטעס; מיט דער אויטאָביאָגראַפֿיע פֿון גליקל האַמעל און מיט נאָך אַ סך אַנדערע ווערק אין אַלט-ייִדיש און אין נײַ-ייִדיש, ווי „דער דיבוק“ און „בײַ נאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק“.
צוזאַמען מיט בארן באַזוכן מיר געוועזענע ייִדישע אינסטיטוציעס, ווי די ענגע ייִדישע ביכערקראָם אויף ברענער גאַס אין תּל-אָבֿיבֿ. „וואָס ברענגט אײַך צו אונדז, חבֿר ׳בער׳, נאָך אַ שאָק מיט יאָרן?“ (אַזוי רופֿן זיי דעם שרײַבער מיט אַ טיפֿן ייִדישן אַקצענט.) ענטפֿערט ער אַז ער זוכט ביכער פֿון אָפּאַטאָשון. ער ווייסט גאַנץ גוט אַז די צוויי פֿאַרקויפֿערס „פֿילן זיך אַז זיי זײַנען די היטערס פֿון די אוצרות פֿון ייִדיש, און יעדעס מאָל וואָס זיי לאָזן אַרויס אַ בוך פֿון דעם שוץ-קעלער איז אַ פֿאַרברעכן, כּמעט ווי זיי וואָלטן עס מפֿקיר געווען“. צום סוף גיבן זיי אים דאָס בוך, אָבער מיט אַ וואָרענונג אַז אויב ער דאַרף עס נישט מער, זאָל ער עס אין גיכן צוריקגעבן.
אין חיים בארן איז אַ פּנים אַרײַן אַ מין רעגענסבורגער דיבוק: איצט וויל ער שוין אַלץ וויסן וועגן רעגענסבורג. כאָטש נאָך די צוויי גרויסע גירושים (דער פֿון 1519 און דער פֿון די נאַציס) איז גאָרנישט נישט געבליבן פֿון דער רעגנסבורגער קהילה, וויל ער זען יעדעס רעשטל מיט זײַנע אייגענע אויגן. פֿאָרט ער קיין רעגענסבורג זוכנדיק די ברעקלעך פֿון די ייִדישע מצבֿות, וואָס מע קאָן נאָך זען דאָ און דאָרטן אין די מויערן און אין די אַלטע הײַזער. ווײַזט זיך אויס אַז הײַנט צו טאָג קאָן מען אַפֿילו קריגן אין רעגענסבורג אַ מאַפּע, וווּ עס זײַנען מאַרקירט די גענויע ערטער פון די מצבֿות. גייט חיים באר זוכן „די נעכטיקע טעג“, וווּ ער אַנטדעקט, למשל, אַ מצבֿה פֿון אַ פּעסל בת יוסף, וואָס איז געשטאָרבן אין יאָר 1482.
אָבער פֿאַר וואָס איז חיים באר אַזוי פֿאַרכּישופֿט געוואָרן דווקא פֿון „אַ טאָג אין רעגענסבורג“? אַ פּנים פּרוּווט ער מיט דער הילף פֿון דער נאָוועלע פֿאַרשטיין ווי אַזוי מע לעבט אינעם שאָטן פֿון אַ קומענדיקן שטורעם. דאָס בוך „לווייתן ברוח“ איז געשריבן געוואָרן אין דער צײַט פֿון דער קריג וואָס האָט זיך אויסגעבראָכן דעם 7סטן אָקטאָבער 2023, און וואָס האָט, צום באַדויערן, זיך נאָך אַלץ נישט געענדיקט. אין די כּמעט דרײַ יאָר האָבן מיר, ישׂראלים, אַ סך געטראַכט וועגן די טראַגעדיעס וואָס מיר און אונדזערע שכנים האָבן איבערגעלעבט, און וועגן די וואָס קאָנען נאָך קומען, חלילה.
„הגם די נאָוועלע פֿון אָפּאַטאָשו דערציילט וועגן דער ווײַטער פֿאַרגאַנגענהייט — שרײַבט באר — פֿאַרנעמט זי זיך אין דער אמתן מיט אַן אייביקער מענטשלעכער סיטואַציע: ווי מענטשן קען זײַן אַזוי קורצזיכטיק און נישט זען די דראַמאַטישע און קריטישע מאָמענטן וואָס לויערן אויף זיי.“
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
