אַ קאָנפֿרענענץ אין וואַרשע גיט זיך אָפּ מיט ייִדישע שפּראַכןA conference in Warsaw focuses on Jewish languages
פֿערצן פֿון די 27 רעפֿעראַטן האָבן באַהאַנדלט די ייִדיש־שפּראַכיקע קולטור.

חנה פּולין־גלאַי רעפֿערירט וועגן חורבן־ייִדיש. אויף דער מאַפּע קען מען זען ווי דאָס וואָרט „שאַברעווען“ (גנבֿענען) האָט זיך פֿאַרשפּרייט אין די געטאָס און לאַגערן Photo by Alec Burko
דער ייִדישער מוזיי „פּולין“ אין וואַרשע האָט לעצטנס דורכגעפֿירט אַ קאָנפֿערענץ וועגן ייִדישע שפּראַכן, אין שײַכות מיט דער צײַטווײַליקער אויסשטעלונג אויף דער זעלביקער טעמע, „דער כּוח פֿון ווערטער“.
כאָטש די קאָנפֿערענץ, וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿונעם ערשטן ביזן דריטן יוני, האָט אין פּרינציפּ באַהאַנדלט אַלע ייִדישע לשונות, האָט דער מוזיי אין וואַרשע — די אַמאָליקע הויפּטשטאָט פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדישלאַנד — באַשטימט, אַז די פֿאָרשערס זאָלן רעדן מערסטנס וועגן ייִדיש. 14 פֿון די 27 רעפֿעראַטן האָבן באַהאַנדלט די ייִדישע קולטור אויף ייִדיש; 3 וועגן העברעיִש; 2 וועגן לאַדינאָ; 2 וועגן פּויליש, און נאָר 1 וועגן אַנדערע שפּראַכן: דזשוהורי (די שפּראַך פֿון די באַרג־ייִדן אין די קאַווקאַזן), עספּעראַנטאָ, ייִדיש־אַראַביש אין מאָראָקאָ, דײַטש, רוסיש און סערבאָ־קראָאַטיש.
אַלע רעפֿעראַטן האָט מען געהאַלטן אויף ענגליש.
לויט מײַן מיינונג וואָלט געווען אינטערעסאַנטער צו הערן וועגן ייִדיש דווקא אין אַ ברייטערן קאָנטעקסט, ווען מע נעמט אויך אַרײַן אַנדערע ייִדישע און נישט־ייִדישע שפּראַכן און קולטורן. עס זענען פֿאַראַן אַ סך פּאַראַלעלן און קאָנטראַסטן, וואָס וואַרפֿן זיך אין די אויגן, ווען ייִדישיסטן קוקן אַרויס פֿון די אייגענע דלתּ אַמות.
די הויפּטרעדע האָט געהאַלטן חנה פּולין־גלאַי (אוניווערסיטעט פֿון אַמהערסט), וועגן דער טעמע פֿון איר נײַ בוך: חורבן־ייִדיש, ד״ה די נײַע ווערטער און אויסדרוקן וואָס זענען אויפֿגעקומען אין די געטאָס און לאַגערן. כאָטש די לעקציע איז געווען אינטערעסאַנט האָט זיך מיר געפֿילט אַ ביסל אומהיימלעך צו הערן וועגן די דאָזיקע ווערטער אין „פּולין“־מוזיי, וואָס געפֿינט זיך ממש אויפֿן שטח פֿון דער אַמאָליקער וואַרשעווער געטאָ.
עס איז נישטאָ קיין אָרט צו דערציילן וועגן אַלע רעפֿעראַטן, אָבער וועגן עטלעכע לוינט זיך אָפּצוגעבן אַ באַריכט.
מאַטשעי ראַטאַיטשיק (פּויזנער אוניווערסיטעט) האָט גערעדט וועגן עטלעכע פּרוּוון במשך פֿון דער געשיכטע צו שרײַבן העברעיִש מיט לאַטײַנישע אותיות. איתּמר בן־אַבֿי (בן־ציון בן־יהודה), דער זון פֿונעם גרויסן באַנײַער פֿון העברעיִש, אליעזר בן־יהודה (אליעזר יצחק פּערלמאַן), איז געווען דער ערשטער געבוירענער רעדער פֿון העברעיִש אין דער מאָדערנער תּקופֿה. אין די 1920ער און 1930ער יאָרן האָט ער אַרויסגעגעבן עטלעכע ביכער און זשורנאַלן אויף טראַנסליטעראַציע, אַרײַנגערעכנט אַ באַנד זכרונות, „אַבֿי“ (ד״ה „מײַן טאַטע“; געשריבן „Avi“). זאבֿ זשאַבאָטינסקי, דער באַרימטער פֿירער פֿון די רעוויזיאָניסטן, האָט אין אַ געוויסער תּקופֿה געשטיצט די רעפֿאָרעם — אָבער צום סוף האָט זיך עס נישט אָנגענומען. העברעיִש איז געבליבן העברעיִש — מיטן ייִדישן אַלף־בית.
הילה שלם בהרד (תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט) האָט דערציילט וועגן די שפּראַכן פֿון די „מעברות“ (די פּליטים־לאַגערן), וווּ עטלעכע הונדערט טויזנט נײַע עולים קיין ארץ־ישׂראל האָבן געוווינט, ווען זיי זענען ערשט אָנגעקומען אין לאַנד אין די יאָרן 1948־1951. אַזוי ווי די ייִדן זענען געקומען פֿון אַ סך פֿאַרשידענע לענדער, האָבן זיי אָפֿט נישט געהאַט קיין בשותּפֿותדיקע שפּראַך. אַ מאָל האָט איין געוויסע שפּראַך דאָמינירט; למשל, אין איין לאַגער איז די הויפּטשפּראַך געוואָרן בולגאַריש, דערפֿאַר ווײַל עס האָבן דאָרט צופֿעליק געוווינט אַ סך ייִדן פֿון בולגאַריע. אין אַנדערע לאַגערן האָט מען גערעדט אַ מין העברעיִש. אַ מאָל האָט זיך אַנטוויקלט אַ מין פּידזשין, אַ געמישטע שפּראַך, אָדער ייִדן האָבן גערעדט מיט די הענט.
חיה־רחל נאָווע, אַ לינגוויסטקע בײַם פֿאָרדהאַם־אוניווערסיטעט, האָט פֿאַרגליכן די עפֿנטלעכע שילדן אויף ייִדיש און לשון־קודש אין די חסידישע ייִשובֿים אין מאָנסי און קרית־יואל. קרית־יואל איז געשאַפֿן געוואָרן ווי אַן אָפֿיציעל חסידיש שטעטל און די עפֿנטלעכע שפּראַך און אַ סך שילדן זענען פֿון תּמיד אָן געווען אויף ייִדיש. מאָנסי, ווידער, איז אַ געמישטע שטאָט; פֿריִער האָבן דאָרט געוווינט אַ סך „מאָדערנע“ ייִדן, נישט קיין חרדים, זענען אַלע שילדן במילא געווען אויף ענגליש. צו ביסלעך איז די שטאָט געוואָרן וואָס מער חסידיש, און אין די לעצטע 10־20 יאָר האָט מען אָנגעהויבן הענגען שילדן אויף די געשעפֿטן און אויף די ווענט אין ייִדיש און לשון־קודש. דאָס איז אַ סימן פֿונעם נײַעם שטאָלץ פֿון די חסידים דאָרט, וואָס פֿילן, אַז זיי דאַרפֿן זיך מער נישט באַהאַלטן הינטער ענגלישע שילדן. די געגנט איז געוואָרן זייערע.
שפּעטער האָט נאָווע באַמערקט, אַז אין דער ייִדישער געגנט אין אַנטווערפּן, למשל, זענען כּמעט נישטאָ קיין שילדן אויף ייִדיש אָדער לשון־קודש. דאָס ווײַזט מסתּמא אַרויס די אומזיכערקייט פֿון די אַנטווערפּענער חסידים, וואָס ווילן זיך נישט וואַרפֿן אין די אויגן.
שירה פֿריד, וואָס האָט נאָר וואָס פֿאַרענדיקט אַ דאָקטאָראַט בײַם העברעיִשן אוניווערסטטעט, האָט געלייענט אַ רעפֿעראַט וועגן די „בית־יעקבֿ“־שולן פֿאַר פֿרומע מיידלעך, וואָס שׂרה שנירער האָט אָנגעהויבן שאַפֿן אין קראָקע אין 1917. שנירער האָט איבערגערעדט די גרויסע רבנים פֿון איר תּקופֿה, די פֿירערס פֿון דער „אַגודה“, די נײַע אָרטאָדאָקסישע פּאָליטישע פּאַרטיי, און זיי האָבן באַשלאָסן צו שטיצן „בית־יעקבֿ“. שנירער און די לערערינס אין די שולן האָבן די גאַנצע צײַט באַקעמפֿט די לינגוויסטישע אַסימילאַציע, ווײַל אַ סך פֿרומע מיידלעך האָבן דעמאָלטס שוין גערעדט צווישן זיך אויף פּויליש. אין זייער קאַמף פֿאַר ייִדיש האָבן זיי אַדאָפּטירט דעם „אָרטאָדאָקסישן אויסלייג“ פֿון שלמה בירנבוים, דעם באַקאַנטן בעל־תּשובֿה און ייִדיש־פֿאָרשער פֿון ווין, וואָס איז געוואָרן דער ערשטער ייִדיש־פּראָפֿעסאָר אין האַמבורג אין 1922.
קלמן ווײַזער, אַ היסטאָריקער און ייִדישיסט בײַ יאָרק־אוניווערסיטעט אין טאָראָנטאָ, האָט ווײַטער גערעדט וועגן בירנבוים און וועגן זײַן אויסלייג. נאָך דער מלחמה, איז בירנבוים געוואָרן אַ ביסל אָפּגעפֿרעמדט פֿון זײַנע אַמאָליקע פֿרײַנד אין דער אַגודה און „בית־יעקבֿ“. די אַגודה האָט געפֿירט אַ מער פּראַגמאַטישע פּאָליטיק לגבי מדינת־ישׂראל און עבֿרית. די אַגודיסטן זענען געווען צופֿרידן זיך צו באַטייליקן אין דער ישׂראל־רעגירונג און צו נעמען די מלוכישע געלטער פֿאַר זייערע אינסטיטוציעס. דערפֿאַר האָט ייִדיש גיך פֿאַרלוירן זײַן חשיבֿות בײַ זיי און דער יונגער דור איז גיך אַריבער אויף דער לאַנדשפּראַך: עבֿרית אין ישׂראל, און ענגליש אין אַמעריקע. בירנבוים, ווידער, איז געבליבן אַ שאַרפֿער קעגנער פֿונעם ציוניזם און פֿון עבֿרית. אָבער צוליב עפּעס אַ סיבה האָט ער נישט געזוכט קיין קאָנטאַקטן מיט די אונגערישע חסידים (למשל, סאַטמאַר), וואָס האָבן געהאַט אַן ענלעכע שטעלונג און וואָס האָבן ווײַטער גערעדט ייִדיש.
הגם די רעפֿעראַטן זענען געווען אויף אַקאַדעמיש ענגליש, נישט אויף קיין ייִדישער שפּראַך, האָט מען די שמועסן אין די קאַווע־הפֿסקות געפֿירט אויך אויף עבֿרית, פּויליש און אַוודאי — ייִדיש. שלמה בירנבוים וואָלט געווען שטאָלץ.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
