קאָנצערט לכּבֿוד דעם ייִדישן שרײַבער און רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלערConcert honoring Yiddish writer and editor Boris Sandler
דער בעל־שׂימחה האָט יאָרן לאַנג געדינט ווי דער רעדאַקטאָר פֿונעם ייִדישן פֿאָרווערטס.

Courtesy of Boris Sandler
דאָנערשטיק, דעם 22סטן מײַ, וועט אין מאַנהעטן פֿאָרקומען אַן אָוונט פֿון געזאָנג, פּאָעזיע און דראַמאַטישע פֿאָרלייענונגען פֿון די ווערק פֿונעם ייִדישן שרײַבער און רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער, לכּבֿוד זײַן 75סטן געבוירן־טאָג.
דער בעל־שׂימחה האָט יאָרן לאַנג געדינט ווי דער רעדאַקטאָר פֿונעם ייִדישן פֿאָרווערטס און רעדאַקטירט הײַנט דעם ווירטועלן ליטעראַרישן זשורנאַל, „ייִדיש בראַנזשע“. סאַנדלער איז דער מחבר פֿון צענדליקער ביכער בעלעטריסטיק און פּאָעזיע, און דער שאַפֿער פֿון אַ צאָל מערקווירדיקע וועדעאָס.
אויף דער פֿײַערונג וועלן אויפֿטרעטן דער וועלטבאַרימטער קלאַסישער פּיאַניסט עווגעני קיסין און די סאָפּראַנען סוזאַנאַ פֿיליפּס און אַקעטאַרינאַ קאַפּטשיץ, אין דער וועלט־פּרעמיערע פֿונעם ציקל קינדערלידער, „שטערנדלעך מיט מאַנדלען“. מע וועט אויך הערן מוזיק פֿונעם פֿידלער עפֿים זובריצקי און זיסל סלעפּאָוויטשעס קלעזמער טריאָ.
דערצו וועלן די אַקטיאָרן אַלען לויִס ריקמאַן און יעלענע שמואלענסאָן (פֿונעם פֿילם A Serious Man) מהנה זײַן דעם עולם, ווי אויך סלעפּאָוויטשעס טעכטערל, דינה. דער קאָנפֿעראַנסיע וועט זײַן דער אַקטיאָר און דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס, שיין בייקער.
צווישן די צענדליקער ביכער וואָס סאַנדלער האָט אַרויסגעגעבן זענען „טרעפּלעך אַרויף צו אַ נס“ (1986), „ווען דער גולם האָט פֿאַרמאַכט די אויגן (2004), „רויטע שיכעלעך פֿאַר רייטשעל“ (2008) „אין קלאַנגענעץ פֿון נצח“ (2010) און „למד־וואָווניקעס פֿון מײַן זכּרון“ (2011).
ער האָט אויך פּראָדוצירט אַ צאָל ווידעאָ־סעריעס וואָס מע קען געפֿינען אויף יוטוב. צווישן זיי: „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבער“, „טאָג בײַ טאָג“ און „ראש־חודש מיט ר׳ ליפּא“.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
