Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ ייִדישער כאָר אין סאַאָ־פּאַולאָ, בראַזיל געפֿינט זײַן קול פֿון דאָס נײַA Yiddish chorus in Sao Paulo, Brazil finds its voice again

דער נײַער אַלבאָם „שמשׂ“ פֿאַרבינדט די ייִדישע מוזיק מיט אַנדערע דיאַספּאָרישע טראַדיציעס.

אין סאַאָ־פּאַולאָ, דער גרעסטער שטאָט אין בראַזיל, האָט דער אײנציקער כאָר אין לאַנד װאָס זינגט אױסשליסלעך אױף ייִדיש, אַרױסגעגעבן אַן אַלבאָם װאָס קלינגט סײַ טיף פֿאַרװאָרצלט אין טראַדיציע, סײַ באַנײַעריש. דער אַלבאָם הייסט „שמשׂ“ (אַרויסגערעדט „שאַמעס“).

דעם אַלבאָם האָט דער „טראַדיציע כאָר“ צוגעגרייט אין דער באָם־רעטיראָ געגנט, װאָס איז אױסגעפֿורעמט געװאָרן דורך נאָכאַנאַנדיקע כװאַליעס אימיגראַנטן פֿון פֿאַרשײדענע לענדער און קהילות. דער דיסק הײבט זיך אָן מיט גרױסע שלאַגערס פֿון ייִדישן רעפּערטואַר און ברײטערט זיך אױס אין אומגעװײנטלעכע ריכטונגען, בתוכם אימפּראָװיזירונג, עלעקטראָנישער מוזיק און באַגעגענישן מיט אַנדערע מוזיקאַלישע טראַדיציעס.

די הילע פֿונעם אַלבאָם, „שמשׂ“ Graphic by Estúdio M-Cau

די פּרעמיערע פֿונעם אַלבאָם האָט מען אָפּגעהאַלטן דעם 22סטן אַפּריל אין „פֿאָלקסהױז“, אַ װיכטיקן ייִדישן קולטור־צענטער אין שטאָט, װאָס איז געגרינדעט געװאָרן אין 1946 אין אָנדענק פֿון די קרבנות פֿון חורבן. זינט יענער צײַט אָריענטירט זיך דאָס „פֿאָלקסהױז“ לױט די ייִדישיסטישע און אַנטיפֿאַשיסטישע פּרינציפּן פֿון איקו״ף (דעם „ייִדישן קולטור־פֿאַרבאַנד“), און פֿירט אָן, ביז הײַנט, מיט אַ ייִדישער ביבליאָטעק, קולטורעלע און פּעדאַגאָגישע אַקטיװיטעטן, און מיטן ייִדישן כאָר.

לױט די קוראַטאָרן פֿון אַלבאָם — קאַיאָ־מאָטל לעשער, לאַוראַ װיאַנאַ און זשוליאַ מאָרעלי — פֿונקציאָנירט זײַן טיטל װי אַ שליסל־מעטאַפֿער פֿאַר דעם גאַנצן פּראָיעקט. די 99־יאָריקע דיריגענטקע הוגעטאַ סענדאַטש איז די צענטראַלע פֿלאַם, װאָס װײַזט דעם װעג פֿון דער רײַכער ירושה פֿון דער ייִדישער שפּראַך צו די נײַע דורות זינגערס און ליבהאָבערס פֿון ייִדיש אינעם פֿאָלקסהױז. שוין צענדליקער יאָרן וואָס סענדאַטש פֿירט אָן מיטן כאָר.

דער אַלבאָם, װאָס איז שױן צוטריטלעך אױף „סאַונד־קלאַוד“, װעט סוף מײַ אָנקומען אין „ספּאָטיפֿײַ“, און װעט אױך אַרױסגעגעבן װערן װי אַ װיניל־פּלאַטע אין סעפּטעמבער. ער איז סטרוקטורירט װי אַ פּאַלינדראָם, פּונקט װי דאָס װאָרט „שמשׂ“ אַלײן, און קען װערן אָפּגעשפּילט אין צװײ ריכטונגען, װאָרעם די כּמעט־סימעטרישע זײַטן א׳ און ב׳ שאַפֿן אַ דיאַלאָג צװישן געדעכעניש און נײַע דערפֿינדונגען.

די לאַנגיאָריקע דיריגענטקע פֿונעם כאָר, הוגעטאַ סענדאַטש (שטייט אין מיטן) אויף דער פּרעמיערע Photo by Perola Dutra

אױף דער ערשטער זײַט פֿונעם אַלבום, טרעט אױף דער כאָר ווי אַ טראַדיציאָנעלערער אַנסאַמבל, מיט נײַע אַראַנזשירונגען פֿון זשאָאַאָ באַריסבע און הוגעטאַ סענדאַטש. דער רעפּערטואַר נעמט אַרײַן סײַ קלאַסיקערס װי די פּאַרטיזאַנער־הימנע „זאָג ניט קײן מאָל“, סײַ פֿאָלקס־ניגונים. דער טרומײטער פֿראַנק לאָנדאָן, צוזאַמען מיטן קלאַרנעטיסט אַלעקס פּאַרק און דעם פּיאַניסט דניאל שאַפֿראַן, מישן צונויף דאָס כאָר־געזאַנג מיטן אינסטרומענטאַלן קלאַנג פֿון כּלי־זמר־מוזיק.

אױף דער צווייטער זײַט, װערן די זעלבע לידער דעמאָנטירט און באַשאַפֿן אױף ס׳נײַ דורך אײַנגעלאַדענע קינסטלערס, װי אַרטאָ לינדסײ, װאָס אימפּראָװיזירט אויפֿן סמך פֿון „זאָג ניט קײן מאָל“; קאַרלאַ באָרעגאַס, װאָס פֿאַרװאַנדלט אַ װיגליד אין אַן עטערישער (ethereal, בלע״ז), קלינגעװדיקער לאַנדשאַפֿט;  פּאַולעטע לינדאַסעלװאַ, װאָס מאַכט איבער דאָס ליד „שאַ, שטיל” אין אַ פּולסירנדיקער עלעקטראָנישער שאַפֿונג; און אַװאַ ראָשאַ, װאָס גיט דעם חסידישן ניגון „בים־באַם“ אַ נײַע אינטערפּרעטאַציע.

אַנדערע דיאַספּאָרישע טראַדיציעס קומען אױך אַרײַן אין שפּיל. אַ כאָר פֿון קאָרעאַנער מאַמעס, װאָס איז טעטיק אין באָם־רעטיראָ, זינגט אַ טײל פֿונעם קאָרעאַניש פֿאָלקסליד „דאָס ליד פֿון מײַן מאַמען“, בשעת די אַפֿראָ־בראַזיליאַנער גרופּע פֿון פֿרױען־פּײַקלערס, „אילו אָבאַ דע מין“, באַגלייט דעם ייִדישן שלאַגער „שפּיל זשע מיר אַ לידל“. דער דאָזיקער נוסח פֿון ליד איז באַשאַפֿן געװאָרן אין צוזאַמענאַרבעט מיט דער ישׂראלדיקער קינסטלערין יעל ברתּנא פֿאַר דער פּיעסע „מיר זײַנען דאָ!“, װאָס איז פֿאָרגעשטעלט געװאָרן אין טאַיִב־טעאַטער.

דער פּראָיעקט נעמט אױך אַרײַן אַ נאָטנהעפֿט מיט װערטער אױף ייִדיש, סײַ מיט ייִדישע אותיות, סײַ טראַנסליטערירט, און אױך אױף פּאָרטוגעזיש. די איבערזעצונגען זײַנען געמאַכט געװאָרן דורך דעם סאַאָ־פּאַולער ייִדישיסטישן קאָלעקטיװ „ייִדישע טרופּע“ און דורך דער דיריגענטקע הוגעטאַ סענדאַטש אַלײן. דער מאַטעריאַל װערט באַגלײט אױך פֿון טעקסטן װעגן דעם רעפּערטואַר און דער טראַדיציע פֿון כאָר־געזאַנג אױף דער ייִדישער שפּראַך.

„שמשׂ“ װירקט װי אַ שטילער מאַניפֿעסט. דער טראַדיציע־כאָר, װאָס שטײט אין דער מסורה פֿון ייִדישע כאָרן אין סאַאָ־פּאַולאָ, מיט אַ העכער הונדערט־יאָריקער געשיכטע, װײַזט אױף אַן אַנדער פֿאָרעם פֿון המשכדיקײט, װאָס באַנײַט זיך אין אױסטױש מיט נײַע קאָנטעקסטן, ריטמען און פּאַרטנערס.

אין „פֿאָלקסהױז“ בלײַבט די ייִדישע קולטור אַזױ לעבעדיק, גראָד װײַל זי בײַט זיך כּסדר און שטײט אין ענגער פֿאַרבינדונג מיט אַנדערע שפּראַכן און מינהגים. אַזױ אַרום דינט דער טיטל פֿון אַלבאָם מער װי נאָר אַ מעטאַפֿער. ער באַשרײַבט דעם פּראָיעקט אַלײן׃ אַ פֿלאַם, װאָס טײלט זיך מיט איר פֿײַער מיט אַנדערע, אָן צו פֿאַרלירן דערבײַ איר אײגן ליכט.

[דער אַרטיקל איז רעדאַקטירט געוואָרן מיט דער הילף פֿון גוסטאַװאָ־גרשום עמאָס]

Why I became the Forward’s editor-in-chief

You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.

And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.

Support our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.