פֿאָרשונגען פֿון וויכטיקע היסטאָריקער אויף ייִדיש — איצט אַרויס אויף ענגלישResearch studies in Yiddish by noted historians, now in English
דער באַגריף, ייִדישע אױטאָנאָמיע אין גלות — הײַנט פּאָפּולער בײַ קריטיקער פֿון ציוניזם — איז היסטאָריש ניט געװען קײן דערפֿאָלג.

איילבילד פֿון אַלעקסאַנדער גערימסקי, „יום־תּרועה“ (1884) Photo by National Museum in Warsaw / Wikimedia Commons
מיט װאָס זײַנען די היסטאָרישע פֿאָרשונגען אױף ייִדיש אַנדערש פֿון די, װאָס זײַנען אָנגעשריבן געװאָרן אױף אַנדערע שפּראַכן? ווי עס שרײַבט ד״ר מאַרק סמיט, דער רעדאַקטאָר פֿון דער אַנטאָלאָגיע „דאָס בּױען און טרייסטן אַ פֿאָלק: ייִדיש־שפּראַכיקע היסטאָריקער אין זײערע אײגענע װערטער“, איז דער פֿאָקוס פֿון די ייִדיש־שפּראַכיקע פֿאָרשונגען געװען אױף די אינערלעכע זײַטן פֿונעם ייִדישן לעבן.
דערצו נאָך, שרײַבט סמיט, איז זײער קוק אױף דער ייִדישער געשיכטע כּסדר געווען פּאָזיטיװ, „להיפּוך צו די אַנדערע היסטאָריקער, ייִדן און ניט־ייִדן, װאָס האָבן אין זײערע שטודיעס באַטאָנט יסורים און רדיפֿות פֿון ייִדן“.
די אַנטאָלאָגיע נעמט אַרײַן 49 אױסצוגן פֿון ייִדיש־שפּראַכיקע היסטאָרישע װערק. דאָס רובֿ פֿון זײ שטאַמען פֿון דער ערשטער העלפֿט פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט.
די טעקסטן זײַנען צעטײלט אין זיבן טעמאַטישע אָפּטײלן, װאָס שפּיגלען אָפּ די הױפּט־ריכטונגען פֿון פֿאָרשונגען: ייִדישע קהילה־אױטאָנאָמיע; קולטור, עקאָנאָמיק און געזעלשאַפֿט; באַציִונגען מיט די אַרומיקע אומות־העולם; ייִדישע ליטעראַטור; פּרעסע און קאָמוניקאַציעס; ייִדישע דערציִונג, און ביכער־רעצענזיעס.
יעדער אָפּטײל באַהאַנדלט די געהעריקע טעמע כראָנאָלאָגיש, פֿון פֿריִערע צײַטן ביזן חורבן. אַזױ באַקומט דער לײענער אַ ברײטן באַגריף פֿון דער היסטאָרישער אַנטװיקלונג פֿון יענעם אַסקעפּט פֿונעם ייִדישן לעבן.
דער ענין פֿון דער ייִדישער אױטאָנאָמיע האָט לעצטנס אַרויסגערופֿן אַ נײַעם אינטערעס מצד די קעגנערס פֿון מדינת־ישׂראל און איר פּאָליטיק. אַ סימן איז דער גרױסער דערפֿאָלג פֿון מאָלי קראַבעפּלס בוך װעגן דעם בונד, װאָס טענהט, אַז די פּראָגראַם פֿון דער נאַציאָנאַל־קולטורעלער אױטאָנאָמיע איז געװען בילכער פֿונעם ציוניסטישן פּראָיעקט פֿון ייִדישער מלוכישקײט.
דער גײַסטיקער פֿאָטער פֿון דער פּאָליטישער פּראָגראַם פֿון ייִדישער נאַציאָנאַל־קולטורעלער אױטאָנאָמיע אין גלות איז געװען דער היסטאָריקער שמעון דובנאָװ, וואָס איז, אַגבֿ, ניט געווען קײן בונדיסט, נאָר אַן אָנפֿירער פֿון דער ליבעראַל־דעמאָקראַטישער פֿאָלקספּאַרטײ.
די אַנטאָלאָגיע עפֿנט זיך מיט פֿראַגמענטן פֿון זײַן איבערזיכט „אױטאָנאָמיע אין דער ייִדישער געשיכטע“ אינעם ערשטן באַנד פֿון דער „אַלגעמײנער ענציקלאָפּעדיע“, װאָס איז אַרױס אין פּאַריז אין 1934.
װי אַ היסטאָריקער, האָט דובנאָװ געװאָלט אײַנװאָרצלען ייִדישע פּאָליטיק אינעם ייִדישן עבֿר. ער האָט געפֿונען אַ היסטאָרישן מוסטער פֿאַר דער מאָדערנער ייִדישער אױטאָנאָמיע אינעם „װעד ארבע אַרצות“ (ראַט פֿון די פֿיר לענדער), דעם הױפּט־אָרגאַן פֿונעם פּױלישן ייִדנטום אינעם 17טן און 18טן יאָרהונדערט.
אָבער װי עס האָבן דערװיזן אַנדערע היסטאָריקער, אַזעלכע װי ישׂראל סאָסיס, רפֿאל מאַלער און יצחק (איגנאַצי) שיפּער, האָט דובנאָװ שטאַרק אידעאַליזירט די ראָלע פֿונעם װעד.
דער װעד איז, דער עיקר, געװען פֿאַרטאָן אין זאַמלען געלט פֿון ייִדישע קהילות אױף צו שטיצן די אײגענע פֿירערשאַפֿט און צעטײלן כאַבאַר צו פּױלישע מאַגנאַטן. בלױז אַ פּאָר פּראָצענט פֿונעם בודזשעט האָט דער װעד אױסגעגעבן אױף די נױטן פֿונעם כּלל.
צום סוף האָט דער װעד ן באַנקראָטירט צוליב די ריזיקע חובֿות צו קאַטױלישע קלױסטערס. אין 1764 האָט דער פּױלישער סײם (פּאַרלאַמענט) ליקװידירט דעם װעד און באַשלאָסן צו זאַמלען שטײַערן פֿון ייִדן אױפֿן מאָדערנעם שטײגער, פֿון יחידים אַנשטאָט קהילות.
דער ערשטער טײל פֿון בוך ענדיקט זיך מיטן קאַפּיטל, ייִדישע ׳אױטאָנאָמיע׳: די יודענראַטן אונטער דער נאַציסטישער אָקופּאַציע“. דאָס איז אַ קאָמפּילאַציע פֿון דרײַ אַרטיקלען פֿון ישעיהו טרונק, װאָס אַנטפּלעקט װי זײַן נעגאַטיװע אָפּשאַצונג פֿון יודענראַטן איז געװאָרן מילדער מיט דער צײַט. ער האָט דערזען אַז אײניקע אָנפֿירער פֿון יודענראַטן האָבן טאַקע געפּרוּװט העלפֿן ייִדן אין די געטאָס.
גענומען אין אײנעם, װײַזן די דאָזיקע קאַפּילטען, אַז ייִדן האָבן קײן מאָל ניט געהאַט קײן פֿולע פּאָליטישע אױטאָנאָמיע. די חױפּט־פֿונקציע פֿון דער ייִדישער קהילה־אױטאָנאָמיע איז געװען אונטערצושטיצן באַציִונגען מיט דער הערשנדיקער מאַכט.
דאָס רובֿ אױסגעקליבענע טעקסטן באַהאַנדלען טעמעס, װאָס האָבן צו טאָן מיטן ייִדישן כּלל אָבער ניט מיט חשובֿע יחידים. און װען עס גײט די רײד טאַקע יאָ װעגן יחידים, זײַנען דאָס כּסדר געװען כּלל־טוער. למשל פֿיליפּ פֿרידמאַנס אַרטיקל דערצײלט װעגן דעם גאַליציאַנער משׂכּיל יוסף פּערל (1773־1839), דעם גרינדער פֿון דער ערשטער מאָדערנער ייִדישער שול אין טאַרנעפּל (הײַנט אין אוקראַיִנע) אין 1813.
עס פֿעלן דאָ אָבער װיכטיקע היסטאָריש־ביאָגראַפֿישע פֿאָרשונגען װעגן אײנצלנע ייִדישע שרײַבער, דיכטער, אַקטיאָרן און קינסטלער. דער דאָזיקער בלױז שפּיגלט אָפּ דעם רעדאַקטאָרס קוק אױף ייִדן אין מיזרח־אײראָפּע װי אַ „נאַציאָנאַלער גרופּע, װאָס װערט באַשטימט דורך דער בשותּפֿותדיקער געשיכטע און קולטור“. אַזױ באַקומט זיך, אַז די היסטאָרישע ראָלע פֿון אַ יחיד, אַפֿילו אַזאַ גאון װי מענדעלע מוכר־ספֿרים, איז ניט זוכה אַ ספּעציעלן קאַפּיטל.
די צװײ צענטערס פֿון ייִדישער היסטאָרישער פֿאָרשונג צװישן די בײדע װעלט־מלחמות זײַנען געװען אין פּױלן און אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. אין די 1920ער יאָרן האָבן בײדע צענטערס נאָך געקענט אונטערהאַלטן קאָנטאַקטן. אין די 1930ער יאָרן איז דער אידעאָלאָגישער און פּאָליטישער דרוק מצד דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד געװאָרן אַ סך האַרבער, און מען האָט שױן מער ניט געקענט שאַפֿן װערטפֿולע און אָריגינעלע היסטאָרישע װערק. אַזױ איז געװען דער גורל פֿון סאָסיס, װעלכער איז אַרױסגעטריבן געװאָרן פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ אין 1931 און האָט פֿאַרלױרן זײַן שטעלע אין דער װיסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע פֿון בעלאַרוס.
אין פּױלן, להיפּוך, איז אױפֿגעקומען אַ נײַער דור ייִדישע היסטאָריקער, אַזעלכע װי רפֿאל מאַלער, עמנואל רינגלבלום און פֿיליפּ פֿרידמאַן, װאָס האָבן שטודירט געשיכטע אין פּױלישע אוניװערסיטעטן און האָבן געקענט דרוקן זײערע װערק אין אַקאַדעמישע זשורנאַלן אױף ייִדיש און פּױליש.
אינעם װאַרשעװער געטאָ האָט רינגלבלום אָרגאַניזירט דעם היסטאָרישן אַרכיװ „עונג־שבת“, װאָס האָט געזאַמלט מאַטעריאַלן װעגן דעם לעבן און טױט אינעם געטאָ. ער און כּמעט אַלע מיטאַרבעטער זײַנע זײַנען אומגעקומען אינעם חורבן.
די, װאָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן – מאַלער, פֿרידמאַן, טרונק און אַנדערע — האָבן ממשיך געװען זײער אַרבעט, לכתּחילה אין פּױלן און שפּעטער אין אַמעריקע אָדער ישׂראל. דאָרט האָבן זײ געאַרבעט דער עיקר אין ייִװאָ און יד־ושם, און זײער פֿאָרשערישע טעמע איז געװאָרן דער חורבן.
מאַרק סמיט האָט אָנגעהױבן זאַמלען מאַטעריאַלן פֿאַר דער אַנטאָלאָגיע מיט צװאַנציק יאָר צוריק. די ייִדישע אָריגינאַלן פֿון װערטפֿולע היסטאָרישע װערק זײַנען צעזײט און צעשפּרײט איבער אַלטע צײַטשריפֿטן, װאָס לרובֿ זײַנען זײ ניט צוטריטלעך עלעקטראָניש. די אַנטאָלאָגיע אַנטפּלעקט די דאָזיקע רײַכע ירושה פֿאַרן ברײטערן עולם לײענער, און זי װעט זײַן ספּעציעל ניצלעך פֿאַר לערער און סטודענטן פֿון ייִדישער געשיכטע.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
