װאָס קען מען זיך אָפּלערנען פֿון מאָלי קראַבעפּלס בוך װעגן „בונד“?What can we learn from Molly Crabapple’s book about the Bund?
דאָס בוך איז גרונטיק געפֿאָרשט, לעבעדיק אָנגעשריבן — אָבער אידעאָלאָגיש באַפֿאַרבט

אַ מאַניפֿעסטאַציע פֿונעם „בונד“, דעם 1טן מײַ 1936 אין וואַרשע Courtesy of the Archives of the YIVO Institute for Jewish Research
דאָס נײַע בוך „דאָ, װוּ מיר לעבן, איז אונדזער לאַנד“ פֿון מאָלי קראַבעפּל איז אַ פֿאַרכאַפּנדיקע לעקטור. זי דערצײלט די 50־יאָריקע געשיכטע פֿונעם „ייִדישן אַרבעטער בונד“ דורך פּערזענלעכע ביאָגראַפֿיעס פֿון אַמאָליקע באַרימטע און װײניק־באַקאַנטע אַקטיװיסטן. אַזוי אַרום באַלעבט זי דעם טרוקענעם פֿאַקטישן מאַטעריאַל דורך איר פֿלאַמיקן כּח־הדמיון און מאָלט אױס די אַמאָליקע העלדן װי אונדזערע מיטצײַטלער.
פֿאַרן װעגװײַזער אין דער װעלט פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער מזרח־אייראָפּע האָט קראַבעפּל גענומען איר עלטער־זײדע, שמואל ראָטבאָרד. זי איז געבױרן געװאָרן יאָרן נאָך זײַן טױט, אָבער די משפּחה האָט אָפּגעהיט דאָקומענטן און בילדער, װאָס האָבן איר דערמעגלעכט אױפֿצובױען זײַן לעבן מיט אַ סך פּרטים.
געבױרן אין דער שטאָט װאַלקעװיסק (הײַנט אין בעלאַרוס), איז דער יונגער שמואל געװאָרן אַ מיטגליד פֿונעם בונד אָבער האָט אין גיכן אימיגרירט קײן אַמעריקע, װוּ ער איז געװאָרן אַ קינסטלער. זײַן ערשטע אױסשטעלונג האָט ער געהאַט אינעם אַמאָליקן „פֿאָרװערטס“־בנין אױף איסט־בראָדװײ.
אַנדערע פּערסאָנאַזשן אינעם בוך זײַנען באַקאַנטע היסטאָרישע בונדיסטן: װלאַדימיר מעדעם, אַרקאַדי קרעמער, רפֿאל אַבראַמאָװיטש, מאַרק ליבער, סאָפֿיע דובנאָװ, הענריק ערליך, װיקטאָר אַלטער, און אַ סך אַנדערע.
קראַבעפּל פֿירט דעם לײענער דורך די היסטאָרישע קריזיסן, אין װעלכע דער בונד האָט זיך אַקטיװ באַטײליקט: די רוסישע רעװאָלוציעס פֿון 1905 און 1917, די ערשטע װעלט־מלחמה און דער אױפֿקום פֿון דער פּױלישער רעפּובליק, און צום סוף – דער חורבן. זי האָט אַ סך אָפּשײַ פֿאַר דער גבֿורה און מסירת־נפֿשדיקײט פֿון בונדיסטן, אָבער זי אָנערקענט, אַז אַזוינע העלדישע טיפּן קענען אָפֿט מאָל זײַן שװערע פּערזענלעכקײטן. אָפֿט מאָל פֿאַרגלײַכט זי איר אײגענע זשורנאַליסטישע דערפֿאַרונג מיט הײַנטצײַטיקע ראַדיקאַלע קעמפֿער אין פֿאַרשײדענע לענדער.
בונדיסטן האָבן איבערגעלאָזט אַ רײַכן עזבֿון מיט זכרונות און דאָקומענטן. קראַבעפּל שמעלצט די דאָזיקע מקורים צונױף אין אַ געשפּאַנטן נאַראַטיװ, װאָס זי באַפֿאַרבט מיט לעבעדיקע און עמאָציאָנעלע פּרטים.
קראַבעפּל האָט ניט קײן מורא פֿאַר גוזמאות און שאַבלאָנען און זשאַלעװעט ניט קײן שאַרפֿע װערטער אין אירע שילדערונגען פֿון נעגאַטיװע פּערסאָנאַזשן. אָט איז אַ בילד פֿונעם אָדעסער פּאָגראָם אין 1905: „די בלוט־געשמירטע רוסישע מוטערס האָבן באַלאָדן זײערע װעגעלעך מיט דעם האָב־און־גוטס פֿון באַרױבטע ייִדישע הײַזער און דערנאָך האָבן געלאָזט זײערע קינדער אונטערצינדן דאָס, װאָס איז פֿאַרבליבן אין די שטיבער.“
קראַבעפּל איז גוט באַהאַװנט אין דער מאַרקסיסטישער טעאָריע, װאָס זי האָט זיך אױסגעלערנט פֿון איר טאַטן, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿילאָסאָפֿיע. זי קען קלאָר אױסלײגן די אידעאָלאָגישע חילוקי־דעות צװישן דעם בונד און אַנדערע לינקע פּאַרטײען. צום באַדױערן, באַגײט זי אָפֿט מאָל צו פֿרײַ מיט היסטאָרישע פֿאַקטן: אױף אײן זײַט, נומער אַכט, האָב איך באַמערקט לכל־הפּחות פֿיר פֿאַקטישע טעותן.
למשל, דער צאַר נילאָקײַ דער ערשטער האָט ניט באַגרענעצט די צאָל ייִדישע סטודענטן אין רוסישע אוניװערסיטעטן, װײַל דעמאָלט זײַנען בײַ די רוסישע ייִדן כּמעט ניט געװען קײן בעלנים אױף צו לערנען זיך אין אוניװערסיטעטן. די אַזױ־גערופֿענע „פּראָצענט־נאָרמע“ (קוואָטע) האָט אײַנגעפֿירט ערשט זײַן אײניקל אַלעקסאַנדער דער דריטער אין 1887, מער װי דרײַסיק יאָר נאָך ניקאָלײַס טױט אין 1855. און ניקאָלײַ האָט אױך ניט „דערקלערט זײַן ציל, אַז אײן דריטל ייִדן זאָלן שטאַרבן, אײן דריטל עמיגרירן, און אײן דריטל שמדן זיך“. דאָס האָט כּלומרש געזאָגט אַלעקסאַנדער דעם דריטנס מיניסטער ניקאָלײַ איגנאַטיעװ אין 1882, כאָטש קײן פֿאַרלאָזלעכער מקור פֿאַר דעם איז ניטאָ.
דאָס אַלגעמײנע בילד װערט בכּיװן געמאָלט אין שװאַרץ און װײַס. די גוטע יאַטן זײַנען דאָ, נאַטירלעך, די בונדיסטן. די רשעים זײַנען אַלע אַנדערע: פֿאַרשײדענע רעגירונגען, די באָלשעװיקעס, און אַװדאי די ציוניסטן. אָבער שולדיק אין אַלע צרות איז, נאַטירלעך, די מערבֿ־וועלט מיט איר קאַפּיטאַליסטישן און אימפּעריאַליסטישן פּאָליטיש־עקאָנאָמישן רעזשים.
דער אַנטי־ציוניסטישער טאָן איז זײער בולט אינעם בוך. אַ סבֿרא אַז דװקא די דאָזיקע אַקטועלע אידעאָלאָגישע נטיה האָט געדינט װי אַ װיכטיקער מאָטיװ פֿאַרן דאָזיקן ליטעראַרישן פּראָיעקט. און דאָס האָט זיך טאַקע דער מחברטע גוט אײַנגעגעבן. זי האָט ממש מחיי־מתים געװען דעם קעמפֿערישן גײַסט פֿון דער אַמאָליקער בונדיסטישער פּאָלעמיק.
אָבער קראַבעפּל איז ניט בלינד צו די שװאַכקײטן פֿונעם בונד. „דער בונד האָט אױפֿגעטאָן אַ סך אױף די געביטן פֿון די הילף־אָרגאַניזאַציעס, קולטורעלער שעפֿערישקײט און זעלבשוץ. אָבער אײן זאַך האָט דער בונד פֿאַרפֿעלט: צו פֿאַרכאַפּן די מאַכט.“ בלײַבט דאָ אַ פֿראַגע, צי האָט דער בונד געהאַט אַזאַ געלעגנהײט, חוץ אפֿשר אײנציקע מאָמענטן אין רוסישע און פּױלישע שטעט אין 1905?
דאָס בוך קען דינען ווי אַ װיכטיקער אינטעלעקטועלער רעסורס פֿאַרן הײַנטיקן דור ראַדיקאַלע קעמפֿער קעגן ציוניזם און מדינת־ישׂראל. עס קען זײ באַזאָרגן מיט היסטאָרישער און טעאָרעטישער אַמוניציע. דאָס בוך איז אָבער אױך אַ ראַיה, אַז װײַט ניט אַלע קריטיקער פֿון ציוניזם זײַנען אַנטיסעמיטן (כאָטש אַ היפּשע צאָל פֿון זײ זײַנען טאַקע יאָ).
היסטאָריש האָט ציוניזם געװוּנען אינעם געראַנגל מיטן בונד, און מדינת־ישׂראל איז אַ פֿאַקט װאָס מען קען ניט אָפּלײקענען. און דװקא ישׂראל איז געװאָרן אַ נײַע הײם פֿאַר אַ היפּשע צאָל בונדיסטן, װאָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן.
אָבער קראַבעפּל האַלט, אַז דאָס איז געװען זײער שלימזל: „די מזלדיקע האָבן באַקומען װיזעס פֿאַר קהילות פֿון דער שארית־הפּליטה אין מעלבורן און יאָהאַנעסבורג, פּאַריז און מאָנטעװידעאָ. די אַנדערע האָבן ניט געהאַט אַזאַ מזל. אין די יאָרן נאָכן חורבן זײַנען הונדערטער לעבן־געבליבענע בונדיסטן אַװעק קײן פּאַלעסטינע. זײער פּאַרטײ האָט זײ געגעבן באָבע־מעשׂיות. די ציוניסטן האָבן זײ געגעבן אַן אָרט װוּ זײ האָבן געקענט אױפֿבױען זײער לעבן פֿון דאָס נײַ.“
מערקװירדיק איז אין די דאָזיקע װערטער אַ געמיש פֿון ביטול לגבי די ציוניסטן און דער אָנערקענונג פֿונעם פֿאַקט, אַז פֿונעם בונדיסטישן פּראָיעקט האָט זיך אױסגעלאָזט אַ בױדעם. די אַנטי־ציוניסטישע פּניה האָט ניט דערמעגלעכט קראַבעפּל צו זאָגן כאָטש אַ פּאָר װערטער װעגן דעם המשך פֿונעם בונד אין ישׂראל, װעגן יצחק לודען און מרדכי צאַנין, װעגן דער צײַטשריפֿט „לעבנס־פֿראַגען“ אין ישׂראל, װאָס איז טאַקע געװען שטאַרק קריטיש לגבי דער ישׂראלדיקער רעגירונג.
אָבער נאָך אַ גרעסערע שװאַכקײט פֿונעם בוך איז דאָס ממש קאַריקאַטורישע בילד פֿון ציוניזם, אױף דעם ניװאָ פֿון דער אַמאָליקער סאָװעטישער אַנטי־ציוניסטישער פּראָפּאַגאַנדע. עס איז דאָ ניט קײן װאָרט, אַז אַ װיכטיקער טײל פֿון דער ציוניסטישער פּראָגראַם אין אײראָפּע און אַמעריקע איז געװען דװקא צו שטיצן דעם ייִדישן קיום אין גלות. און דװקא די פּועלי־ציוניסטן זײַנען געװען װײניקער דאָגמאַטיש אײדער די בונדיסטן אין זײער קוק אױף דער ייִדיש־קולטור.
קראַבעפּל ענדיקט איר בוך װעגן דעם בונד מיט זאָגן אַ דאַנק „דעם פֿאָלק פֿון פּאַלעסטינע“. עס קלינגט פּראָװאָקאַטאָריש און פּאַסיק פֿאַרן הײַנטיקן ראַדיקאַלן צײַטגײַסט.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
