װערטער װאָס ראַטעװען: ירמיהו אַהרן טאַובס נײַ ביכל לידערWords of rescue: Yermiyahu Ahron Taub’s new book of poetry
באַזונדערש רירנדיק דאָ זײַנען די בילדער פֿון משפּחה־רײַבונגען, פֿון באַגעגענישן װאָס ברענגען נישט צו קײן עמאָציאָנעלע פֿאַרשטענדיקונגען.

אַ טייל פֿון דער הילע פֿונעם בוך „עלות־הלילה אױפֿן בױדעם“, 2026 Courtesy of Finishing Line Press
עס זײַנען דאָ פּאָעטן װאָס זײַנען נבֿיאים, ווי למשל משה קולבאַק און חיים־נחמן ביאַליק. פֿאַראַן פּאָעטן פֿילאָסאָפֿן, װי עמילי דיקינסאָן אָדער אַהרן צײטלין. און טײל פּאָעטן זײַנען קינסטלער פֿון אימזאַש, װי רחל פֿישמאַן. זעלטן װען אָבער זעט מען אַ פּאָעט, װאָס איז מסוגל דורך זײַנע לידער צו באַלעבן אָדער באַװױנען עטלעכע פּערזענלעכקײטן, פּאַרשױנען, און דערבײַ אױפֿצובױען אַ גאַלעריע פֿון פֿאַרשײדענע מענטשן־טיפּן.
דער פּאָעט איז אָפֿט מאָל אַ שרײַבער פֿון ליריק, דאָס הײסט, פֿערזן װאָס װערן אַרױסגעזאָגט פֿון אַ געװיסן „איך“ װען לידער זײַנען אינטערעסאַנט, װיל מען הערן אַלץ מער פֿונעם „איך“. נאָר אַ פּאָעט װאָס קען באַשילדערן פֿאַרשײדענע פֿיגורן טוט אױף עפּעס ברײטערס.
אין זײַן נײַסטן ביכל פּאָעזיע, „עלות־הלילה אױפֿן בױדעם,“ שטעלט ירמיהו אַהרן טאַוב פֿאָר סײַ קאָמפּאָזיציעס פֿון לירישן „איך“, אַ נאַראַטאָר װאָס איז אין געװיסע אַספּעקטן ענלעך צו טאַובן אַלײן, סײַ דיכטונגען פֿון אַנדערע װעלטן, גאַסן און געגנטן. דאָס אַלץ טוט ער אין פֿאַרשײדענע זשאַנערס (לידער, פּראָזע־מיניאַטורן) און פֿאַרשײדענע שפּראַכן: נישט נאָר ענגליש מיט ייִדיש, נאָר אױך (אין אײן פֿאַל) ענגליש צוזאַמענגעפֿלאָכט מיט לשן־קודש.
לײענערס װאָס זײַנען שױן באַקאַנט מיט טאַובס װערק װעלן דאָ דערקענען פֿריִערדיקע מאָטיװן, װאָס זײַנען עיִקר־טעמעס פֿאַרן דאָזיקן מחבר. ער איז דער מײַסער־פּאָרטרעטיסט פֿון סעקסועלע דערװאַכונג, אַנטױשטן באַגער (סײַ רעליגיעזער, סײַ קערפּעלערכער), ריסן צװישן דורות, פֿאַרװעלקטער פֿרומקײט. נאָר זיכער האָט מען שױן אין אַנדערע קאָנטעקטן באַרירט די פֿאַרבינדונגען צװישן „קװירשאַפֿט“, אָפּגעפֿאָרנקײט פֿון פֿרומען דרך, און ייִדיש, װי טעמעס פֿון פּאָעזיע און ליטעראַטור בכלל. די דאָזיקע צװישנשײדן זײַנען גאָר װיכטיק פֿאַר טאַובס שאַפֿונגען.
באַזונדערש רירנדיק דאָ זײַנען די בילדער פֿון משפּחה־רײַבונגען, פֿון באַגעגענישן װאָס ברענגען נישט צו קײן עמאָציאָנעלע פֿאַרשטענדיקונגען.
אין אײנעם אַ ליד טרעפֿן מיר דעם נאַראַטאָרס פֿאָטער, אַ פֿרומען ייִד, װאָס סע װילט זיך אים גאָר שטאַרק לערנען זײַן קינד װי אַזױ צו װאַרפֿן אַ בײסבאָל. צום באַדױערן, טױג דאָס קינד צו דעם אַזױ פֿיל װי ער טױג צו לערנען — דאָס הײסט, גאַנץ שװאַך.
די זעלבע פֿיגור, דער פֿרומער פֿאָטער װאָס איז נישט צופֿרידן מיט זײַן אָפּגעפֿאָרענעם קינד, באַװײַזט זיך אין נאָך עטלעכע לידער אין באַנד, אַלע מאָל אין הינטערגרונד, בעטנדיק נאָך אַ קדיש, נאָך אַ בלאַט גמרא, כאָטש אַ מנחה, און אַלע מאָל דעם שטױס נאָך פּרו־ורבֿו. דער נאַראַטאָר, װידער, פֿאַרצײכנט זײַנע פֿאָטערס באַגערן. זײַנע אײגענע באַגערן ליגן אָבער ערגעץ אַנדערש.
טאַוב פֿאַרברײטערט אָפֿט זײַן קוק צו באַקענען אונדז מיט אַנדערע פּאַרשױנען: פֿרױען אין פֿאַרשלאָפֿענע שטעטלעך, ערשטמאָליקע „גײ“־ליבע־באַגעגענישן, אױסשטאַרבנדיקע מנינים. אױך חיות באַלעבט ער אין זײַנע פֿערזן:
די װילדע קאַץ װאָס האָסט געראַטעװעט פֿונעם הינטערגעסל
קאָרטשעט זיך, אומרויִק אונטערן גלעט פֿון דײַן האַנט,
ניט אין שטאַנד אױסצוהאַלטן, ניט אין שטאַנד זיך אַװעקצודרײען פֿון אַזאַ הנאָה.“
אַ באַמערקונג װעגן שפּראַך: װי אין זײַנע פֿריִערדיקע ביכלעך, װערן דאָ אַרײַנגענומען לידער אױף ענגליש און אױף ייִדיש. די ייִדיש־נוסחאות זײַנען אַלע מאָל באַגלײגט מיט פּאַראַלעלע ענגלישע װערסיעס. (איך דערלױב זיך דאָ אַ פּאָר אײדעלע טענות װעגן די גרײַזן װאָס זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין די ייִדישע טעקסטן, און דאָס, װאָס טײל פֿון די ייִדיש־װערסיעס װערן געדרוקט אין קלענערע אותיות פֿון די ענגלישע.)
מע װאָלט דאָ געקענט זיך אַרײַנלאָזן אין אַ לענגערער דיסקוסיע װעגן די באַציִונגען פֿון די דאָזיקע װערסיעס. זײ זײַנען איבערזעצונגען אײנס פֿון אַנדערן, נאָר אױך אינטערפּרעטאַציעס. די ייִדישע לידער זײַנען (װאָדען?) מער אַדורכגעדרונגען מיט דער דראַמע װאָס באַגלײגט דאָס גאַנץ ביכל: די רײַבונגען צװישן דעם טראַדיציאָנעלן לעבן־שטײגער, פֿול מיטן שטרענגען דין, און דער בענקשאַפֿט פֿון דעם נאַראַטאָר, אַן אָפּגעפֿאָרענער װאָס װיל זיכער נישט זיך אומקערן, און פֿאָרט בענקט זיך אַהין. אינעם ליד „מילך־און־האָניקדיקע לבֿנה־האַרבסטונג“ לײענט זיך אַ ביסל טרוקן די ענגלישע שורה And, in that way, the Day of Rest lived up to its name
בשעת דאָס ייִדישע „און אַזױ טאַקע האָט דער יום־מנוחה אונדז נישט אַנטױשט“ גיט איבער אױף אַ קלאָרן אױפֿן װעגן װאָסער מין רו גײט דאָ די רײד.
איך האָב דאָ באַװיזן איבערצוגעבן נאָר אױפֿן שפּיץ מעסער די טעמאַטיק פֿון די דאָזיקע לידער. כאָטש טאַוב, בדרך־כּלל, גיט די בכורה עמאָציעס און געפֿילן, נישט קאָנסטאַטירונגען און אידעאָלאָגיעס, איז דאָס ביכל נישט קיין אומפּאָליטישע. פֿאַרקערט, די (ענגלישע) לידער „דער אָפּרו פֿון אַקטיװיסט“ און „פּערמאַנענטער אײַנװױנער, אָן קײן גרינעם קאַרטל“ גיבן איבער אױף אַ האַרץ־רײַסנדיקן אופֿן, װי זײערע טיטלען זאָגן אָן, די אָנשטרענגען און קאָמפּראָמיסן פֿון הײַנטיקן פּאָליטישן מאָמענט.
לױט מײַן מיינונג ווערט דאָס ביכל אָרגאַניזירט מיטן דראַמאַטישן בױגן פֿון אַ מענטשלעכן לעבן, פֿון ענגלישן ליד „דאָס ליכט בײַם אָנהײב טונעל“, אין אָנהײב, ביזן לעצטן ליד „צום סוף“, װאָס װענדט זיך צום לײענער אַזױ:
װען איך גײ אַװעק,
רײַס ניט די קלײדער,
און טראָג ניט קײן שװאַרץ,
באַהאַלט ניט דעם שפּיגל….
זײַ נישט קײן אָבֿל אין גאַנצן.
„װען איך גײ אַװעק,“ זאָגט דער נאַראַטאָר, „מאַך פֿאַר זיך אַ שׂימחה.“
נאָכן געזעגענען זיך מיטן דאָזיקן ביכל, װינטשט מען דעם מחבר נאָך לאַנגע יאָרן פֿון דער שׂימחה פֿון שאַפֿן נאָך טיף־גרײכנדיקע און פֿילעװדיקע מעדיטאַציעס װעגן לעבן און טױט, פֿרומקײט און װעלטלעכקײט, סעקס און ליבשאַפֿט, „קװיר“־ און העטעראָ־אידענטיטעט.
אין „געבעט“, דאָס סאַמע ערשטע ליד, װענדט זיך דער פֿאָטער צום נאַראַטאָר: „דער טאַטע רופֿט מיך צו היטן שבת“, צו דאַװנען, צו לערנען, זאַכן װאָס דער נאַראַטאָר װיל נישט, איז נישט מסוגל צו טאָן. קומט דער פּאָעט צום אױספֿיר אַז „נאָר די װערטער קענען מיך ראַטעװען.“
אַ בעסערע װעלטלעכע תּפֿילה קען נישט זײַן. הלװאַי אױף אונדז אַלעמען געזאָגט געוואָרן.
Why I became the Forward’s Editor-in-Chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
