Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פּױלישער ראָמאַן מאָלט נאָסטאַלגיש בילד פֿון אַמאָליקן ייִדישן לעבןPolish novel portrays nostalgic image of the Jewish life that once existed there

 „קינדער פֿון אַ ייִדישער משפּחה קלײַבן אױס פֿאַרשײדענע דרכים אָבער ווערן פֿאָרט אומגעבראַכט אינעם חורבן.“

ס׳איז לעצטנס אַרויס אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿונעם ראָמאַן „איך הייס שטראַמער“, וועגן אַ ייִדישער משפּחה אין דער פּױלישער שטאָט טאַרנע (טאַרנאָוו). דאָס בוך האָט אָנגעשריבן דער פּױלישער שרײַבער מיקאָלײַ לאָזינסקי.

אין משך פֿון העכער װי 150 יאָר האָט טאַרנע געהערט צו דער עסטרײַכישער פּראָװינץ גאַליציע. אונטער דער עסטרײַכישער אימפּעריע האָבן ייִדן ניט געליטן פֿון מלוכישן אַנטיסעמיטיזם, און די באַציִונגען צװישן ייִדן און פּאָליאַקן זײַנען געװען רעלאַטיװ רויִקע.

דער מצבֿ האָט זיך געביטן נאָכן אױפֿקום פֿון דער אומאָפּהענגיקער פּױלישער רעפּובליק נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה. די באַציִונגען זײַנען געװאָרן אַלץ מער געשפּאַנט מיטן צוּװוּקס פֿונעם פּױלישן אַנטיסעמיטיזם אין די 1930ער יאָרן.

די העלדן פֿונעם ראָמאַן זײַנען די משפּחה שטראַמער, װאָס באַשטײט פֿון זעקס מענטשן: דער טאַטע, די מאַמע, פֿיר זין און צװײ טעכטער. זײ זײַנען ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר. דער טאַטע נתן איז אַ לא־יוצלח, װאָס האָט אַ מאָל עמיגרירט קײן אַמעריקע אָבער האָט ניט געהאַט קײן מזל אין דער „גאָלדענער מדינה“ און זיך אומגעקערט אַהײם צו זײַן פֿרױ און קינדער. זינט דעם פֿעפֿערט ער זײַנע ייִדישע רײד מיט ענגלישע װערטער און האַלט אין אײן חלומען װעגן צוריקפֿאָרן קײן ניו־יאָרק, װוּ ער האָט אַ ברודער אַן אָלרײַטיק.

זײַן פֿרױ רבֿקה איז אַ יוסטע באַלעבאָסטע װאָס האַלט אונטער דאָס גאַנצע געזינד. יעדער אײנער פֿון די קינדער האָט אײגענע דאגות, באַגערן און פּלענער פֿאַר דער צוקונפֿט.

לאָזינסקי שטעלט צונויף דעם סיפּור־המעשׂה אויף אַ קונציקן אופֿן, מישנדיק פּערזענלעכע שטאַנדפּונקטן פֿון פֿאַרשײדענע פּערסאָנאַזשן. אַזױ אַרום שאַפֿט ער אַ פֿילזײַטיקן קאָלעקטיװן פּאָרטרעט פֿון אַ טיפּישער משפּחה מיט אירע טאָגטעגלעכע עסקים.

לכתּחילה איז דער נאַראַטיװער טאָן אַ ביסל איראָניש. עס דאַכט זיך אַז די פּאָליטישע ענדערונגען האָבן ניט קײן סך השפּעה אױף זײער לעבן. דער טאַטע בענקט נאָך די אַלטע גוטע צײַטן פֿונעם אַמאָליקן עסטרײַכישן מלכות: „עס װעט קײן מאָל ניט זײַן אַזױ גוט װי בײַם קייסער פֿראַנץ־יאָזעף“, בעת זײַנע קינדער פּרוּװן זיך צוצופּאַסן צו די נײַע פּױלישע פּאַראָנדקעס.

די קינדער װאַקסן אונטער און די שטימונג פֿונעם ראָמאַן װערט ערנסטער. די האַנדלונג שטײַגט אַריבער די דלתּ־אַמות פֿון דער הײמישער שטאָט טאַרנע. נתן און רבֿקה רעדן נאָך אַלץ ייִדיש, אָבער זײערע קינדער פֿילן זיך הײמיש אין פּױליש. זײ בײַטן זײערע נעמען — הערש־צבֿי למשל װערט העסיאָ – און לערנען זיך אין פּױלישע גימנאַזיעס.

שפּעטער קלײַבן זײ אױס פֿאַרשײדענע דרכים: דער עלטסטער זון שטודירט לאַטײַן און גריכיש אינעם יאַגעלאָנער אוניװערסיטעט אין קראָקע אָבער קלײַבט אױס אַ קאַריערע װי אַ געשעפֿטסמאַן. זײַן ייִנגערער ברודער װערט פֿאַרטאָן אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ, ער פֿאַרברענגט אַ פּאָר יאָר אין תּפֿיסה און דערנאָך פֿאָרט ער קײן שפּאַניע צו קעמפֿן אינעם בירגערקריג.

מיט דער צײַט װערט דער דערצײלערישער טאָן אַלץ מער דראַמאַטיש. דאָס שפּיגלט אָפּ די אַלגעמײנע פֿינצטערע אַטמאָספֿער אין פּױלן אין די 1930ער יאָרן, װען דער אַנטיסעמיטיזם װערט אַלץ מער בולט, און די עקאָנאָמישע לאַגע פֿון ייִדן ווערט אַלץ ערגער.

„עס האָט זיך אָנגעהױבן מיט ׳יעדער אײנער פֿאַר זײַנע אײגענע און מיט זײַנע אײגענע׳ און ׳קױף ניט בײַ די ייִדן׳ [די פּאָפּולערע אַנטיסעמיטישע לאָזונגען], און ענדיקט זיך מיט צעבראָכענע פֿענצטער אין ייִדישע קראָמען און לאָזונגען אַזוי ווי ׳ייִדן קיין מאַדאַגאַסקאַר!׳.“

אַזױ טראַכט דער ייִנגערער זון נוסעק, װאָס האַלט זיך װײַט פֿון פּאָליטיק. אָבער אַפֿילו ער װערט געװױר, אַז פּױלן גליטשט זיך אַרײַן אין אַ פֿאַשיסטישן רעזשים װי אין דײַטשלאַנד און איטאַליע.

פֿון דעסט װעגן קומט דער חורבן אומגעריכט פֿאַר די שטראַמערס. אַפֿילו װען היטלער און סטאַלין צעטײלן פּױלן, האַלטן זײ נאָך אַלץ בײַ אַ האָפֿענונג, אַז אַלץ װעט זיך װי ניט איז אױססדרן און דאָס לעבן װעט זײַן װידער נאָרמאַל.

„איך הייס שטראַמער“ געהערט צו אַ נײַער טענדענץ אין דער פּױלישער ליטעראַטור צו באַטראַכטן דעם פּױלישן עבֿר דורך אַ ייִדישן שפּאַקטיװ. פֿאַרן חורבן זײַנען בערך צען פּראָצענט פֿון דער פּױלישער באַפֿעלקערונג, דאָס הײסט, בערך דרײַ מיליאָן נפֿשות, געװען ייִדן. ערשט ניט לאַנג צוריק האָט מען אָנגעהױבן צו באַטראַכטן ייִדן װי אַ װיכטיקער באַשטאַנדטײל פֿון דער פּױלישער געשיכטע.

עס איז ניט קײן חידוש, װאָס דער פֿאָקוס איז דאָ אױף די באַציִונגען צװישן ייִדן און פּאָליאַקן און ניט אױף די אינעװײניקע פּראָבלעמען פֿונעם ייִדישן ציבור. דער דאָזיקער חילוק צװישן דעם פּױלישן און ייִדישן קוקװינקל איז בולט װען מען פֿאַרגלײַכט „ איך הייס שטראַמער“ מיט די ייִדישע ראָמאַנען פֿון יענער תּקופֿה, װי למשל מיכל בורשטינס „איבער די חורבֿות פֿון פּלױנע“, לײב ראַשקינס „די מענטשן פֿון גאָדלבאָזשיץ“ אָדער אַלטער קאַציזנעס „שטאַרקע און שװאַכע“.

די פּערסאָנאַזשן אין אָט די ייִדישע ראָמאַנען זײַנען געװען טיף פֿאַרטאָן אין ייִדישע סאָציאַלע, רעליגיעזע, קולטורעלע און פּאָליטישע פּראָבלעמען, בעת די קריסטלעכע פּאָליאַקן זײַנען געװען זײַטיקע און לרובֿ פֿײַנטלעכע פֿיגורן.

די ייִדישע מחברים האָבן באַטאָנט די אָפּזונדערונג פֿון ייִדן אין פּױלן, בעת בײַ לאָזינסקין זײַנען ייִדן מיטגלידער פֿון דער ברײטער פּױלישער געזעלשאַפֿט, כאָטש זײער אינטעגראַציע איז װײַט ניט קײן פֿולע.

אַזאַ צוגאַנג איז היסטאָריש אַקוראַט, װײַל אַ היפּשע צאָל ייִדן, בפֿרט אין די שטעט, האָבן טאַקע זיך געװאָלט אַסימילירן אין דער פּױלישער געזעלשאַפֿט. לאָזינסקי װײַזט די דאָזיקע טענדענץ גאַנץ גוט, אָבער װען עס קומט צו ייִדישקײט, זײַנען דאָ פֿעלערס װי למשל װען נתן, און ניט רבֿקה און די טעכטער, צינדט אָן די שבת־ליכט און דערצו נאָך, שרײַבט ער, „אײן ליכט פֿאַר יעדן משפּחה־מיטגליד“.

צום סוף פֿונעם ראָמאַן גיט לאָזינסקי צו אַ רשימה ביכער, װאָס ער האָט גענוצט װי היסטאָרישע מאַטעריאַלן. דאָס רובֿ זײַנען דאָס סאָלידע פּױלישע היסטאָרישע שטודיעס און זכרונות, אָבער עס איז ניטאָ קײן אײן מקור איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אָדער העברעיִש. עס פֿעלט דאָ אַפֿילו דאָס יזכּור־בוך „טאַרנע: קיום און אומקום פֿון אַ ייִדישער שטאָט“ װאָס איז פֿאַראַן אין אַן ענגלישער איבערזעצונג. אין דער הײַנטיקער פּױלישער ליטעראַטור װעגן ייִדן פֿאַרבלײַבט ייִדיש בלױז אַ סימן פֿון ייִדישקײט, און ניט קײן שליסל צום רײַכן קולטורעלן אוצר.

Why I became the Forward’s Editor-in-Chief

You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.

And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.

Support our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.