Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

נײַ־אַנטדעקטע פּרטים וועגן די סאָוועטישע ייִדן צווישן 1945 און 1953Newly discovered details about Soviet Jewry between 1945 and 1953

 אַנאַ שטערנשיס האָט געזאַמלט הונדערטער בעל־פּהיִקע גבֿית־עדותן פֿון מענער און פֿרױען פֿון פֿאַרשײדענע סאָציאַלע שיכטן.

די יאָרן צװישן 1945 און 1953, פֿון דעם סוף פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה ביז יאָסיף סטאַלינס טױט, זײַנען געװען די צײַט פֿון נסיונות פֿאַר סאָװעטישע ייִדן. דער דאָזיקער תּקופֿה איז געװידמעט דאָס בוך „דאָס לעבן נאָך דער מלחמה: האָפֿענונגען און שרעק“ פֿון דער היסטאָריקערין אַנאַ שטערנשיס פֿונעם טאָראָנטער אוניװערסיטעט. דאָס איז דער פֿערטער באַנד אין דער אַכט־בענדיקן געשיכטע פֿון ייִדן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אונטער דער רעדאַקציע פֿון די היסטאָריקער גענאַדי עסטרײַך און דוד ענגעל פֿון ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט.

העכער װי צװײ מיט אַ האַלב מיליאָן ייִדן זײַנען דערמאָרדעט געװאָרן אױפֿן שטח פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין די גרענעצן פֿון 1941, וואָס נעמט אויך אַרײַן די געגנטן פֿון פּױלן, ליטע, לעטלאַנד, עסטלאַנד און רומעניע, װאָס זײַנען אַנעקסירט געװאָרן אין 1939 און 1940.

בערך צװײ מיט אַ האַלב מיליאָן ייִדן האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. זײ האָבן זיך געפֿונען מחוץ די אָקופּירטע טעריטאָריעס אָדער געדינט אין דער רױטער אַרמײ. אַרום 100,000 ייִדן זײַנען געבליבן לעבן אױף די אָקופּירטע שטחים, דער עיקר אין די געטאָס פֿון טראַנסניסטריע אין דרום־אוקראַיִנע און מאָלדאָװע, װאָס זײַנען געװען אונטער דער רומענישער אָקופּאַציע.

דער חורבן האָט שטאַרק געענדערט דעם קולטורעל־סאָציאַלן פּראָפֿיל פֿון סאָװעטישן ייִדנטום, שרײַבט שטערנשיס. די ייִנגערע, מער אַסימילירטע, געבילדעטע און מאָבילע מענטשן האָבן געהאַט בעסערע אױסזיכטן אױף אױסצומײַדן דעם טױט. די פּראָסטע שטעטלדיקע בעל־מלאכות, פּױערים און עלטערע ייִדן האָבן אָפֿט מאָל ניט געהאַט קײן מעגלעכקײטן צו אַנטלױפֿן פֿון די דײַטשן.

נאָך דער מלחמה האָבן אַ סך ייִדן ניט געװאָלט זיך אומקערן איז די שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע און בעלאַרוס, װאָס האָבן זײ דערמאָנט אָן זײערע דערמאָרדעטע קרובֿים און שכנים. האָבן זיי זיך געפּרוּװט באַזעצן אין גרױסע שטעט, אַזעלכע װי קיִעװ, מינסק, מאָסקװע אָדער לענינגראַד.

כּדי צו האָבן אַ װױנרעכט אין אַ גרױסער שטאָט האָט מען געמוזט האָבן אַן אַרבעט און אַ דירה. דער מצבֿ אין קיִעװ איז געװען באַזונדערס שװער. די שטאָט איז געװען אין חורבֿות, און די געבליבענע װױנונגען זײַנען בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע פֿאַרנומען געװאָרן דורך אָרטיקע אוקראַיִנער.

זײ האָבן פֿײַנט געהאַט ייִדן, װאָס האָבן זיך אומגעקערט פֿון דער עװאַקואַציע אין סיביר אָדער צענטראַל־אַזיע און האָבן איצט געװאָלט צוריק באַקומען זײערע דירות מיט האָב־און־גוטס. דאָס האָט געשאַפֿן שפּאַנונג צװישן ייִדן און אוקראַיִנער און אַרויסגערופֿן אַנטיסעמיטישע געפֿילן.

דאָס רובֿ היסטאָרישע פֿאָרשונגען װעגן סאָװעטישע ייִדן פֿאָקוסירן זיך אױף דער פּאָליטיק און קולטור. שטערנשיס ברענגט אַרײַן נײַע היסטאָרישע מקורים, װאָס עד־היום זײַנען לרובֿ פֿאַרבליבן מחוץ דעם אַקאַדעמישן אינטערעס.

אין משך פֿון העכער װי 20 יאָר פֿאָרש-אַרבעט האָט זי אָנגעזאַמלט הונדערטער בעל־פּהיִקע גבֿית־עדותן װעגן דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. זײ לאָזן הערן שטימען פֿון מענער און פֿרױען פֿון פֿאַרשײדענע סאָציאַלע שיכטן, פֿון פּראָסטע אַרבעטער ביז הױך־אָנגעשטעלטע פֿיגורן.

עס איז כּדאַי דאָ אָפּצומערקן, אַז אײן װיכטיקער אַספּעקט פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער דערפֿאַרונג פֿאַרבלײַבט נאָך אַלץ ניט דערפֿאָרשט. אַ היפּשע צאָל ייִדן זײַנען געװען פֿאַרטאָן אין דער אַזױ־גערופֿענער „שאָטן־װירטשאַפֿט“. זײ האָבן געפֿירט קלײנע געשעפֿטן, װאָס זײַנען פֿאָרמעל געװען מלוכישע אָבער פֿאַקטיש זײַנען זײ געװען פּריװאַטע.

פּריװאַטע אונטערנעמונגען זײַנען געװען פֿאַרװערט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, אָבער אין דער צײַט פֿון עקאָנאָמישע צרות האָט די מלוכה געקוקט אױף זײ דורך די פֿינגער.   אַזאַ מין אַרבעט האָט געלאָזט פֿרומע ייִדן אָפּהיטן שבת און יום־טובֿים. דװקא זײ זײַנען געװען די הױפּט־שטיצער פֿון שילן און פּריװאַטע מנינים.

ספּעציעל אינטערעסאַנט אין שטערנשיסעס בוך זײַנען די באַריכטן װעגן פֿאַרשײדענע פֿאָלק־אַקטיװיטעטן װאָס ייִדן האָבן אָרגאַניזירט אָן קײן שום שטיצה מצד דער מלוכה. מען האָט געזאַמלט געלט צו בױען דענקמעלער אױף די ערטער פֿון מאַסנמאָרד און צו אָרגאַניזירן הזכּרה־צערעמאָניעס.

די ערשטע פּאָר יאָר נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה זײַנען געװען אַ צײַט פֿון גרױסע האָפֿענונגען. נאָכן נצחון איבער דײַטשלאַנד האָט מען געהאָפֿט, אַז די סאָװעטישע מאַכט װעט אָנערקענען די יסורים פֿון ייִדן און װעט זײ העלפֿן װידער אױפֿבױען דאָס ייִדישע לעבן.

די סאַמע אַקטיװסטע קהילות זײַנען געװען אין װילנע און טשערנאָװיץ, די ייִדישע צענטערס, װאָס זײַנען געװאָרן סאָװעטיש ערשט אין 1939 און 1940. אין װילנע האָט מען געשאַפֿן דעם ערשטן חורבן־מוזײ אין דער װעלט און טשערנאָװיץ איז געװאָרן אַ נײַע הײם פֿאַרן קיִעװער ייִדישן טעאַטער.

אָבער דער אױפֿלעב האָט געדױערט בלױז אַ פּאָר יאָר. אַ סך כּלל־טוער (צװישן זײ — דער דיכטער אַבֿרהם סוצקעװער), װאָס פֿאַר דער מלחמה זײַנען געװען פּױלישע אָדער רומענישע בירגער, האָבן באַקומען דערלױבעניש צו פֿאַרלאָזן דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין 1945־1946.

אַרום 1947 האָבן זיך באַװיזן סימנים פֿון ענדערונגען אין דער פּאָליטיק לגבי ייִדן. אײניקע היסטאָריקער פֿאַרבינדן זײ מיטן אָנהײב פֿון דער קאַלטער מלחמה צװישן דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און די פֿאַראײניקטע שטאַטן און מיטן אױפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל.

שטערנשיס איז מסכּים, אַז דאָס זײַנען געװען װיכטיקע סיבות. אָבער זי האַלט, אַז אַ היפּשע ראָלע האָבן אױך געשפּילט אַנטיסעמיטישע שטימונגען אין דער סאָװעטישער באַפֿעלקערונג. אַנטיסעמיטיזם איז געװען ספּעציעל שטאַרק אין די געגנטן, װאָס זײַנען געװען אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע. די נאַציסטישע פּראָפּאַגאַנדע האָט געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה אױפֿן פּראָסטן פֿאָלק.

אַנטיסעמיטיזם איז געװען פּאָפּולער אױך אין די „הױכע פֿענצטער“ פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ. נאָך דער מלחמה האָט די רעגירונג געהאַט אַ סך שװערע סאָציאַלע און עקאָנאָמישע פּראָבלעמען און האָט זיך גענײטיקט אין דער שטיצע פֿון די מאַסן.

אַן אימאַזש פֿון אַ שׂונא װאָלט געהאָלפֿן אָפּצוציִען דעם אױפֿמערק פֿון די דאָזיקע פּראָבלעמען, פֿאַרסך־הכּלט שטערנשיס. דערצו נאָך האָבן אַ סך ייִדן אַרױסגעװיזן התלהבֿות לגבי מדינת־ישׂראל, און דאָס האָט אַרויסגערופֿט חשד בײַ סטאַלינען.

בײַ ס׳רובֿ ייִדן איז דער דאָזיקער קלאַפּ געקומען אומדערװאַרט. מער פֿון אַלעמען האָבן געליטן די ייִדישע כּלל־ און קולטור־טוער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט.

דער אַקטיאָר שלמה מיכאָעלס איז דערמאָרדעט געװאָרן אין אַן אינסצענירטן אױטאָ־אומגליק אין יאַנואַר פֿון 1948. די דיכטער איציק פֿעפֿער, דוד האָפֿשטײן, פּרץ מאַרקיש, לײב קװיטקאָ און דער שרײַבער דוד בערגעלסאָן זײַנען באַשולדיקט געװאָרן אין שפּיאָנאַזש, פֿאַרמישפּט געוואָרן צום טױט און דערשאָסן געוואָרן דעם 12טן אױגוסט 1952

אַרום אײן טױזנט ייִדן זײַנען אַרעסטירט געװאָרן פֿאַר „ייִדישן נאַציאָנאַליזם“ און געשיקט געוואָרן אין די תּפֿיסה־לאַגערן. טױזנטער מענטשן האָבן פֿאַרלױרן זײער אַרבעט־שטעלעס. אַלע ייִדישע אַנשטאַלטן זײַנען פֿאַרמאַכט געװאָרן.

די אַנטיסעמיטישע כװאַליע האָט דערגרײכט דעם שפּיץ אָנהײב 1953. אַ גרופּע חשובֿע דאָקטױרים, ס’רובֿ ייִדן, זײַנען באַשולדיקט געװאָרן אין אָפּסמען אָנפֿירער פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ. אײנצײַטיק זײַנען אַרומגעגאַנגען קלאַנגען, אַז סטאַלין איז אױסן צו דעפּאָרטירן ייִדן קײן סיביר.

אַזאַ אַקציע װאָלט ניט געװען קײן יוצא־דופֿן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. צו יענער צײַט האָט סטאַלין שױן געהאַט דעפּאָרטירט עטלעכע עטנישע עדות: די טאָטערן פֿון קרים, די טשעטשענצעס און די אינגושן פֿון קאַװקאַז און נאָך אַנדערע. אָבער היסטאָריקער האָבן ניט געפֿונען קײן דאָקומענטאַלע ראַיות פֿון אַ פּלאַן צו דעפּאָרטירן ייִדן.

אַזױ אָדער אַנדערש זײַנען ייִדן געראַטעװעט געװאָרן פֿון סטאַלינס לעצטער גזירה װײַל ער איז געשטאָרבן דעם 5טן מאַרץ 1953, גלײַך נאָך פּורים. בהדרגה האָט מען אָפּגעשטעלט די אַנטיסעמיטישע פּראָפּאַגאַנדע און באַפֿרײַט די פֿאַרמישפּטע פֿונעם גולאַג. אָבער מען האָט פֿאָרט נישט אָנגעהױבן דרוקן ייִדישע ביכער אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד ביז 1959.

שטערנשיס האָט אָנגעשריבן אַ דראַמאַטישע געשיכטע פֿולגעפּאַקט מיט פּרטים, װאָס לאָזן דעם לײענער זיך אױסמאָלן דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון ייִדן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. דערצו נאָך באַקומט דער לײענער אַ גוטן פֿאַרשטאַנד פֿון די ברײטערע פּאָליטישע, עקאָנאָמישע און סאָציאַלע טענדענצן, װאָס האָבן באַװירקט סײַ ייִדן סײַ די גאַנצע סאָװעטישע באַפֿעלקערונג.

Why I became the Forward’s editor-in-chief

You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.

And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.

Support our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.