Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די בליִונג — און דערנאָך, פֿאַרטיליקונג — פֿון די ייִדן אין דער שטאָט טאַרנע The blossoming — and then, annihilation — of the Jews in the city of Tarnow

פֿאַרן חורבן האָבן ייִדן און פּאָליאַקן דאָרט געהאַט נאָענטע באַציִונגען אָבער אונטער דײַטשישער אָקופּאַציע האָבן אַ סך פּאָליאַקן אונטערגעהאָלפֿן די נאַציס

די אַזױ-גערופֿענע „מיקראָ-געשיכטע‟ איז לעצטנס געװאָרן אַ פּאָפּולערער זשאַנער אין דער היסטאָרישער װיסנשאַפֿט. מען קוקט טיף אַרײַן אין דעם, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין אַ געװיסן אָרט בעת אַ געװיסער תּקופֿה, און אױפֿן סמך פֿון אָט דער לאָקאַלער געשיכטע פּרוּװט מען צו אַנטפּלעקן ברײטערע טענדענצן.

אַ מוסטער פֿון אַזאַ מין שטודיע איז דאָס בוך פֿון אַגניעשקאַ װיערשכאָלסקאַ, „בלױז זכרונות און שטײנער זײַנען געבליבן: דאָס לעבן און דער טױט פֿון דער פּױליש-ייִדישער שטאָט טאַרנע, 1918 – 1945‟, װאָס באַזירט זיך אױף איר דאָקטאָראַט פֿונעם פֿרײַען אוניװערסיטעט אין בערלין. דאָס בוך איז אויף דײַטשיש.

אין 1936 האָבן אין טאַרנע (טאַרנוּװ אין פּױליש) געװױנט בערך 25 טױזנט ייִדישע נפֿשות, בערך אַ העלפֿט פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג. אָבער דער סאַמע באַגריף „ייִד‟ איז אַ שטיקל פּראָבלעמאַטיש, טענהט די מחברטע. די ייִדישע מענער און פֿרױען — און װיערשכאָלסקאַ באַשטײט, מען זאָל תּמיד זײַן געװױר פֿון די געשלעכטלעכע חילוקים — זײַנען געװען ביז גאָר פֿאַרשײדנאַרטיק פֿונעם סאָציאַלן, עקאָנאָמישן, פּאָליטישן און קולטורעלן שטאַנדפּונקט. די עטנישע גרענעצן צװישן ייִדן און ניט-ייִדן זײַנען געװען בײגעװדיק און ניט תּמיד קלאָר פֿעסטגעשטעלט.

אין דער פּױלישער רעפּובליק צװישן די בײדע װעלט-מלחמות האָבן זיך די ייִדישע פּאַרטײען באַטײליקט אין דער לאָקאַלער פּאָליטיק מער אַקטיװ און בײגעװדיק, אײדער אױף דעם אַלגעמײנעם מלוכישן ניװאָ. למשל, װען דער בונד האָט געמאַכט אַ יד-אַחת מיט די פּױלישע סאָציאַליסטן אינעם טאַרנער שטאָטראַט, האָבן די ציוניסטן דאָס אױסגעטײַטשט װי אַ קלאַפּ דעם ייִדישן אַחדות. עס איז מערקװירדיק, אַז דװקא סוף-1930ער יאָרן, װען אַנטיסעמיטיזם האָט געהאַלטן אין אײן װאַקסן אין פּױלן, האָבן די אַנטיסעמיטישע פּאַרטײען געהאַט זײער אַ קנאַפּע שטיצע אין טאַרנע. דאָס איז אַ באַװײַז, האַלט װיערשכאָלסקאַ, אַז ייִדן זײַנען געװען טיף אינטעגרירט אין דער אָרטיקער פּאָליטיק.

ייִדישע עלטערן אין פּױלן האָבן געקענט אױסקלײַבן פֿאַרשײדענע מינים שולן פֿאַר זײערע קינדער. די פּױלישע רעגירונג האָט געשאַפֿן ספּעציעלע שולן פֿאַר ייִדישע קינדער, װוּ די לערנשפּראַך איז געװען פּױליש. מען האָט זײ גערופֿן „שאַבעאַסוּװקעס‟, װײַל דער פֿרײַער טאָג איז געװען שבת און ניט זונטיק. אָבער דאָס רובֿ ייִדישע קינדער, העכער װי 80%, האָבן זיך געלערנט אין אַלגעמײנע מלוכישע פּױלישע מיטלשולן. די דאָזיקע שולן זײַנען געװען בחינום און האָבן צוגעגרײט קינדער פֿאַרן װײַטערדיקן לעבן אין דער פּױלישער געזעלשאַפֿט. אײן שול אַזאַ איז געװען די „טשאַצקי-שול‟, וואָס האָט זיך געפֿונען אינעם אָרעמען קוואַרטאַל גראַבאָװסקאַ, װוּ עס האָבן געװױנט אַ סך ייִדישע אַרבעטער און בעל-מלאָכות. בערך אַ העלפֿט פֿון די תּלמידים זײַנען אין דער טשאַצקי-שול געװען ייִדישע קינדער, לרובֿ פֿון אָרעמע משפּחות.

די פּראָטאָקאָלן פֿון פּעדאַגאָגישע אַסיפֿות, װאָס האָבן זיך אָפּגעהיט אינעם אַרכיװ, לאָזן אַרײַנקוקן אין די טאָג-טעגלעכע דאגות פֿון דער שול. „פֿון לײענען די פּראָטאָקאָלן באַקומט מען אַ רושם, אַז עס זײַנען געװען קודם-כּל די ייִדישע תּלמידים, װאָס זײַנען געװען אױף צרות מיט באַהערשן דעם לערננשטאָף, װאָס האָבן כּסדר פֿאַרשפּעטיקט אין קלאַס, װאָס זײַנען געװען שמוציק‟, שרײַבט װיערשכאָלסקאַ. די ייִדישע תּלמידים האָבן שלעכט געקענט פּױליש און געשמועסט צװישן זיך אױף ייִדיש, זײ האָבן אָפֿטמאָל פֿאַרפֿעלט די לימודים אום שבת, און האָבן זיך שלעכט אױפֿגעפֿירט. די פּױלישע לערער האָבן זײ געהאַלטן פֿאַר פֿױליאַקעס און אָפּגעלאָזענע.

אַזאַ מין באַציִונג שטימט מיט די אַלגעמײנע אַנטיסעמיטישע פּניות אין דער פּױלישער געזעלשאַפֿט, בפֿרט אין די 1930ער יאָרן. מען האָט ניט געװאָלט אָנערקענען די שפּראַכלעכע, קולטורעלע און רעליגיעזע חילוקים און פּשוט געהאַלטן ייִדן פֿאַר אַ פֿרעמדן עלעמענט, װאָס מען מוז פֿאַרוואַנדלען אין גוטע פּאָליאַקן. אָבער ניט אַלע שולן זײַנען געװען גלײַך. אין דער „סטאַשיץ-שול‟, װאָס האָט אױך געהאַט בערך 50% ייִדישע קינדער פֿון אָרעמע משפּחות, האָט מען געגעבן מער אַכט אױף העלפֿן ייִדישע תּלמידים צו באַהערשן די פּױלישע שפּראַך און פֿאַרגלעטן אַנדערע מניעות. אַ װיכטיקע ראָלע האָט דערבײַ געשפּילט די פּערזענלעכקײט פֿונעם שול-דירעקטאָר, פֿאַרסך-הכּלט די מחברטע.

נאָך זיבן יאָר פֿון דער אָבליגאַטאָרישער מיטלשול האָט מען געקענט ממשיך זײַן אין אַ גימנאַזיע, װאָס האָט שױן געקאָסט געלט. פֿאַר ייִדישע קינדער פֿון פֿאַרמעגלעכע משפּחות איז אין טאַרנע געװען די צװײ-שפּראַכיקע פּױליש-העברעיִשע פּריװאַטע שול „ספֿה-ברורה‟. להיפּוך צי די פּױלישע גימנאַזיעס, האָבן זיך דאָ ייִנגלעך און מײדלעך געלערנט צוזאַמען. אידעאָלאָגיש איז די דאָזיקע שול געװען װעלטלעך-ציוניסטיש אָריענטירט. דער ציל פֿון דער שול איז געװען צו דערציִען געטרײַע פּױלישע בירגער מיטן ייִדישן נאַציאָנאַלן באַװוּסטזײַן.

דער חלום פֿונעם ייִדיש-פּױלישן צוזעמענלעבן איז אויסגעוועפּט געװאָרן מיטן אױסבראָך פֿון דער צװײטער װעלט-מלחמה. די דײַטשן זײַנען אַרײַן אין טאַרנע דעם 7טן סעפּטעמבער 1939. דער צװײטער טײל פֿונעם בוך באַשרײַבט פּרטימדיק דאָס טאָג-טעגלעכע לעבן אונטער דער אָקופּאַציע. אַזױ װי אינעם ערשטן טײל, האָט די מחברטע אַ ספּעציעלן אינטערעס צו די באַציִונגען צװישן פּאָליאַקן און ייִדן אין יענער צײַט. אין 1940 האָבן די דײַטשן דעפּאָרטירט די פּױלישע פּאָליטישע, גײַסטלעכע און קולטורעלע פּני פֿון טאַרנע קײן אױשװיץ. אַ היפּשע צאָל פּראָסטע פּאָליאַקן זײַנען געצװוּנגען געװאָרן צו אַרבעטן װי שקלאַפֿן.

דער גורל פֿון ייִדן איז געװען אַ סך ביטערער. גלײַך נאָך דער אָקופּאַציע זײַנען ייִדן אױסגעשלאָסן געװאָרן פֿון װאָסער ניט איז עקאָנאָמישער אָדער עפֿנטלעכער אַקטיװיטעט. דעם 9טן נאָװעמבער 1939, אײן יאָר נאָך דער „קרישטאָל-נאַכט‟ אין דײַטשלאַנד, האָבן די דײַטשן פֿאַרברענט און חרובֿ געמאַכט אַלע שילן. דער סיסטעמאַטישער מאָרד פֿון ייִדן האָט זיך אָנגעהױבן נאָך יוני 1941, װען דײַטשלאַנד איז באַפֿאַלן דעם סאָװעטן-פֿאַרבאַנד. די ערשטע צעשאָסענע ייִדן זײַנען געװען די, װאָס זײַנען אין 1939 אַנטלאָפֿן קײן סאָװעטן-פֿאַרבאַנד און האָבן זיך דערנאָך אומגעקערט צוריק קײן טאַרנע. קײן געטאָ איז אין טאַרנע ניט געװען ביזן זומער פֿון 1942. ביז דעמאָלט האָבן ייִדן און פּאָליאַקן נאָך געװױנט בשכנות און נאָך געקענט אונטערהאַלטן באַציִונגען.

די מאַסן-דעפּאָרטאַציעס פֿון ייִדן האָבן זיך אָנגעהױבן דעם 11טן יוני 1942, װען די דײַטשן האָבן געטריבן הונדערטער ייִדן אױפֿן מאַרקפּלאַץ און פֿון דאָרטן זיי געפֿירט אינעם אומברענג-לאַגער בעלשזעץ. אײניקע ייִדן זײַנען דערמאָרדעט געװאָרן אױף די גאַסן אָדער אין זײערע אײגענע הײַזער, צומאָל מיט דער הילף פֿון זײערע שכנים. דאָס רובֿ פּאָליאַקן האָבן זיך ניט באַטײליקט דירעקט אינעם מאַסן-מאָרד פֿון ייִדן, אָבער זײ האָבן יאָ אַקטיװ אָנטײל גענומען אין באַראַבעװען זײער האָב-און-גוטס.

דער ענין פֿונעם שולד פֿון די „בײַשטײער‟, מענטשן, װאָס האָבן זיך ניט באַטײליקט אַקטיװ אינעם חורבן נאָר זײַנען געשטאַנען דערבײַ, איז אַ קאָמפּליצירטע מאָראַלישע און היסטאָרישע פּראָבלעם. װי עס באַװײַזט װיערשכאָלסקאַ, זײַנען אַ סך פּױלישע תּושבֿים ניט געװען סתּם פּאַסיװע בײַשטײער. זײ האָבן געהאָלפֿן די דײַטשן אידענטיפֿיצירן ייִדן, װאָס האָבן געפּרוּװט צו אַנטלױפֿן פֿונעם געטאָ, װײַל די דײַטשן אַלײן האָבן אָפֿטמאָל ניט געקענט דערקענען אַ ייִד צװישן פּאָליאַקן.

די געשיכטע פֿונעם לעבן און טױט פֿון דער ייִדישער שטאָט טאַרנע װערט צונױפֿגעשטוקעװעט פֿון הונדערטער עפּיזאָדן און פֿאַקטן, װאָס שטאַמען פֿון פֿאַרשײדענע מקורים׃ פּריװאַטע זכרונות און אינטערװיוען, אַרכיװאַלע דאָקומענטן, באַריכטן אין צײַטונגען וכּדומה. אינעם ברײטערן נאַראַטיװ פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדן אין פּױלן איז טאַרנע ניט געווען קיין יוצא-דופֿן. אָבער הינטער דער אַלגעמײנער געשיכטע זעט מען ניט דעם גורל פֿונעם אײנצלנעם יחיד.

אַגניעשקאַ װיערשכאָלסקאַס װאָגיקע און גרונדיק-דערפֿאָרשטע שטודיע אַנטפּלעקט די טיפֿקײט און פֿילזײַטיקײט פֿון פּערזענלעכע דערפֿאַרונגען. איר בוך לאָזט דעם לײענער פֿילן זיך אין סאַמע תּוך פֿון דער היסאָטירשער טראַגעדיע. מען הערט אַ כאָר פֿון ייִדישע און ניט-ייִדישע שטימען,װאָס רעדן דורך זײערע זכרונות און אינטערװיוען און מען זעט פּנימער פֿון טאַרנער תּושבֿים אױף די גאַסן און אין זײער הײמען אױף די פֿילצאָליקע זעלטענע פֿאָטאָגראַפֿיעס.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.