מע זוכט מענטשן צו ענטפֿערן אויף פֿראַגעס פֿאַר „פֿעמילי פֿיוד“ אויף ייִדישSeeking people to answer questions for Yiddish Family Feud game
די ענטפֿערס וועלן געניצט ווערן ווען מע פֿירט דורך די שפּיל אויף דער ייִדיש־וואָך אין קאָפּייק, ניו־יאָרק.

דער קאָנפֿארענסיע פֿון „פֿעמילי פֿיוד“, ריטשאַרד דאָסאָן (רעכטס) מיט אַ גרופּע אַקטיאָרן בעת דעם שפּיל, 1978 Photo by ABC Television/Fotos International/Getty Images
דעם זומער וועט מען אויף דער ייִדיש־וואָך פֿון יוגנטרוף — אַ זיבן־טאָגיקער זומער־לאַגער פֿאַר ייִדיש־רעדער אין קאָפּייק, ניו־יאָרק — ממשיך זײַן אַ טראַדיציע: מע וועט שפּילן אַ ייִדישן נוסח פֿונעם פּאָפּולערן טעלעוויזיע־שפּיל, „פֿעמילי פֿיוד“ (משפּחה־מחלוקת, בלע״ז).
אינעם שפּיל, וואָס מע רופֿט אויף דער ייִדיש־וואָך לויט אַ מער ייִדישלעכן נאָמען, „וואָס זאָגט עמך?‟, פּרוּוון די שפּילער טרעפֿן וואָס זענען געווען די פּאָפּולערסטע ענטפֿערס אויף אַ צאָל פֿראַגעס וואָס מע האָט געשטעלט די פֿאָרווערטס־לייענער און אַנדערע ייִדיש־קענער.
ווי אין פֿריִערדיקע יאָרן פֿאַרבעט מען די פֿאָרווערטס־לייענער אויסצושטעלן די אַנקעטע, אַפֿילו אויב זיי פֿאָרן נישט אויף דער ייִדיש־וואָך, דורכן ענטפֿערן אויף 20 פּשוטע פֿראַגעס. די אַנקעטע דאַרף נישט דויערן מער ווי 10 מינוט. מע קען ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס מיט ייִדישע אותיות אָדער מיט לאַטײַנישע.
צווישן די פֿראַגעס וועט איר געפֿינען „וואָס האָבן קעצעלעך ליב צו עסן?‟ און „וואָס פֿאַר אַן אָרט איז זייער טומלדיק?‟ אַלע ענטפֿערס וועלן געזאַמלט ווערן און דערפֿון וועט מען צונויפֿשטעלן אַ סטאַטיסטיק, כּדי די שפּילערס אויף דער ייִדיש־וואָך זאָלן קענען טרעפֿן וואָס זענען געווען די פּאָפּולערסטע ענטפֿערס.
אויב איר ווילט זיך באַטייליקן אין דער אַנקעטע, גיט אַ קוועטש דאָ.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
That’s why I’m paying it Forward, by matching $36,000 of reader gifts. It’s an investment in the Forward’s newsroom, to continue telling the American Jewish story with truth and independence.
— Joel Brown, Forward board chair
