פּאָדקאַסט: אַ לעבעדיקער שמועס אויף ייִדיש מיט דער אַקטריסע ליאַ קעניג Podcast: A lively conversation in Yiddish with actress Lea Koenig
אינעם שמועס באַטייליקן זיך יניבֿ גאָלדבערג, מיכל יאַשינסקי און חיים וואָלף.

ליאַ קעניג אין הילל מיטלפּונקטס פּיעסע „אַ שפּאַציר־באַגלייטער איבער וואַרשע“, הבימה־טעאַטער, תּל־אָבֿיבֿ, 2013 Courtesy of Lea Koenig
ס׳איז לעצטנס אַרויס אַ פּאָדקאַסט מיט דער באַליבטער אַקטריסע אין ישׂראל, ליאַ קעניג, וועלכע איז הײַנט צום בעסטן באַקאַנט ווי די ייִדיש־רעדנדיקע באָבע פֿונעם פּערסאָנאַזש שלום שטיסל אין דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע־סעריע „שטיסל“.
אינעם שמועס באַטייליקן זיך אויך יניבֿ גאָלדבערג — דער מחבר פֿון אַ נײַער ביאָגראַפֿיע וועגן איר אויף ענגליש; דער איבערזעצער און דראַמאַטורג מיכל יאַשינסקי, און דער ייִדישער זינגער און קולטור־טוער חיים וואָלף. דעם פּאָדקאַסט האָט טראַנסמיטירט די באָסטאָנער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דאָס ייִדישע קול“.
ליאַ קעניג גיט איבער אירע זכרונות במשך פֿון איר לאַנגער קאַריערע אין ייִדישן טעאַטער, ווי אויך אינעם העברעיִשן טעאַטער, טעלעוויזיע און קינאָ. כּדי צו הערן דעם פּאָדקאַסט, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
