„ייִדיש גלאָרי‟ הילכט אָפּ אין כינע און קאָרעעYiddish Glory resounds in China and Korea
אַ טייל פֿון די כינעזישע ליבהאָבער פֿון ייִדיש זאָגן, אַז מאַאָ צע טונג האָט ליב געהאַט שלום־עליכמען.

אַנאַ שטערנשיס (לינקס) און פּסוי קאָראָלענקאָ בײַם חורבן־מוזיי אין פּאַדזשו, דרום־קאָרעע Courtesy of Anna Shternshis
די שאַפֿער פֿונעם מוזיקאַלישן פּראָיעקט „ייִדיש גלאָרי‟ — דער מוזיקער פּסוי קאָראָלענקאָ און די ייִדיש־פֿאָרשערין אַנאַ שטערנשיס — האָבן לעצטנס זיך אומגעקערט פֿון זייערע ערשטע אַזיאַטישע גאַסטראָלן איבער כינע און דרום־קאָרעע.
צום ערשטן מאָל האָט אַ ברייטער עולם אין אָט די לענדער דערהערט אַ גאַנצע ריי חורבן־לידער אויף ייִדיש, אַרײַנגערעכנט גאָר זעלטענע, וועלכע זענען אין קיין אַלבאָם נאָך נישט אַרײַן: למשל, די קופּלעטן „אַדאָלף היטלער – ברוינער המן‟. אין אַן אַנדער ליד ברענגט מען אַ קאַטיושע היטלערן פֿאַר אַ כּלה.
אַנאַ שטערנשיס האָט בעת אַ שמועס מיט מיר דערקלערט, אַז דער פּראָיעקט „ייִדיש גלאָרי‟ נעמט אַרום גאָר אַ סך לידער, בערך 260–300 פֿון משה בערעגאָווסקיס ריזיקן אַרכיוו, געזאַמלט בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה אָדער באַלד נאָך איר סוף. בלויז אַ קליינעם טייל פֿון די דאָזיקע אוצרות האָט מען שוין וווּנדערלעך אויסגעשפּילט אין זייער ערשטן אַלבאָם „די פֿאַרלוירענע לידער פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה‟, וועלכער איז אַרויס אין 2018 און נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַ „גראַמי־פּרעמיע‟ (די אָנגעזעענע פּריזן פֿאַר מוזיק), און אינעם צווייטן אַלבאָם, „די פֿאַרשוויגענע לידער‟, וואָס איז אַרויס אין מאַרץ 2026.
בסך־הכּל, זענען זיי בשותּפֿות אויפֿגעטראָטן מיט זעקס לעקציע־קאָנצערטן: פֿאַר יעדן ליד, וואָס קאָראָלענקאָ האָט אויסגעזונגען, זיך באַגלייטנדיק אויף דער פּיאַנע, האָט שטערנשיס דאָס ליד דערקלערט אויף ענגליש. דער עולם האָט אויך געקענט לייענען די איבערזעצונגען פֿון די לידער אויף אַן עקראַן. אַחוץ דעם, האָט די פּראָפֿעסאָרין אויפֿגעטראָטן מיט צוויי אייגענע רעפֿעראַטן.
איין לעקציע־קאָנצערט איז פֿאָרגעקומען אינעם קאָרעיִש־ישׂראלדיקן ביבלישן אינסטיטוט – אַ קריסטלעכע געזעלשאַפֿט, וואָס געפֿינט זיך אין דער שטאָט פּאַדזשו לעבן סעול. דער פֿאַרזאַמלטער עולם, ווי שטערנשיס האָט איבערגעגעבן, איז כּמעט דורכאויס באַשטאַנען פֿון פּאַסטאָרן. די קאָרעער האָט באַזונדערט גערירט די טעמע פֿון צעריסענע משפּחות, ווײַל בײַ אַ סך פֿון זיי זענען קרובֿים געבליבן אָפּגעריסן אין אַן אַנדער לאַנד – צפֿון־קאָרעע.
אינעם שאַנכײַער אינטערנאַציאָנאַלן אוניווערסיטעט זענען שטערנשיס און קאָרעלענקאָ אויפֿגעטראָטן מיט צוויי לעקציע־קאָנצערטן: וועגן די ייִדישע לידער פֿון געטאָ און וועגן הומאָר – אויפֿן סמך פֿונעם זעלבן אַרכיוו „ייִדיש גלאָרי‟. אַזאַ טעמע איז באַזונדערס שווער צו דערקלערן אַן עולם, וואָס פֿאַרשטייט נישט קיין ייִדיש און ווייסט נישט, אַז אַפֿילו אין די ערגסטע צײַטן פֿון רציחה און טויט, האָבן ייִדן ווײַטער געפֿונען כּוח זיך צו וויצלען אָדער נאָך מער – געשעפּט כּוחות און האָפֿענונגען פֿונעם הומאָר.
נאָך איין לעקציע־קאָנצערט איז פֿאָרגעקומען אינעם שאַנכײַער מוזיי פֿון ייִדישע פּליטים, געווימדעט די לעבנס פֿון בערך 23 טויזנט ייִדן, וועלכע האָבן זיך געראַטעוועט פֿון די נאַציס אין שאַנכײַ.
אינעם כינעזישן אוניווערסיטעט פֿון האָנג־קאָנג איז פֿאָרגעקומען נאָך אַ קאָנצערט און דערנאָך האָט אַנאַ שטערנשיס אַליין דורכגעפֿירט אַ סעמינאַר וועגן מוזיק און גוואַלד, ווי אויך אַ לעקציע אינעם האָנג־קאָנגער ייִדישן קהילה־צענטער. אַחרון אַחרון חבֿיבֿ, זענען שטערנשיס און קאָראָלענקאָ אויפֿגעטראָטן אין ביידזשין; דאָס איז געווען אַ בשותּפֿותדיקע אונטערנעמונג פֿון דער שטאָטישער ייִדישער קהילה און סטודענטן פֿונעם פּעקינער אוניערסיטעט.
שטערנשיס האָט באַמערקט, אַז די כינעזער האָט באַזונדערס פֿאַרחידושט דער פֿאַקט, וואָס משה בערעגאָווסקי איז פֿאַרמישפּט געוואָרן אויף 10 יאָר סטאַלינס לאַגערן בלויז פֿאַרן זאַמלען פֿאָלקסלידער. פֿאַרשטייט זיך, זענען געווען אַ סך פֿראַגעס וועגן דער ייִדישע מוזיקאַלישער טראַדיציע און אירע וואָרצלען. „צי זענט איר אַליין ייִדן?‟ האָט מען זיי כּסדר געפֿרעגט.
דאָס איז נישט קיין איבעריקע קשיא. הײַנט טרעפֿן זיך אין כינע מענטשן, וועלכע שטודירן ייִדיש, נישט האָבנדיק קיין ייִדישע וואָרצלען. אין 2015 האָט דער פֿאָרווערטס דערציילט וועגן דער יונגער כינעזישער סטודענטקע יאַנג מענג, וועלכע האָט צום ערשטן מאָל איבערגעזעצט אַ קלאַסיש כינעזיש ליד אויף ייִדיש. שפּעטער, מיט עטלעכע יאָר צוריק, האָט זי געפֿירט ייִדיש־לימודים אינעם פּעקינער אוניווערסיטעט, און איצט פֿירט זי אָן מיטן קורס „די ייִדישע ציוויליזאַציע‟. פּונקט זי, צוזאַמען מיט דער אָרטיקער ייִדישער קהילה־פֿירערין ראָבערטאַ ליפּסאָן, האָט אָרגאַניזירט דעם אויפֿטריט פֿון קאָראָלענקאָ און שטערנשיס אין ביידזשין.
קאָראָלענקאָ האָט מיר דערציילט וועגן זײַן נסיעה אויף ייִדיש. ער האָט איבערגעגעבן, אַז דער אינסטיטוט אין פּאַדזשו איז פֿאַקטיש אַ מין פּראָטעסטאַנטישער קלויסטער, וועלכער האָט אויסגעבויט דעם ערשטן און איינציקן חורבן־מוזיי אין קאָרעע. נאָכן קאָנצערט האָט מען זיי געבראַכט אינעם מוזיי פֿון דער קאָרעיִשער מלחמה, וווּ מע האָט זיי געוויזן פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון אַמעריקאַנער ייִדישע סאָלדאַטן.
אין שאַנכײַ האָט זייערע צוויי אונטערנעמונגען אָרגאַניזירט די פּראָפֿעסאָרין אַנרואָ באַאָ, אַ לערערין פֿון ייִדיש־ליטעראַטור. זי פֿירט אַ קורס וועגן מענדעלע, פּרץ, באַשעוויס און בערגעלסאָן. אויף אַלע קאָנצערטן, האָט קאָראָלענקאָ באַמערקט, זענען אַ סך צוהערער געווען כינעזישע סטודענטן, וואָס לערנען זיך ייִדיש. אַ טייל פֿון די כינעזישע ליבהאָבער פֿון ייִדיש האָבן אים געזאָגט אַז מאַאָ האָט שטאַרק ליב געהאַט שלום־עליכמען. ס׳איז טאַקע אמת, אַז אין מאַאָס צײַטן זענען אַ צאָל ווערק זײַנע פּובליקירט געוואָרן אויף כינעזיש — מסתּמא ווײַל שלום־עליכם האָט מיט וואַרעמקייט געשילדערט פּשוטע אָרעמע לײַט.
נאָך אַ טשיקאַוועס: דער קאָנצערט אין ביידזשין האָט זיך געשלאָסן מיטן קאָלעקטיוון זינגען „לאָמיר אַלע אין איינעם‟. דערנאָך האָט איינער אַ קהילה־מיטגליד אָנגעהויבן זינגען דניאל קאַנס ווערסיע פֿונעם ליד „אוי, איר נאַרישע ציוניסטן‟, וואָס שטאַמט אויך פֿון בערעגאָווסקיס אַרכיוו. „נו, האָב איך אַוודאי מיטגעזונגען‟, האָט פּסוי קאָראָלענקאָ געזאָגט.
ער האָט צוגעגעבן, אַז זייערע גאַסטראָלן האָבן אַרויסגערופֿן אַ גרויסן אינטערעס בײַ דער כינעזישער מעדיאַ. אי יאַנג מענגס סטודענטן נאָכן ביידזשינער קאָנצערט, אי די צײַטונג „מינג פּאַאָ‟ האָבן אים געפֿרעגט: וואָס האָט אים מאָטיווירט זיך אויסצולערנען ייִדיש? האָט קאָראָלענקאָ געענטפֿערט, אַז אַ סך סאָוועטישע קינדער־לידער, מיט וועלכע ער איז אויפֿגעוואַקסן ווי אַ קינד, זענען טיף פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער פֿאָלקסמוזיק. ווען אין בערעגאָווסקיס אַרכיוו זענען נישט געווען קיין נאָטן, האָט די סאָוועטישע פּאָפּולערע קולטור באַגײַסטערט אים צו שאַפֿן נײַע ייִדישלעכע מעלאָדיעס.
דאָס איז טאַקע גאָר אַ ברייטע טעמע פֿאַר פֿאָרשונגען און חידושים; למשל, דער באַקאַנטער ייִדישער קאָמפּאָזיטאָר משה ווײַנבערג האָט געשאַפֿן די מוזיק פֿאַר צענדליקער סאָוועטישע קינדער־פֿילמען און אַנימאַציעס. בײַ אַ ריי אַנדערע סאָוועטישע קינדער־קאָמפּאָזיטאָרן איז דאָס מאַמע־לשון אויך געווען ייִדיש.
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
, editor-in-chief