פֿיר צײַטן פֿון יאָר מיט פֿינף סאָנעטן פֿון אַ גאַנץ יאָרFour seasons in five sonnets
דער זומער איז אַן עקשן, ער וויל ניט, וויל ניט קומען, הגם אויף בייטן וואַקסן צעקווייטיקט שוין די בלומען.

„די פֿיר סעזאָנען, מאָלערײַ פֿון יהודה כאַקי Image by Yehouda Chaki / Wikimedia Commons
אָסיען
דאָס צאַרטע ביימל צערטלדיק
צעוויגט זיך אויפֿן ווינט
שוין לאַנג אין אירע בלעטעלעך
קיין זומערפֿרייד מער ניט גרינט
די בלעטלעך טאַנצן גאָלדענע
צום טאַקט פֿון לופֿט וואָס רינט
פֿון קאַנטן פֿון פֿאַרוואָלקנטע
מיט קילקייטס שטאַרן דין
די בלעטעלעך, די בלעטעלעך
זיי מאָנען גאָרניט כּלל
בלויז פֿאַרן סוף קאָקעטעלעך
זיי טענצלען מיט אַ שטראַל
אַזוי עס קלאַפּט אַ הערצעלע
וואָס ווערט פֿון אַלטקייט יונג
אַזוי דאָס לידל ס׳לעצטיקע
קלאָר לייגט זיך אויף דער צונג
און מיטן ווינטל פֿרישינקן
צעזינגט זיך פֿראַנק־און־פֿרײַ
בלײַב, וועלטל מײַנס, פאַֿרכּישופֿטע,
געזונט, אַדיאָ, גוד־בײַ
2021
•
ווינטער
ביים גיין פֿאַרביי דעם אַלטן וואַלד
דערשפּירסטו: אים איז ביטער קאַלט:
די צווײַגן ציטערן פֿאַר קעלט,
די שטאַמען בייגן זיך פֿאַרקוועלט.
און אַלע חיות פּלוצים אָפּ,
און פֿייגל אַלע ווי אָן קאָפּ.
מערניט א שפּערל שפּרינגט זיך דרייסט…
ווי קומט ער גאָר פֿון שטאָט? ווער ווייסט…
גיסטו דעם שפּערל גלײַך אַ וווּנק:
„דער וואַלד איז אַלט און דו ביסט יונג!“
נאָר ער גאָר מאַכט זיך קעלאָיאָד,
אויף דרערד אַלץ שפּרינגט ער, נישטערט דאָרט…
דו קלערסט בײַם גיין פֿאַרביי דעם וואַלד:
זאָל עקן זיך דער ווינטער באַלד!
2018
•
צישן סוף און אָנהייב
דו ווייסט, דער ווינטער וועט פֿאַרגיין
באַלד
און אַלץ באַנײַט זיך: פֿעלד. בוים, שטיין,
וואַלד
און ס׳נעמט אַלץ שפּיגלען זיך אין דיר —
בלום
און בין, און פֿייגל אָן אַ שיעור, —
קום,
שטיי אויף פֿון ווינטער דרעמל און
שײַן!
אַוועק עס וועט פֿון אונטער זון
פּײַן,
דײַן שמייכל ווידער — פֿרײַ און יונג
שפּרייט
די פליגל איבער קינד־און־קייט
ברייט,
דײַן גאָב איז גרויס, און מײַן געזאַנג —
קלאַנג
טויכט אויף, אין יעדן אות געפֿאַנגט —
דאַנק
2019
•
פֿרילינג
די צאַרטע גרינקייט
פֿון ערשטע בלעטלעך
קומט שטענדיק
ניט צו פֿרי,
ניט שפּעטלעך.
ס׳קומט תּמיד ממש
צו דער צײַט
און גרינג,
פֿון בייזע פֿרעסט
באַפרײַט
ס׳הייבט אָן
די גרויסע פֿרייד
צו שוועבן
ווײַל ס׳ווערט באַנײַט
דאָס גרינע לעבן
פֿאַרקוואַרטע ביימער
ווערן לײַט
2024
•
דער זומער איז אַן עקשן
דער זומער איז אַן עקשן, ער וויל ניט, וויל ניט קומען
הגם אויף בייטן וואַקסן צעקווייטיקט שוין די בלומען
הגם די ביימער אויכעט זיך שאָקלען שטאַרק צעגרינטע
דער זומער איז זיי חושד, וויל זיך פֿון דאַן אַהין טאָן
וואוהין אַהין? — טוסט פֿרעגן און ס׳ענטפֿערן די ווינטן:
צו סאַמע קוואַל פֿון רעגן, צום וויכערס אורקוואַל בלינדן…
דער זומער זיך פֿאַרטײַעט, ער וויל זיך ניט צעבליִען
פֿאַרציטערט מענטש און חיה באַלד גרייט פֿאַר אים זיך מיִען
נאָר ער טוט אַלץ זיך הײַען, מיט שטראַלן טוט ניט בריִען
דער פֿרילינג שוין פֿאַרבײַ איז און נאַט אײַך — אָסיען פֿריִער!
פֿאַרחושכט גרינע וועלדער מיט פּוסטע שטעט און שטעטלעך —
בײַ גרויע שטיינער עלנטע, נעפּלדיק פּאַנדעמלעך…
נאָר ער, ער מוז דאָך קומען, אָנקומען סוף־כּל־סוף און
צעקושן זיך מיט בלומען, אויסהיילן גרויל מיט האָפֿונג
ווײַל ניט אומזיסט די ביימער צעגרינטע זיך צעוויגן —
אָט־אָט מיט טויזנט חנען צעוויקלט זיך זײַן ניגון!..
דערווײַל זשע בלאָזן ווינטן, צעיושעט זיך דער רעגן
בעת דער פּאַנדעמער ווינטער וויל מערן זײַן פֿאַרמעגן
2020
•
פֿיר צײַטן פֿון אַ גאַנץ יאָר
ס׳טוט דער פֿרילינג אַלץ זיך בעטן
ביז אין ווינטער נעכט אין שפּעטע
„פֿעלט־וועלט־וואַלד, רק ניט פֿאַרגעסט מיך —
ס׳איז ניט סתּם וואָס כ׳הייס אויך — וועסנע!..“
און דער לאַנגער, כמורנער אָסיען —
רײַסט אַראָפּ אַלץ, דרעשעט, קאָסיעט…
מ׳רופֿט אים ניט אומזיסט אויך האַרבסט, —
ר׳סטראַשעט דעם ווינטער: ״אויך דו, שטאַרבסט!״
און דער שטרענגער, שאַרפֿער ווינטער
ווייסט שוין ניט וואו ר׳זאָל אַהינטער
צי פֿון וואַנעט ר׳זאָל אַרויסעט,
ווײַל ער האָט מער ניט קיין עתיד.
שיקט ער ליבע־בריוו דעם זומער,
נאָר פֿון היץ ווערט יענער — שטומער —
ביז די פֿייגל בויען נעסטן
לשם וועסנע, לשם וועסנע…
2017
•
פֿינעף סאָנעטן
1. און אפֿשר האׇט ער רעכט
און אפֿשר איז גערעכט דער מעכטיקער פּאָעט:
דער עכטיקער איז ער, די איבעריקע זאַנען
אַן ערבֿ־רבֿ פֿון שטיקלעך גראַפֿאָמאַנען
בעת ער באַשאַפֿט פֿון טאָיוּ־וואָיוּ אַ סאָנעט?
און אפשר האָט ער רעכט, דער מײַסטער פוֿן קופּלעט,
וואָס דויערט, ברויזט און קלינגט איבער אַ טויזנט ימען,
בלויז ער, רק ער אַליין לסוף געווינען וועט
די קרוין די איינציקע פֿון ליד דעם סאַמע־סאַמע?
נו יאָ, ווער ווייסט, ווער קאָן דאָס משפּטן אַצינד,
צווישן אַפּנים, מעגלעך, אפֿשר און מסתמא,
צי וועט דען איבערבלײַבן מיטן גײַסט פֿון ווינט
דער וועלטבאַשאַף פֿון ניסימדיקע גראַמען?
טאָ וואָס זשע דען? — מערניט, אַ שטילער עפּיטאַף:
אין ליד זײַנס חנדלט זיך אויך פּראָסטער ערבֿ־רבֿ
2017
•
2. „לידער, לידער, לידערליי“
אַ לידער־קלעטער, צי אַ לידער־פֿלי
צו־מאָל אין שפּעטסטער שפּעט
ווען ס׳ווערט שוין גראָד גאַנצפֿרי
צו־מאָל אינמיטן גאַנג פֿון גיכן טאָג
וואָס זשאַלעוועט אַ גלעט
קיין צײַט ער ניט פֿאַרמאָגט
אַ ליד אַ וווּנדער, צי אַ ליד אַ וווּנד
אַ פלֿאַם אַ קוועלכל וועקט
אַ הימל גרייכט צום גרונד
אַ לידער־אָטעם, צי אַ לידער־גרוס
אין יעדן וואָרט עס שטעקט
די מעגלעכקייט פֿון מוז
אַ ליד־געזאַנג, צי גאָר אַ ליד־געשריי
פֿון טיפֿער פֿרייד, פון וויי
2018
•
3. אַ ליבע־גרוס
דער ווינטער ווי קאַלט ר׳זאָל ניט ווערן
די וויוגע די בייזע, דער פֿראָסט —
זיי וועלן ניט קענען צעשטערן
די ליכט וואָס צו מיר דו דערטראָגסט
די שטערן, קאָן דאַכטן, געהערן
ניט מיר און ניט דיר, און פֿאַרדראָס
וויל אונדזער ממשות פֿאַרשטערן
און פֿאָרט ס׳איז פֿאַר דיר — יעדער אות
וואָס כ׳טו פֿון מײַן האַרצן אויסשרײַבן
מיט זוניקן שטראַל אויפּֿן שניי
און כ׳ווייס אַז די אויפֿשריפֿט וועט בלײַבן
וועט אויסשטיין דעם גרעסטן זאַוויי
דער ווינטער אַלץ שאַרפֿער און שאַרפֿער
נאָר אים איבערלעבן באַדאַרף מען.
2019
•
4. ביימער
דערהערן דעם זיכּרון פֿון די ביימער
וואָס שטייען וואַך יאָרהונדערטער, צי מער
און בלײַבן דאָ מיט זיי איינער אַליינער
כּל־זמן עס קומט ניט קיינער ניט אַהער
זיך שאָקלענדיק צום טאַקט פֿון זייער תּפֿילה
דערשפּירן יעדן רינג און רונג אין זיי
מיט יעדן שאָרך און בייג פֿון צווײַגן פֿילע
מיט פֿרייד פֿון פֿרילינג און מיט אָסיען־וויי
מיט אומגעהײַער זאַפֿטיקייט פֿון גרינקייט
אום רײַפֿן זומער ווען אַלץ זשומט און בליט…
אום פֿראָסטיק קאַלטן ווינטער מיט זײַן פֿלינקײַט —
צעכראַסטעטעטע זיי שטייען אויפֿן ווינט
דערהערן דעם זיכּרון פֿון געדויער
פֿון קיוּם און פֿון ווידערקום ביסט לאָער
2022
•
5. פּאַנטאַריישיתדיקס
.
שוין צײַט דו זאָלסט וויסן דער טאָג איז פֿאַרבײַ
דער אָוונט איז יונג נאָך, די נאַכט איז נאָך פֿרײַ
די שטערן נאָך שלאָפֿן, דער ווינט איז נאָך לינד
די בערן פאַֿרשלאָפֿן דעם ווינטער געשווינד
און אַלץ וואָס קאָן טרעפֿן, וועט טרעפֿן געוויס:
דער בונד ווערן לויז און דער גזר ווערן ברית
דער אומרו פֿון אָנמאַכט וועט דויערן לאַנג
בעת דו טוסט צעוויקלען דײַן ניגון און קלאַנג
געשוועסטער, געברידער — געמיינזאַמע לײַט —
די זון גייט באַלד אונטער פֿון יעטווידער זײַט
זי בעט זיך פּאַטעטיש: פֿאַרגעסט זשע מיך ניט
די האָפֿענונג לעצטע צום אין־סוף דערפליט
נאָר אַלץ וואָס וועט ווערן, וועט גרייכן דעם צוועק
בעת גלגל החוזר זיך דרייט אָן אַן עק
2026
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
, editor-in-chief