Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

„צײַטזאָנע“ — אַ ציקל לידער פֿון דזשייק שנײַדער‘Time Zone’ — poetry by Jake Schneider

דער מחבר איז אַן אַמעריקאַנער־געבוירענער ייִדיש־אַקטיוויסט, פּאָעט און איבערזעצער אין בערלין.

צײַטזאָנע (אַטלאַס)

פֿאַר די ייִדיש־שרײַבערס פֿון יאָר 2100

אַן עסײ־פּאָעמע געשריבן אין יאַנואַר 2026

12:00

טײל פּאַסאַזשירן דרײען צוריק די זײגערלעך

בײַם אָפּפֿלי, אַנדערע בײַ דער לאַנדונג.

רובֿ פּאַסאַזשירן אָבער טראָגן מער נישט

קײן זײגערלעך און װאַרטן ביז די מאָבילקעס

פֿאַרבינדן זיך מיט דער נײַער צײַט.

די צײַט באַשטײט פֿון פֿאַרבינדונגען.

אױף די עקראַנען: מאַפּעס מיט גרענעצן.

אונטער די פֿענצטער: אַנאָנימע פּײזאַזשן.

אײן עראָפּלאַן מיט דרײַ צײַטזאָנעס:

אָפּשטאַם, צילאָרט און פֿלימאָדוס.

1:00

פֿעטער אַרטשיבאַלד דער אַװאָקאַט

גלײבט נישט אין זומער־זײגער.

אָפֿט קומט ער אָן אַ שעה פֿריִער

פֿאַר אַ זיצונג מיטן ריכטער.

זײַנע שפּעטע װעטשערע־געסט, װידער,

קריגן בלױז אַ שטיקל פּעקאַן־פּײַ.

לױט דער באָבען לײענט ער באַריכטן

הין און קריק, אױף זײַן הױדע־בענקל.

2:00

אין ברוקלין האָט די מאַמע ע״ה בדעה
צו שענקען מײַן זומער־לאַגער אַ זונזײגער,

גיט זי אַ קלונג רבֿ קונדא ז״ל,

דעם דירעקטאָר און דערצײלער.

צו קאַלקולירן אַן אַקוראַטן װײַזער־שאָטן

דאַרף מען קודם די פּינקטלעכע פּאָזיציע.

אפֿשר לעבן דער הײַזקע װוּ ער דערצײלט

יעדן שבת זײַנע אַלטע משפּחה־מעשׂיות?

דװקא דאָרט װוּ מיר קינדער פֿאַרלירן

נאָך מנחה דעם חשבֿון פֿון די שעהען?

3:45

כינע־צײַט װערט טראַנסמיטירט

פֿון צײַט־צענטער אױף באַרג לישאַן

פֿאַר אַ ראַדיאָ־עולם פֿון װיגורסטאַן

אַזש ביז כּמעט ביראָבידזשאַן.

צענטראַל־מערבֿ־אױסטראַליע־צײַט

¾8 שעה נאָך לאָנדאָן־װעלטצײַט

פֿירט זיך אין פֿינף אָפּרו־סטאַנציעס

אױפֿן שאָסײ פֿון קײַגונע קײן גרענעצדאָרף.

אַן אַטלאַנטישער קאָנטײנער־שיף

פֿאַרמאָגט מער נישט קײן שיפֿגלאָק.

דאָס באַשליסט בלױז הער קאַפּיטאַן

װען אַ נײַע צײַטזאָנע הײבט זיך אָן.

די אַװיאָנען פֿון „פּאַװע לופֿט“ טיקען

צום טאַקט פֿון די סטואַרד/קעס הערצער:

אָט פֿאַרלעשן זײ די קאַבינע־ליכט;

איצט פֿירן זײ דאָס שפּײַזװעגעלע.

4:00

אין „גאַלעריע צײַטזאָנע“ געדױערט

אַ מינוט כאָטש הונדערט סעקונדעס.

אַ באַזוכערין פֿון אױסלאַנד װערט אומזיכער:

אין װאָסער יאָרהונדערט איז זי אַרײַנגעפֿלױגן?

די װענט באַמאָלענע מיט אַלטנײַע אותיות,

אױסגעפּוצטע מיט חוצפּהדיקע אַנאַכראָניזמען.

אַ מאָל פֿאַרבעט מען געסט פֿון דער װײַטנס
אױפֿצוטרעטן װירטועל אױף דער לײַװנט,

נאָר ס׳איז שטענדיק שװער זיך צו אײניקן

אױף אַ סינכראָנישער שעה פֿאַרן זום־קלונג

װײַל טײל האַלטן די גאַלעריע פֿאַר פֿאַרבײַ,

אַנדערע דװקא פֿאַר דער צוקונפֿט.

5:00

צײַטזאָנעס, אַזױ װי לשונות, קענען זיך

טוליען, איבערשנײַדן, אײַננעסטיקן:

צען שפּראַכן אין אײן צען־דירהדיקן הױז;

צען שפּרפּאַכן אין אײן מוח. פֿון דרױסן

באַמערקט אַ פֿאַרבײַגײער די פֿענצטער,

סײַ די ליכטיק װאַכע און סײַ די פֿינצטער

פֿאַרחלומטע. װאָסערע לשונות הערן זיך

דערינען? װיפֿל איז דאָרט דער זײגער?

איבער די הײַזער פֿליט אַן אַװיאָן

מיט פֿאַרמאַכטע פֿענצטער־רולעטן,

פֿאַרלאָשענע מאַפּעס און קאַבינע־ליכט—

נאָר עטלעכע פֿון אױבן באַלײַכטענע ביכער.

6:00

אױף דער אונטערבאַן־ליניע אַכט

מאָנטיק זעקס אַ זײגער אין דער פֿרי

– צענטראַל־אײראָפּע־צײַט, פֿאַרשטײט זיך –
פֿאָרט אײנער אַ מידער

אַהײם פֿון קיטקאַט־קלוב

לעבן אַ צװײטער אַ מידער

װאָס זי פֿאָרט צו דער אַרבעט.

7:00

די צװישן־צײַטזאָנעס שטרעקן זיך אױס

פֿון דרעמל־קנעפּל ביזן צװײטן װעקער

פֿון ליפֿט־קנעפּל ביז דער אָפֿענער טיר

פֿון שלום־עליכם ביזן ערשטן קוש

פֿון זײַ־געזונט ביז דער קאַלטער גאַס

8:00

„פּאַװע לופֿט“ באָט אָן פֿאַרבינדונגען

צו אַלע צײַטזאָנעלעך פֿון ייִדישלאַנד.

כאָטש געװיסע פֿליִען הײבן זיך אָן

אין שװער צו דערגרײכן יאָרן.

אַבי עס בלײַבט אונדז עפּעס

אַ פֿאַרבינדונג צװישן די דורות.

9:00

די געשיכטע פֿון כּלל־צײַטזאָנעס
איז אַ מעכטיקע משפּחה־מעשׂה

פֿון סינכראָניזירטע אימפּעריעס

מיט כּלערלײ קונציקע זײגערס:

60 מינוט אין אַ שעה לױט די בבֿלים

12 שעה אין אַ נאַכט לױט די מצרים

24 שעה אין אַ מעת־לעת לױט די גריכן

7 טעג אין אַ װאָך לױטן רױמישן קײסער

12 חדשים מיט קײסערלעך רױמישע נעמען

דער בריטישער פֿלאָט האָט באַזיגט

דעם זונפֿאַרגאַנג און יעדן מערידיאַן

מיט זײַנע כּסדרדיקע כראָנאָמעטערס

װאָס טראָגן לאָנדאָן־צײַט װײַט און ברײט

נאָר די טראַנסקאָנטינענטאַלע אײַזנבאַן

האָט געדאַרפֿט שאַפֿן צײַט־פֿאַרבינדונגען

צװישן די שיפֿן און די רעלסן און די פּײסאַזשן.

4 זאָנעס איבער אַלע באַזיגטע געביטן.

24 זאָנעס פֿאַראײניקטע מיט טעלעגראַפֿן.

אין װאַשינגטאָן האָט מען באַשטימט

אַז דער טאָג הײבט זיך אָן אין לאָנדאָן;

אין זשענעװע האָט מען פּראָקלאַמירט

די „װעלטצײַט“ לױט אַ גענױער סעקונדע

אַן אַטאָמיש געמאָסטענע אין פּאַריז

10:00

דער טאָג

לױט סװאַטש־

אינטערנעט־צײַט

הײבט זיך אָן

האַלבע נאַכט

לױט דער כּלל־צײַט

פֿון ביל, שװײץ

און צעטײלט זיך

אױף טױזנט „טאַקטן“

װעלכע גלײַכן

זיך פּינקטלעך

צו פֿראַנצײזיש־

רעװאָלוציאָנערע

דעצימאַלע מינוטן

די רעװאָלוציאָנערע

צײַט האָט טױזנטער

צײַטזאָנעס לױט דער זון
איבער יעדן דאָרף און שטעטל

סװאַטש־צײַט

פֿונדעסטװעגן

איז סינכראָניזירט

צװישן יעדן דופֿקדיקן געלענק

11:00

אין װאָרמס

טראָגט אַ ייִנגל אַ בוך.

גוּט טַק אִים בְּטַגְֿא.

זאָל „פּיפּער־

נאָטער לופֿט“

אים טראָגן בשלום

קײן מאָליעװ

און פֿון דאָרטן בשלום

קײן בערלין.

זאָל ער זיך אַראָפּ־

לאָזן װי אַ ראָזשינקע

אױף טעמפּלהאָפֿער פֿליפֿעלד

און װײַטער לײענען דאָס בוך

אױף טראַמװײַ נײַנאונײַנציק

אַזש ביז צײַטזאָנע —

11:59

דאָס בוך גופֿא

איז אַ פֿליפֿאַרבינד

איבער לשון־צײַט,

אַ צײַטזאָנעלע

פֿון אױגן־

ציטערנישן

צװישן

אָט און

איצט.

אָט—

נאַט אײַך

די בילעטן.

מיר װינטשן אײַך

אַן אײַנגענעמע

רײַזע.

Why I became the Forward’s Editor-in-Chief

You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.

And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.

Support our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.