טשיקאַוועסן: צום ערשטן מאָל געווינט אַ כּשרער רעסטאָראַן אַ „מישעלין־שטערן“Tidbits: For the first time, a kosher restaurant has won a Michelin star
דער שעף רז שבתי איז אינספּירירט געוואָרן פֿון זײַן ירושלימער באָבעס קאָכן.

רז שבתי, דער גרינדער פֿונעם „מוטראַ“־רעסטאָראַן אין מיאַמי Photo by N.A.Photography
Tidbits is a Forverts feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both! If you read the article and don’t know a word, just click on it and the translation appears. Listen to the report here:
צום ערשטן מאָל געווינט אַ כּשרער רעסטאָראַן אַ „מישעלין־שטערן“
ייִט״אַ. — ווען מע האָט באַשאָטן דעם ישׂראלדיקן קוכער רז שבתי (ראַז שאַבטײַ) מיט קאָנפֿעטי האָט ער זיך ממש צעוויינט — און זײַנע מיטאַרבעטער האָבן אים וואַרעם אַרומגענומען.
מיט עטלעכע מינוט פֿריִער האָט מען געמאָלדן, אַז זײַן רעסטאָראַן אין מיאַמי, וואָס הייסט „מוטראַ“, איז געוואָרן דער ערשטער כּשרער רעסטאָראַן צו באַקומען אַ „מישעלין־שטערן“ — דעם גרעסטן כּבֿוד אין דער רעסטאָראַן־אינדוסטריע.
„דאָס איז אַ מאָמענט פֿון שׂימחה און פֿון שטאָלץ,“ האָט שאַבטײַ געזאָגט דער ייִדישער טעלעגראַפֿישער אַגענטור. „דעם שטערן באַקומט נישט בלויז ׳מוטראַ׳, נאָר דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק.“
שבתי, וואָס האָט שוין געאַרבעט אין אַ צאָל קיכן איבער ניו־יאָרק און ישׂראל, האָט געעפֿנט „מוטראַ“ אין פֿעברואַר 2025, געבנדיק דעם רעסטאָראַן אַ נאָמען נאָך זײַן ירושלים־געבוירענער באָבען, וועמעס קאָכן האָט אינספּירירט זײַן מעניו.
„איך האָב ליב צו באַצייכענען דאָס עסן אין דעם רעסטאָראַן ווי ׳ירושלימער מאכלים׳ אַנטקעגן ׳מיטל־מיזרחדיקע אָדער ישׂראלדיקע מאכלים׳ ווײַל די טעמען וואָס איך פּרוּוו ברענגען צום טיש זענען די טעמען וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט מײַנע זכרונות און מיט מײַנע עקסקורסיעס אין מאַרק מיט דער באָבען,” האָט שבתי געזאָגט. „איך דאַרף זײַן געטרײַ די פּאָטראַוועס וואָס די באָבע האָט מיך געהאָדעוועט.“
אַ באַשרײַבונג פֿונעם רעסטאָראַן אויף דער „מישעלין“־וועבזײַט לויבט זײַנע „פּרעכטיקע בוריקעס אין ‘אַהאָ בלאַנקאָ’ (אַ קאַלטע זופּ געמאַכט פֿון מאַנדלען, קנאָבל און עסיק)“ און „שאָפֿנפֿלייש־קאָבאַב מיט גערייכערטן פּאַטלעזשאַן־קרעם און פּאָמידאָרן־בוימל“.
אַ דאַנק דער אָנערקענונג איז „מוטראַ“ געוואָרן איינער פֿון די אָנגעזעענסטע רעסטאָראַנען און באַטרעפֿט אַן אמתן ווענדפּונקט פֿאַר דער כּשרער קיך. פֿאַר שבתי, וואָס האָט אָנגעהויבן היטן כּשרות מיט מער ווי 10 יאָר צוריק, איז די פּרעמיע אַ קלאָרער באַווײַז, אַז קולינאַרע אויסגעצייכנטקייט קען בליִען אין די ראַמען פֿון דער כּשרער קיך.
„איך האָף אַז די דערגרייכונג וועט אינספּירירן אַנדערע כּשרע קוכערס,“ האָט ער געזאָגט.
צו זען דעם אַרטיקל אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.
To see the article in English, click here.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
