אַ שוועבנדיקע הילצערנע שיל בײַם ווענעציער ביענאַליי פֿון 2026 A floating wooden synagogue at the 2026 Venice Biennale
אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿיזישע פּאַוויליאָנען געשאַפֿן פֿון אָפֿיציעלע לענדער איז דער ייִדישלאַנד־פּאַוויליאָן געבויט אויף אידעעס

אַנאַ קאַמײַשאַן, „נבטעלע“. דיגיטאַלישע סקיצע מיט עלעמענטן געשאַפֿן פֿון „איי־אײַ“. דער דאָזיקער פֿירלײג פֿאַרן 61סטן ביענאַלײ איז צו ערשט פּרעזענטירט געװאָרן װי אַ טײל פֿון אַ װידעאָ געשאַפֿן דורך „איי־אײַ“ בײַ דער אױסשטעלונג „אַרכיטעקטור פֿון דאָיִקײט“ בײַם ייִדישלאַנד־פּאַװיליאָן אין דער אַלטער געטאָ, װענעציע, 2025 Photo by Anna Kamyshan
דאָס איז איינער פֿון אַ סעריע קורצע אַרטיקלען אָנגעשריבן אױף אַ רעלאַטיװ גרינגן ייִדיש און געצילעװעט אױף סטודענטן. די מחברטע איז אַלײן אַ ייִדיש־סטודענטקע. דאָ קען מען לײענען די פֿריִערדיקע אַרטיקלען אין דער סעריע.
הײַיאָר צום דריטן מאָל לאָזט זיך ייִדיש באַמערקן בײַ דער באַרימטער אױסשטעלונג אין ווענעציע, איטאַליע — „װענעציער ביענאַלײ“, װאָס האָט זיך אָנגעהויבן דעם 9סטן מײַ און װעט זיך ענדיקן דעם 22סטן נאָװעמבער. ייִדיש שפּילט נישט קײן אָפֿיציעלע ראָלע אין דער אױסשטעלונג, און דאָס איז טאַקע דער עיקר. די אױסשטעלונג ווערט אָרגאַניזירט לויט לענדער, און אַװדאי איז ייִדיש קײן מאָל נישט געװען די הויפּטשפּראַך פֿון קײן לאַנד.
ייִדיש מאַכט אַ רושם בײַם ביענאַלײ אַ דאַנק דעם „ייִדישלאַנד פּאַװיליאָן“, װאָס איז אױסגעטראַכט געװאָרן אין 2022 פֿון דער קוראַטאָרשע מאַריע װײַץ און דעם קינסטלער יעװגעני פֿיקס. דער „פּאַװיליאָן“ איז אַ סעריע אױסשטעלונגען און אױפֿטריטן װאָס קומען פֿאָר אין עטלעכע ערטער איבער װענעציע, אַרום די ראַנדן פֿון דעם אָפֿיציעלן ביענאַלײ.
דאָס װאָרט „פּאַװיליאָן“ אין „ייִדישלאַנד פּאַװיליאָן“ איז אַן איראָנישער קאָמענטאַר אױף די פֿיזישע פּאַװיליאָנען װאָס דער ביענאַלײ גיט צו 100 לענדער אין 2026, כּדי אױסצושטעלן אַ גאַמע קונסטװערק. אין קאָנטראַסט איז דער ייִדישלאַנד פּאַװיליאָן „געבױט“ אין גאַנצן פֿון אידעעס.
אין זומער 2025 האָב איך אינטערװיויִרט װײַץ און פֿיקס װעגן דעם ייִדישלאַנד פּאַװיליאָן, װאָס איז דעמאָלט בײַגעװען בײַם ביענאַלײ. אין אונדזער אינטערװיו האָבן װײַץ און פֿיקס דערקלערט די צילן פֿונעם פּאַװיליאָן: בקיצור װילן זײ זײַן אין סתּירה מיטן ביענאַלײס טראָפּ אױף לענדער און נאַציאָנאַליזם, װאָס שליסט אױס די ייִדישע קולטור און אַנדערע מינאָריטעט־קולטורן װאָס זענען באַזירט אױף שפּראַכן.
װײַץ און פֿיקס, און די קינסטלער װאָס אַרבעטן מיט זײ, זאָגן אױך אָפּ די באַגריפֿן װאָס באַגלײטן אַ פֿאָקוס אױף לענדער. אַנשטאָט גרענעצן, פֿאַראינטערעסירן זײ זיך מיטן קולטורעלן קאָנטאַקט און צונױפֿשמעלץ. דערמיט שפּיגלען זײ אָפּ די דערפֿאַרונגען פֿון דורות ייִדיש־רעדערס, װאָס האָבן אָפֿט געװױנט װי דרױסנדיקע אין דער גלאָבאַלער סיסטעם פֿון לענדער. די קולטור װאָס די דאָזיקע ייִדיש־רעדערס האָבן געשאַפֿן, ספּעציעל אינעם ערשטן העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, איז געװען טיף פֿאַרװאָרצלט אין ייִדישע טראַדיציעס — אָבער אױך היבריד און צופּאַסיק. זי האָט בכּיוון אַרײַנגעמישט השפּעות פֿון פֿאַרשײדענע שפּראַכן, אידענטיטעטן און קולטורעלע באַװעגונגען.
אָט דער דאָזיקער גײַסט פֿון אָפֿנקײט און צופּאַסיקײט — פֿון די מעגלעכקײטן פֿון פֿליסיקע גרענעצן — האָט אינספּירירט די ייִדישלאַנד־פּאַװיליאָנען פֿון 2022 און 2025, און נאָך אַ מאָל אין 2026.
פֿון איצט ביזן 16טן סעפּטעמבער װעט דער ייִדישלאַנד־פּאַװיליאָן אױסשטעלן „די װערטער װאָס פּאַסן זיך צו מײַן מױל“. ער געפֿינט זיך אין דרײַ ערטער אַרום װענעציע, אַרײַננעמדיק אין דער אַלטער ייִדישער געטאָ. זי באַשטײט פֿון פֿיר טײלן, װאָס פֿאַרנעמען זיך אַלע מיט דער „איבערזעצונג“, סײַ צװישן שפּראַכן סײַ צװישן קולטורן און קאָנטעקסטן:
- „איך בין נישט מסכּים“, פֿון אַרנדט בעק. דער פּראָיעקט פֿאָרשט אױס, דורך צײכענונגען און קאָלאַזש־פּאָסטקאַרטלעך, דאָס לעבן פֿון דער ייִדיש־רעדנדיקער אַנאַרכיסטקע מילי װיטקאָפּ (1877־1955), װאָס איז געבױרן געװאָרן אין אוקראַיִנע און האָט געאַרבעט מערסטנס אין לאָנדאָן. בעק באַזינגט אױף ייִדיש און אַנדערע שפּראַכן װיטקאָפּס איבערגעגעבנקײט צו אַרבעטער־ און מענטשנרעכט.

- „לידער פֿאַר טײַכן“, פֿון ליליאַנאַ פֿאַרבער. דאָס קונסטװערק איז באַזירט אױף ייִדישע לידער װעגן טײַכן, װאָס שטאַמען פֿון יזכּור־ביכער — די בענד געשאַפֿן נאָכן חורבן צו פֿאַראײביקן דעם אָנדענק פֿון די פֿאַרטיליקטע ייִדישע שטעט און שטעטלעך. אין אַ סעריע גראַפֿישע װערק האָט פֿאַרבער אַראַנזשירט די װערטער פֿון יעדן ליד כּדי נאָכצופֿאָלגן די קאָנטורן פֿונעם טײַך, װאָס דאָס ליד באַשרײַבט.

- „ליולינקע, מײַן פֿײגעלע“, פֿון מאַשאַ שפּרײַזער. דער פּראָיעקט באַשטײט פֿון פֿאַרשײדענע אַלטע שטוב־טעקסטילן אַזױ װי ציכלעך און טיכלעך, מיט װערטער פֿון ייִדישע לידער געמאָלט אױף זײ. די טעקסטילן האָט מען פֿריִער געצירעװעט. מסתּמא האָבן דאָס פֿרױען געטאָן. דער טיטל פֿונעם װערק פֿאַררופֿט זיך אױף אַ ייִדיש װיגליד. בײַנאַנד מיט די טעקסטילן געפֿינען זיך בײַשפּילן פֿון װענעציער שפּיצן (דאָס שאַפֿן פּרעכטיקע שפּיצן איז אַ שטאָט־טראַדיציע). צוזאַמען דערמאָנען די אָביעקטן אין װײַבערשער אַרבעט, און אין װײַבערשע לעבנס און מעשׂיות.

- „אַלטמאָדיש“, פֿון לײלאַ אַבדעלראַזאַק. די דאָזיקע װידעאָ־קונסט פֿאַרנעמט זיך מיט דער צוקונפֿט פֿון אַראַביש אין פּאַלעסטינע און ישׂראל. יעװגעני פֿיקס האָט דערקלערט׃ „פֿילשפּראַכיקײט איז געװען כאַראַקטעריסטיש פֿאַרן ייִדישן לעבן אין מיזרח־אײראָפּע, װוּ אַ סך געבױרענע ייִדיש־רעדערס האָבן פֿליסיק גערעדט אַנדערע שפּראַכן. אַבדעלראַזאַק װױנט אױך צװישן שפּראַכן — אַראַביש, העברעיִש און ענגליש — װאָס זענען אַלע אַ טײל פֿון איר פֿילזײַטיקער אידענטיטעט. איר קונסט פֿאָרשט די פּאָליטיק פֿון שפּראַך אין אַ פֿאַרשײדנאַרטיקער קולטור.“

דעם 16טן יולי װעט זיך עפֿענען „נבטעלע“ פֿון אַנאַ קאַמײַשאַן. בײַ דער דאָזיקער דרױסנדיקער אינסטאַלירונג (װאָס װערט פּרעזענטירט צוזאַמען מיטן ייִדישן מוזײ אין מאָנטרעאָל) װעט מען אױפֿהײבן אין דער לופֿט אַ גרױסן מאָדעל פֿון אַ הילצערנער שיל פֿון מיזרח־אײראָפּע. דער מאָדעל איז פֿול מיט העליום, און נאָר אַ דאַנק שטריק שװעבט ער נישט אַװעק. די שיל אינעם מאָדעל זיצט אױף אַ באַזע פֿון ריזיקע פֿעלדזן. אין דער שיל שײַנט אַ ליכט װאָס גײט קײן מאָל נישט אױס.
דער טיטל „נבטעלע“ שטאַמט פֿון אַ סלאַװיש װאָרט װאָס דערמאָנט אין סכּנה אָדער באַאומרויִקן זיך. ער פֿאַררופֿט זיך אױך אױף תּנכיש העברעיִש, װוּ „נבט“ מײנט „נאָענט אָנקוקן“. אַ „נבטעלע“, מיטן ייִדישן דימינוטיװ „-עלע“, איז עפּעס װײכער װי בײדע װערטער — אָבער אױך צװײטײַטשיק.
אין „נבטעלע“ זעט מען אַ סך סתּירות, אַזױ װי דעם קאָנטראַסט צװישן דעם װאָג פֿון אַ בנין װאָס זיצט אױף פֿעלדזן, און דער אָנװאָגיקײט פֿונעם מאָדעל אַלײן; און אױך צװישן דעם צער צוליב דער פֿאַרטיליקונג פֿון אַלע הילצערנע שילן פֿון די נאַציס, און דער האָפֿענונג סימבאָליזירט פֿונעם אײביקן ליכט אין דער שיל. צי איז די שיל אַרױסגעריסן געװאָרן פֿון דער אַלטער הײם, אָדער טראָגט זי די הײם מיט איר?
מען דאַרף אױך דערמאָנען אַ טײל פֿונעם ייִדישלאַנד־פּאַװיליאָן װאָס האָט זיך שױן געענדיקט. בעת די ערשטע טעג פֿונעם ביענאַלײ האָט עליאַנאַ פּליסקין דזשײקאָבס אױסגעפֿירט אין עפֿנטלעכע ערטער אַרום װענעציע איר „טאַנצן צװישן נאַ און נאַד“. זי האָט געאַנצט און געזונגען ייִדישע לידער װעגן װאָגלעניש און גלות — טײלװײַז אױפֿן אָריגינעל ייִדיש און טײלװײַז איבערגעזעצט אױף אַנדערע שפּראַכן.
דאָס פּרעזענטירן דעם ייִדישלאַנד פּאַװיליאָן בײַ דער װענעציער ביענאַלײ איז גאָר אַ כּדאַייִקע אונטערנעמונג, װאָס ציט דעם אױפֿמערק אױף ייִדיש און ייִדישער קולטור בעת זײער אַ װיכטיקער אינטערנאַציאָנאַלער אױסשטעלונג. דער ייִדישלאַנד פּאַװיליאָן איז אָבער אױך טײַער. אַלע צושטײַערס זענען קריטיש, סײַ הײַיאָר סײַ פֿאַר דער צוקונפֿט. אױב איר קענט העלפֿן מיט אַ צושטײַער קענט איר קװעטשן דאָ.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
