Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ייִדישע השפּעות אויף דער אופֿאָלאָגיעJewish influences on ufology

הגם מע קען טענהן אַז דאָס פֿאָרשן “יו־עף־אָס” איז אַ נאַרישקייט, זענען שטודיעס פֿון נאַרישקייטן דווקא אַ חשובֿע וויסנשאַפֿט.

נישט לאַנג צוריק האָט פּנחס גלויבער, אַ סאַטמאַרער חסיד, וועלכער פֿירט אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם אויף דער אינטערנעץ, אָפּגעהאַלטן אַ שעה־לאַנגע לעקציע אויף ייִדיש וועגן די „פֿליִענדיקע טעלערס‟ (UFO).

גלויבערס שמועס הייבט זיך אָן פֿונעם באַריכט וועגן די „יו־עף־אָס‟, וואָס דער פּענטאַגאָן האָט מפֿרסם געווען אין יולי; דערנאָך גייט ער אַריבער צו צענדליקער אמתע אָדער כּלומרשטיקע דאָקומענטן און טעאָריעס וועגן דעם ענין. איך וויל דאָ נישט אַרײַן אין די פּרטים, אָבער זײַן לעקציע איז מיר שטאַרק געפֿעלן געוואָרן: בפֿרט, ווײַל איך האָב ליב פֿאַנטאַסטישע מעשׂיות וועגן קאָסמאָס.

ד״ר שאול ליבערמאַן, אַ באַקאַנטער פּראָפֿעסאָר פֿונעם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟ און אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער רבֿ, האָט נישט געגלייבט אין קבלה, אָבער האָט הויך געשאַצט קבלה־שטודיעס; אַמאָל האָט ער זיך אויסגעדריקט, אַז הגם קבלה איז, לויט זײַן מיינונג, „אַ נאַרישקייט‟, זענען שטודיעס פֿון נאַרישקייטן אַ חשובֿע וויסנשאַפֿט. וואָס שייך קבלה, קען איך בשום־אופֿן נישט מסכּים זײַן מים ליבערמאַנען. וואָס שייך דער אופֿאָלאָגיע (אַ נעאָלאָגיזם ניצנדיק די ראשי־תּיבֿות UFO) — די כּמו־וויסנשאַפֿט פֿון די „פֿליִענדיקע טעלערס‟: ווי אויסטערליש די שטודיעס זאָלן נישט זײַן, האָבן זיי אינספּירירט אַ גרויסע צאָל ביכער און פֿילמען. ס׳איז אויך אינטערעסאַנט און ס׳איז זיכער כּדאַי אויסצופֿאָרשן ווי געהעריק, אַז נישט בלויז געוויסע ייִדן, נאָר אויך די ייִדישע טראַדיציע גופֿא האָט משפּיע געווען אויף אופֿאָלאָגיע.

גאַנצע שיטות אופֿאָלאָגישע קאָנספּיראַציעס שטאַמען פֿון אַ קאָנטראָווערסאַלן ייִדישן עקאָנאָמיקער, זכריה סיטשין (1920–2010), וואָס האָט אַ סך געשריבן וועגן דעם. אַ געבוירענער אינעם סאָוועטישן אַזערבײַדזשאַן, איז ער דערצויגן געוואָרן און געוווינט אין ארץ־ישׂראל ביז 1952. דערנאָך איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע, שטודירט די אוראַלטע שומערישע שפּראַך, זיך באַטייליקט אין אַרכעאָלאָגישע עקספּעדיציעס אַרום דער וועלט און איז געקומען צום אויספֿיר, אַז די גאַנצע מענטשלעכע ציוויליזאַציע איז, כּלומרשט, אַ רעזולטאַט פֿון אַ פֿרעמדפּלאַנעטישן עקספּערימענט. אָנהייבנדיק פֿון 1976 האָט סיטשין אָנגעהויבן שרײַבן ביכער וועגן דעם, וואָס לייענען זיך ווי פֿאַנטאַסטישע ראָמאַנען. אין איין בוך, וואָס הייסט Genesis Revisited, טײַטשט ער אָפּ דעם גאַנצן חומש בראשית אויף אַ פֿאַנטאַסטיש־אופֿאָלאָגישן אופֿן.

אַחוץ שומעריש, ברענגט סיטשין כּסדר בײַשפּילן פֿון לשון־קודש, מיט אַ באַזונדערן טראָפּ אויף דער באַקאַנטער מעשׂה פֿון „נפֿילים‟ – די מלאָכים, וואָס זענען פֿאַרן מבול אַראָפּ אויף דער ערד אין אַ מענטשלעכער פֿאָרעם, ווײַל זיי האָבן זיך פֿאַרליבט אין מענטשלעכע פֿרויען. די חז״ל באַטאָנען, אַז די דאָזיקע געפֿאַלענע מלאָכים האָבן אויסגעלערנט די מענטשן פֿאַרשיידענע חכמות, פֿון כּישופֿים ביז קאָסמעטיק. צוליב דער מענטשלעכער יצר־הרע זענען זיי אָבער געוואָרן רשעים, וואָס האָבן אָנגעהויבן עקספּלואַטירן און פֿאַרפֿירן די מענטשן.

צום סוף זענען די דאָזיקע פֿאַרדאָרבענע מלאָכים באַשטראָפֿט געוואָרן. צוויי פֿון זיי, עזא און עזאל, זענען געבליבן אין עפּעס אַ ווײַטן מקום. אינעם ספֿר „ילקוט ראובֿני‟ שטייט געשריבן, אַז דער נבֿיא בלעם איז אַמאָל אַוועקגעפֿלויגן זיך צו באַראַטן מיט עזא און עזאל אין די הרי־חושך – די לעגענדאַרע „פֿינצטערע בערג‟, וואָס פֿיגורירן אין אַ סך ייִדישע לעגענדעס. וווּ געפֿינען זיך אָט־די בערג און ווי אַזוי האָבן די צוויי רשעותדיקע באַשעפֿענישן זיך דאָרט געראַטעוועט פֿונעם מבול? אפֿשר, גייט דאָ אַ רייד וועגן גאָר אַן אַנדער פּלאַנעט? אויב אַזוי, באַקומט זיך, אַז בלעם איז געפֿלויגן צו זיי מיט אַ קאָסמישער שיף. אַוודאי זאָג איך דאָס נישט ערנסט. אָבער בײַ אַ הײַנטצײַטיקן לייענער קאָנען אַזעלכע מדרשים זיכער אַרויסרופֿן אופֿאָלאָגישע אַסאָציאַציעס.

סיטשינס טעאָריעס, טיילווײַז באַגרינדעט אויף אָט־די מדרשים, דינען ווי דער יסוד פֿונעם פֿאַנטאַסטישן פֿילם Stargate, וועלכער איז זיך אין די 1990ער יאָרן צעוואַקסן אין לאַנגע טעלעוויזיע־סעריעס, וואָס זענען אָנגעגאַנגען ביז 2018.

לאָמיר דערווײַל אָפּלאָזן סיטשינס ווילדע טעאָריעס, וואָס ערנסטע וויסנשאַפֿטלער וואַרפֿן אָפּ ווי אויסטערלישע פֿאַנטאַזיעס, און נעמען אַ מער חשובֿן, ערנסטן בײַשפּיל פֿונעם גרויסן קלאַסישן פֿילאָסאָף הרבֿ חסדאי קרשׂקשׂ (קרעסקאַס) פֿונעם 14טן־15טן יאָרהונדערט. אין זײַן ספֿר „אור השם‟ קריטיקירט ער סיסטעמאַטיש דעם רמב״ם און לייגט פֿאָר אַן אייגענע פֿילאָסאָפֿישע שיטה, לויט וועלכער, צווישן אַנדערע חידושים, איז די ערד לאַוו־דווקא דער צענטער פֿונעם אוניווערס. עס קאָנען זײַן אַנדערע פּלאַנעטן, מיט זייערע אייגענע זונען, לבֿנות און תּושבֿים, מיט אַן אייגענער צוצי־קראַפֿט.

די היסטאָריקער זענען זיך משער, אַז די לאַטײַנישע איבערזעצונג פֿונעם דאָזיקן ספֿר האָט געווירקט, דירעקט צי אומדירעקט, אויף ניט־ייִדישע וויכטיקע פֿיגורן ווי דעם מאַטעמאַטיקער און פּאָעט דזשאָרדאַנאָ ברונאָ, דעם אַסטראָנאָם קאָפּערניק און דעם פֿיזיקער, אײַזאַק ניוטאָן. דער עצם־געדאַנק, אַז ערגעץ ווײַט אינעם הימל קאָנען זײַן אַנדערע באַוווינטע וועלטן, האָט פֿאַרן מיטל־עלטערלעכן אייראָפּעער שוין געקלונגען ווי אַ מין „פּראָטאָ־אופֿאָלאָגיע‟ אין אַ פּאָזיטיוון זין פֿון וואָרט – אַ רעוואָלוציאָנערער קאָסמישער קוק אויפֿן לעבן אינעם אוניווערס.

פּנחס גלויבער איז ווײַט נישט דער ערשטער חסיד, וואָס ווײַזט אַרויס אַן אינטערעס צו אופֿאָלאָגיע. דער באַוווּסטער חסידישער זינגער יום־טובֿ עהרליך איז געווען אַ פֿעסטער מאמין אין „יו־עפֿ־אָס‟ און אָנגעשריבן וועגן זיי אַ ספֿרל אויף ייִדיש מיטן נאָמען „קול מבֿשר‟. ער האָט אָבער געגלייבט, אַז אין די „טעלערלעך‟ פֿליִען נישט געסט פֿון אַנדערע פּלאַנעטן, נאָר ייִדן! כּלומרשט, קומען זיי פֿונעם לעגענדאַרן לאַנד, וווּ עס וווינט דער צדיקישער שבֿט פֿון בני־משה, וועלכער האָט אַנטוויקלט הויכע טעכנאָלאָגיעס און וועט זיי אַנטפּלעקן אין משיחס צײַטן; דערווײַל, האָט עהרליך געגלייבט, איז די זינדיקע וועלט נישט גרייט זיי אָנצונעמען.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version