Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

לייענט אָדער הערט שלום עליכמס דערציילונג, „חנוכּה־געלט‟Read or listen to Sholem Aleichem’s story, “Hanukkah Gelt”

די אַקטריסע ריטאַ קאַרין לייענט פֿאָר די מעשׂה פֿון אַ משפּחה חנוכּה-צײַט אין מיזרח־אייראָפּע פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה .

To hear the story on audio, click here.

חנוכּה־געלט

טרעפֿט, קינדער, וואָסער יום־טובֿ איז דער בעסטער פֿון אַלע ימים־טובֿים?

חנוכּה.

אַכט טעג כּסדר נישט גיין אין חדר, עסן לאַטקעס מיט שמאַלץ, שפּילן אין דריידל און באַקומען פֿון אַלע זײַטן חנוכּה־געלט — נו, באַדאַרף מען נאָך אַ בעסערן יום־טובֿ?

ווינטער. דרויסן איז קאַלט, דער פֿראָסט ברענט מיט סכּנות. די פֿענצטער זענען פֿאַרקאָוועט, באַדעקט מיט שניי, צעמאָלט אויפֿן שענסטן אָרט, און אין שטוב איז וואַרעם — מחיה־נפֿשות. דאָס זילבערנע חנוכּה־לעמפּל שטייט צוגעגרייט נאָך פֿון בײַטאָג. דער טאַטע גייט אום איבער דער שטוב, די הענט אַרונטער, און דאַוונט מעריבֿ. אויסגעשטאַנען שמונה־עשׂרה, נעמט ער אַרויס פֿון טישקעסטל אַ וועקסן ליכטל (דער שמשׂ), זאָגט „עלינו‟ און מאַכט צו אונדז, צו מיר מיט מײַן ייִנגערן ברודער, מאָטל, אויף לשון־קדוש:

— אי־אָ! שהוא נוטה שמים ויוסד האָרץ … אי־נו־אָ!

איך און מײַן ברודער מאָטל פֿאַרשטייען ניט וואָס ער מיינט. און מיר פֿרעגן אים:

— וואָס? אַ שוועבעלע?

דער טאַטע באַווײַזט מיט דער האַנט אַהין, אין קיך אַרײַן.

— אי־אָ־אָ! ועל כּן נקווה לך … אי־אָ־נו!

— וואָס? אַ קאָלאָדאַטש־מעסער? אַ שערל? דאָס אייבערשטע פֿונעם שטויסל? ־מט־אי־אי־אָ־נו־פֿע! אַמי! אַמי! ביום ההוא יהיה יי אחד ושמו אחד … די מאַמע! רופֿט אַרײַן די מאַמע, לאָז זי גיין הערן בענטשן חנוכּה-ליכטלעך.

איך און מײַן ברודער מאָטל לאָזן זיך לויפֿן ביידע, איינס איבערן אַנדערן.

— מאַמע! גיכער, חנוכּה־ליכטלעך.

— אוי, מכּה איז מיר, חנוכּה־ליכטלעך! — זאָגט די מאַמע און וואַרפֿט־אַוועק אַלע אַרבעט אין קיך (מע האָט געקוילעט גענדז, מע פּרעגלט שמאַלץ, מע האָט גערעשטשינעט לאַטקעס) און לאָזט זיך לויפֿן אין שטוב אַרײַן, און נאָך איר — ברײַנע די קעכין, אַ שוואַרצע ייִדענע מיט וואָנצעס, מיט אַ פֿעט פּנים און מיט תּמיד פֿעטע אויסגעשמירטע הענט. די מאַמע שטעלט זיך אַוועק אין אַ זײַט און מאַכט אַ פֿרום פּנים, און ברײַנע די קעכין בלײַבט שטיין בײַ דער טיר, ווישט די הענט אינעם קויטיקן פֿאַרטעך, טוט אַ שמיר מיט דער פֿעטער האַנט איבער דער נאָז פֿון אונטן אַרויף און לאָזט־איבער אַ שוואַרצע צייכן איבערן גאַנצן פּנים. מיר זענען שטאַרקער פֿון אײַזן, איך און מײַן ברודער מאָטל, אַז מיר האַלטן זיך אײַן און שיסן ניט אויס קיין געלעכטער.

דער טאַטע גייט צו מיטן אָנגעצונדענעם שמשׂ צום חנוכּה־לעמפּל, בייגט זיך און מאַכט די ברכה מיטן באַקאַנטן ניגון: „ברוך אַתּה!‟ און לאָזט אויס: „להדליק נר של הנוכּה!‟

די מאַמע ענטפֿערט מיט גרויס יראַת־שמים „ברוך הוא ובֿרוך שמו, אָמן‟, און ברײַנע שאָקלט צו מיטן קאָפּ און מאַכט בשעת־מעשׂה אַזעלכע פּיסקעס, אַז איך און מײַן ברודער מאָטל האָבן מורא אַ קוק טון איינעם אויפֿן אַנדערן.

„הנרות הללו שאָנו מדליקין‟… — זינגט דער טאַטע אונטער דער נאָז און שפּאַצירט אַרום הין און צוריק איבערן זאַל, קוקט אויפֿן חנוכּה־לעמפּל, זאָגט און הערט גאָר ניט אויף צו זאָגן. מיר וואָלטן וועלן, עס זאָל שוין האָבן אַן עק, ער זאָל זיך שוין נעמען צו דער קעשענע, צום בײַטעלע. מיר ווינקען זיך איבער, שטופּן אונטער איינס דאָס אַנדערע:

— מאָטל, גיי צו, זאָג אים חנוכּה־געלט.

— וואָס עפּעס איך זאָל זאָגן חנוכּה־געלט?

— אַזוי, וואָרעם דו ביסט קלענער, באַדאַרפֿסטו בעטן חנוכּה־געלט.

— טאָמער פֿאַרקערט, דו ביסט עלטער, באַדאַרפֿסטן בעטן חנוכּה־געלט.

דער טאַטע הערט גאַנץ גוט, אַז מיר רעדן פֿון חנוכּה־געלט, נאָר ער מאַכט זיך, ווי ער הערט ניט. שטיל, נישט געכאַפּט, גייט ער צו צום טישקעסטל און ציילט געלט. עס גייט אונדז איבער אַ קליין פֿרעסטל איבערן לײַב, עס ציטערן די הענט, עס קלאַפּט דאָס האַרץ. מיר קוקן אויף דער סטעליע, קראַצן זיך אונטער דער פּאה, מאַכן זיך כּלומרשט, קאַלטבלוטיק, גלײַך ווי ניט אונדז מיינט מען.

דער טאַטע טוט אַ הוסט..

— הם … קינדער, קומט נאָר אַהער.

— האַ? וואָס איז?

נאַט אײַך הנוכּה־געלט.

באַקומען אונדזער הנוכּה־געלט, לאָזן מיר זיך גיין, איך און מײַן ברודער מאָטל, פֿריִער פּאַוואָליע, ווי די סטאַטיקעס, און נאָכדעם — גיכער און גיכער, מיט אַ שפּרונג־אונטער און מיט אַ טענצל. און ביז מיר קומען אין אונדזער חדרל אַרײַן קאָנען מיר זיך ניט אײַנהאַלטן, קוליען זיך איבער דרײַ מאָל מיטן קאָפּ אַראָפּ, מיט די פֿיס אַרויף, שפּרינגען אויף אײן פֿוס און זינגען אונטער:

איינגע, ביינגע, סטופּע ציינגע, אַרצע, באַרצע, גאָלע שוואַרצע, איימעלע, ריימעלע, בייגעלע, פֿייגעלע — האָפּ!

און פֿאַר גרויס שׂמחה און התפּעלות גיבן מיר זיך אַליין צו צוויי פּעטש אין די באַקן.

עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן דער פֿעטער בעני.

— חבֿרה פּלעצל, אײַך קומט חנוכּה־געלט!

דער פֿעטער לייגט אַרײַן די הענט אין זשילעט קעשענע, נעמט אַרויס צוויי זילבערנע גילדן און גיט אונדז חנוכּה־געלט. ב.

קיינער אין דער וועלט וועט ניט זאָגן, אַז דער טאַטע און דער פֿעטער בעני זענען ברידער. דער טאַטע — אַ הויכער, אַ דאַרער, דער פֿעטער בעני — אַ קורצער, אַ גראָבער; דער טאַטע — אַ שוואַרצער, פֿעטער בעני — אַ געלער; דער טאַטע — אַ מרה־שחורהדיקער, אַ שווײַגער, דער פֿעטער בעני — אַ פֿריילעכער, אַ רעדנער. טאָג מיט נאַכט, זומער און ווינטער — און דאָך אײגענע ברידער.

דער טאַטע נעמט אַ גרויסן בויגן פּאַפּיר צעווירעט אויף קעסטעלעך, שוואַרצע און ווײַסע — הייסט אַרײַנטראָגן פֿון קיך פֿאַסאָליעס, שוואַרצע און ווײַסע, דאָס וועט זײַן אַ דאָמינאָ.

די מאַמע איז אין קיך, פּרעגלט שמאַלץ און באַקט לאַטקעס. איך מיט מײַן ברודער מאָטל שפּילן אין דריידל: נס גדול היה שם, און דער טאַטע מיטן פֿעטער בענין זעצן זיך אַוועק שפּילן אין דאָמינאָ.

— איין זאַך וועל איך דיך בעטן, בעני, — בלא חרטה ובלא דרעה, דאָס הייסט: אַ גאַנג זאָל זײַן אַ גאַנג! — זאָגט דער טאַטע.

— אַ גאַנג איז אַ גאַנג. זאָגט דער פֿעטער בעני און גייט אַ גאַנג.

— אַ גאַנג איז אַ גאַנג. — זאָגט דער טאַטע און שלאָגט אָפּ דעם פֿעטער בעניס אַ ציגל.

— אַ גאַנג איז אַ גאַנג. — זאָגט דער פֿעטער בעני און שלאָגט אָפּ דעם טאַטנס צוויי ציגעלעך.

וואָס ווײַטער־ווײַטער לאָזן זיי זיך אַרײַן אין דעם שפּיל אַלץ טיפֿער, קײַען בשעת מעשׂה די בערד, טרייסלען מיט די פֿיס אונטערן טיש און זינגען שטילערהייט ביידע איין לידל.

— אוי וואָס טוט מען, וואָס טוט מען! — זינגט דער טאַטע מיט אַ ניגון פֿון דער גמרא און קײַעט איין עק באָרד. — זאָל איך גיין אַהער? — וועט ער גיין אַהין. וועל איך גיין אַהין? — וועט ער גיין אַהער. באַדאַרף מען בעסער גיין אַזאַ מין גאַנג!

— אַזאַ מין גאַנג, אַזאַ מין גאַנג! — העלפֿט אים אונטער דער פֿעטער בעני מיטן זעלבן נוסח.

— וואָס זשע באַדאַרף איך מורא האָבן? — זינגט דער טאַטע ווײַטער. טאָמער שלאָגט ער מיר אָפּ יענעם ציגל? וועל איך בײַ אים צונעמען צוויי ציגלעך. אײַ, וואָס? טאָמער מיינט ער מיר שלאָגן דרײַ ציגלעך?

— דרײַ ציגלעך, דרײַ ציגלעך, דרײַ ציגלעך? — העלפֿט אים אונטער דער פֿעטער בעני מיטן זעלבן נוסח.

— אוי, ביסטו אַ טיפּש און אַ גרויסער! — זינגט דער טאַטע און גייט אַ גאַנג.

— ביסט אַליין אַ טיפּש, מײַן ברודער, און נאָך אַ גרעסערער! — זיגנט דער פֿעטער בעני און גייט אַ גאַנג און פֿאַרכאַכט זיך באַלד צוריק.

— פֿע, בעני, מיר האָבן דאָך גערעדט, אַ גאַנג איז אַ גאַנג! — זאָגט דער טאַטע שוין אָן אַ ניגון און כאַפּט דעם פֿעטער בעני פֿאַר דער האַנט.

— אַ גוטער משל! — זאָגט דער פֿעטער בעני. — כּל־זמן איך האַלט אין מיטן אַ גאַנג מעג איך מיר גיין וווּהין איך וויל.

— ניין! — זאָגט דער טאַטע. — אַ גאַנג איז פֿאַרפֿאַלן! מיר האָבן דאָס עפּעס געשמועסט, בעני, בלא חרטה, בעני, בלא דרעה!

— חרטה? — זאָגט דער פֿעטער בעני. — וויפֿיל מאָל מאַכט זיך, אַז דו האָסט חרטה?

— איך? — זאָגט דער טאַטע. — ע, בעני, דערפֿאַר האָב איך דאָך פֿײַנט מיט דיר צו שפּילן אין דאָמינאָ!

— ווער זשע נויט דיך, זאָלסט מיט מיר שפּילן?

— שוין? מע קריגט זיך שוין איבער אַ פֿאַסאָלקעלע? — רופֿט זיך אָן די מאַמע פֿון קיך מיט אַ פֿאַרפֿלאַמט פּנים, און נאָך איר — ברײַנע מיט אַ גרויסן פּאַלומעסיק מיט הייסע לאַטקעס מיט שמאַלץ. פֿון די לאַטקעס זעצט אַ פּאַרע. אַלע לאָזן זיך צום טיש. איך און מײַן ברודער מאָטל, וואָס האָבן זיך פֿריִער אַביסל געקריגט, געריסן ווי די קעץ, בעטן זיך איצט איבער, ווערן שלום און זעצן זיך צו די לאַטקעס מיט גרויס כּוונה. ג.

בײַנאַכט אויפֿן געלגער ליג איך און טראַכט: וויפֿל קאָן זיך, אַ שטייגער, בײַ מיר צונויפֿקלײַבן, אַז אַלע פֿעטערס מיט אַלע מומעס מיט אַלע קרובֿים וועלן מיר געבן חנוכּה־געלט? ראשית חכמה, דער פֿעטער משה־אַהרן, דער מאַמעס ברודער, אַפֿילו זייער אַ קאַרגער, נאָר אַ נגיד. נאָכדעם דער פֿעטער איצי און די מומע דבֿורה, וואָס דער טאַטע און די מאַמע זענען מיט זיי ברוגז שוין פֿון כּמה וכּמה יאָרן. הײַנט דער פֿעטער בייניש און די מומע יענטע? הײַנט וווּ איז אונדזער שוועסטער איידל? און איר מאַן שלום־זיידל? און אַלע איבעריקע קרובֿים?

— מאָטל, דו שלאָפֿסט?

— יאָ, וואָס איז דען?

— וויפֿל מיינסטו וועט אונדז געבן דער פֿעטער משה־אַהרן חנוכּה־געלט?

— פֿון וואַנען זאָל איך וויסן? איך בין דען אַ נבֿיא?

אין אַ מינוט אַרום:

— מאָטל, דו שלאָפֿסט?

— יאָ, וואָס איז דען?

— ווי באַלד דו שלאָפֿסט, הײַנט ווי אַזוי רעדסטו מיט מיר?

— דו פֿרעגסט דאָך מיך, מוז איך דיר ענטפֿערן.

אין דרײַ מינוט אַרום:

— מאָטל, דו שלאָפֿסט?

—טססס — טררר — כילכילכיל — טססס …

מאָטל כראַפּעט, כאָרכלט, פֿײַפֿט מיט דער נאָז, און איך זעץ מיך אויף אויף מײַן בעטל, נעם אַרויס מײַן קערבל, גלעט דאָס, באַטראַכט דאָס.

„דאַכט זיך, וואָס?‟ — טראַכט איך מיר. — אַ שטיקל פּאַפּיר, און וואָס קאָן מען דערפֿאַר ניט קויפֿן? צאַצקעס, מעסערלעך, שטעקעלעך, בײַטעלעך, ניס און קאָנפֿעקטן, און ראָזשינקעס, און באָקסערן, און וואָס ניט?‟

איך באַהאַלט דאָס קערבל צוקאָפּנס אונטערן קישן און לייען אָפּ קריאַת־שמע. ס׳קומט אַרײַן ברײַנע פֿון קיך מיט אַ פֿולן פּאַלומעסיק מיט קערבלעך … ברײַנע גייט ניט, נאָר זי שוועבט אין דער לופֿטן, זינגט „הנרות הללו שאָנו מדליקין‟, און מאָטל שלינגט קערבלעך, ווי די האַלעשקעס. „מאָטל! — שרײַ איך מיט אַלע כּוחות. — גאָט איז מיט דיר, מאָטל, וואָס טוסטו? קערבלעך? …

איך כאַפּ זיך אויף און שפּײַ אויס דרײַ מאָל: „טפֿו־טפֿו־טפֿו — אַ חלום!‟

און ווער אַנטשלאָפֿן.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version