Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

וואָס ווייסן זיי וועגן דעפּרעסיע? What do they know about depression?

צווישן די עצות אויף דער אינטערנעץ ווי צו באַקעמפֿן די מרה־שחורה האָב איך געפֿונען אַ טשיקאַווען וואַסער־ריטואַל

די דערציילונג איז טייל פֿון אַ זאַמלונג עסייען פֿון דער פּרעכטיקער פֿאָרווערטס־שרײַבערין חנה־פֿײַגל טערטלטויב ז״ל, וואָס מיר האָבן אָנגעהויבן איבערדרוקן אין איר אָנדענק זינט איר דריטן יאָרצײַט אין 2023. כּדי צו לייענען אירע אַנדערע עסייען, גיט אַ קוועטש דאָ.

ווען איך האָב געמוזט ענדיקן די ליבע מיט יאָסלען וואָס איך האָב לעצטן חודש באַשריבן, בין איך געווען גוט אין כּעס, כ׳האָב אַזש געשפּריצט מיט פֿײַער: „ווי קען ער צו מיר אַזוי רעדן נאָך כּמעט אַ יאָר? וואָס איז זײַן יחסנות? ער וואָלט מיך געדאַרפֿט טראָגן אויף די הענט! ווער וועט זײַן אַזוי גוט צו אים ווי איך בין געווען?“ אאַז״וו, ביז דער כּעס האָט זיך אײַנגעשטילט.

דערנאָך האָב איך זיך געפֿילט גליקלעך וואָס ער האָט, סוף־כּל־סוף, אַרויסגעוויזן זײַן אמתן כאַראַקטער ווי אַ שטרויענער קאָזאַק, ווי אַ פּחדן וואָס ציטערט פֿאַר דער חופּה אַזוי ווי אַ קעלבל פֿאַרן חלף. האָב איך געלויבט דעם אייבערשטן וואָס איך בין אַרויס אַ לעבעדיקע פֿון אַ באַציִונג מיט אַ מענטש וואָס האָט פּשוט מורא צו לעבן. כ׳וואָלט געדאַרפֿט בענטשן גומל!!

אָבער נישט לאַנג נאָך דעם וואָס כ׳האָב זיך אַליין געגעבן מוט אָנצוגיין ווײַטער, האָב איך נישט געקענט גיין ווײַטער. ביסלעכווײַז, און דערנאָך מיט אַן אימפּעט, האָב איך אָנגעהויבן צו פֿילן ווי סע ליגט מיר אַ שטיין אויפֿן האַרץ, ווי אַ לאַסט דריקט מיר אין די אַקסלען, ווי די פֿיס מײַנע זענען זעק אָנגעפֿילט מיט נאַסן זאַמד, ווי דער קאָפּ איז אײַנגעהילט אין אַ גרויען וואָלקן. ס׳איז געווען שווער בלויז צו עפֿענען די אויגן־לעדלעך, און כ׳האָב נאָר געוואָלט שלאָפֿן… שלאָפֿן געוואָלט, אָבער אײַנשלאָפֿן האָב איך נישט געקענט. כ׳האָב זיך געדרייט ווי אַ וואָרעם, און אין דער פֿרי האָב איך נישט געוואָלט אויפֿשטיין. צו וואָס אויפֿשטיין? זיך ווידער אַרומשלעפּן פּאַמעלעך פֿון איין צימער אינעם אַנדערן ווי אַ שד, און גאָרנישט אויפֿטאָן?

כ׳האָב זיך אַליין דערשראָקן ווען כ׳האָב אין שפּיגל דערזען ווי איך זע אויס: אונטערגעהאַקטע אויגן און אײַנגעפֿאַלענע באַקן. ווי האָב איך דערלאָזט עס זאָל דערגיין אויף אַזוי ווײַט, אַז עס זאָל פֿון מיר אַזוי אַ תּל ווערן? אוי, יעצט וועט קיינער מיך נישט וועלן!!

דער דאָקטער האָט מיר פֿאַרשריבן שלאָפֿפּילן. כ׳האָב זייער, זייער געוואָלט כאָטש איין נאַכט זיך אויסשלאָפֿן, און איך בין טאַקע געשלאָפֿן צוועלף שעה. מע וואָלט געמיינט, אַז דאָס וואָלט שױן געווען די רפֿואה, אָבער נאָך איידער כ׳האָב געעפֿנט די אויגן האָב איך שוין דערפֿילט, אַז איך האָב אַ מיגרען. כ׳האָב קוים געקענט פֿאָקוסירן די אויגן און עס האָט מיך שטאַרק וויי געטאָן בלויז צו רירן מיטן קאָפּ. בקיצור, ס׳איז געווען אַ שלעכט געשעפֿט.

איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז אפֿשר האָב איך צו זיי, די שלאָפֿפּילן, ווי צו בראָנפֿן, אַן אַלערגיע. און איך האָב באַשלאָסן מער זיך נישט צו פֿאַרלאָזן אויף קיין שלאָפֿמיטלען. איך קריג נישט די מיגרענען זייער אָפֿט, אָבער ווען יאָ איז דער ווייטיק אַ מאָל אַזוי שטאַרק, אַז עס ווערט מיר נישט גוט. אוי, רבונו־של־עולם, האָב איך געטראַכט: נאָך דאָס פֿעלט מיר. ווי באַלד דער געדאַנק איז מיר געקומען אין זינען בין איך ווי אַ ספּרוזשינע אַרויסגעשפּרונגען פֿון בעט און מיט צוויי טריט שוין געשטאַנען איבערן קליינעם אָפּגאָס אין וואַשצימער און, איר זאָלט מיר מוחל זײַן, געבראָכן מיט דער גרינער גאַל. ס׳איז נאָך גוט געווען, אַז איך האָב געטראָפֿן אין אָפּגאָס. און ווי געוויינטלעך האָט דאָס מיך פּאָליובעט.

לויפֿנדיק אַזוי גיך צו טרעפֿן אין אָפּגאָס האָב איך נישט געהאַט קיין צײַט אָנצוטאָן די שטעקשיך, בין איך געשטאַנען אויף די אײַז־קאַלטע קאַכליעס מיט באָרוועסע פֿיס. די מאַמע מײַנע, זאָל זי האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן, וואָלט געשריגן, „טו אָן די פּאַנטאָפֿליעס!“ אָבער דעם אמת געזאָגט האָט די קעלט מיר אויך געהאָלפֿן, געלויבט דעם אייבערשטן, זיך פֿילן אַ ביסל בעסער. כ׳האָב זיך אויסגעשוואָנקען דאָס מויל און געוואָלט אײַננעמען צוויי מיגרען־טאַבלעטן, האָב איך געהאַט נאָך אַ שאָק: צו די שוואַרצע פּאַסן אונטער די אויגן און די אײַנגעפֿאַלענע באַקן האָב איך יעצט אויך געהאַט אַ גרינלעכע צערע. אַ רעשטל צו די צרות. מיט דער פּלייצע צו דער וואַנט האָב איך זיך פּאַמעלעך אַראָפּגעגליטשט ביז איך בין געזעסן אויף די קאַלטע קאַכליעס. און שטילערהייט זענען הייסע טרערן גערונען איבער די אײַנגעזונקענע באַקן און איך האָב געטראַכט: וואָס איז פֿון מיר געוואָרן? כ׳בין מיאוס געוואָרן.

נאָך צוואַנציק מינוט, ווען די טאַבלעטן האָבן שוין אַ ביסל אָנגעהויבן צו ווירקן בין איך פּאַוואָליע אויפֿגעשטאַנען און באַטראַכט מײַן לאַגע. קיינער קען מיר נישט העלפֿן ווײַל קיינער ווייסט נישט וואָס מיט מיר טוט זיך, מוז איך זיך אַליין העלפֿן.

ס׳ערשטע מוז איך עפּעס נעמען אין מויל אַרײַן. נאָר אַפֿילו בלויז דאָס טראַכטן פֿון עסן האָט מיך גענודזשעט. האָב איך זיך פּאַמעלעך געמאַכט אינגבער־טיי, וואָס העלפֿט צו דעם און גענומען צו לעפֿעלעך די טיי. דאָס האָט מיך געמאַכט זיך פֿילן אַ ביסל בעסער פֿיזיש, אָבער גײַסטיק בין איך נאָך נישט אַרויס פֿון דער דעפּרעסיע, האָב איך אָנגעהויבן צו זוכן אין דער אינטערנעץ. אפֿשר קען איך דאָרטן געפֿינען עפּעס וואָס וועט מיר העלפֿן. געפֿונען האָב איך אַן אַרטיקל וואָס הייסט „וואָס מע מוז טאָן אין דער פֿרי זיך צו פֿאַרזיכערן אַ גוטן טאָג.“ כ׳האָב געגלייבט, אַז דער אַרטיקל וועט מיר העלפֿן ביז כ׳האָב געלייענט ווײַטער.

1) נאָכן אָפּשלאָפֿן צווישן זיבן און אַכט שעה, שפּרינגט אַרויס פֿון בעט און

2) שפּרינגט אַרײַן אין אַ קאַלטן שפּריץ און שטייט כאָטש פֿינף מינוט אונטערן קאַלטן וואַסער, דערנאָך

3) מעדיטיר אָדער דאַוון צען מינוט.

כ׳האָב באַלד דערזען, אַז ס׳איז מיר באַשערט דורכצופֿאַלן. ערשטנס, ווייס איך נישט צי איך וועל קענען שלאָפֿן אָן די שלאָפֿטאַבלעטן, וואָס איך האָב זיי שוין אַרויסגעוואָרפֿן, כאָטש איך האָב נאָך אַלץ נישט אַרויסגעטריבן יאָסלען פֿון האַרצן. און דערצו ווילט זיך מיר, ספּעציעל לעצטנס, נישט שפּרינגען, ווײַל פֿון נישט עסן, נישט טרינקען און ברעכן מיט דער גרינער גאַל איז קוים וואָס איך שטיי אויף די פֿיס. און אויב שוין יאָ שפּרינגען… פֿרעג איך אײַך אַ וואָסער משוגענער שטייט באַלד אין דער פֿרי אונטער אַ קאַלטן שפּריץ אַפֿילו איין מינוט, שוין אָפּגערעדט פֿינף מינוט?

האָב איך געטאָן אַ ביסל אַנדערש: נאָכן אָפּגיסן נעגל־וואַסער מיט קאַלטן וואַסער האָב איך זיך דאָס פּנים אויך אָפּגעוואַשן מיט קאַלט וואַסער. און דאַווענען איז דאָך, מער ווייניקער, רעדן מיטן אייבערשטן, האָב איך געפֿרעגט דעם בורא־העולם פֿאַר וואָס דאָס אַלץ קומט מיר, מיט וואָס האָב איך אַזוי געזינדיקט אַז יאָסל האָט מיך, נאַך אַ קנאַפּ יאָר אַזוי קוצעניו־מוצעניו זײַן, געקענט אַוועקװאַרפֿן ווי אַן אַלטע שקראַבע. פֿאַרשטייט זיך, קיין ענטפֿער האָב איך נישט גלײַך באַקומען, אָבער בײַ נאַכט בין איך געשלאָפֿן אַ ביסל בעסער: פֿיר שעה! נאָך ווײַט נישט קיין דערקוויקנדיקער שלאָף, נאָר בעסער ווי זיך וואַלגערן פֿון אין זײַט בעט צו דער צװײטער אַ גאַנצע נאַכט. יאָ, ס׳איז מיר געווען אַ קאַפּינקע בעסער ווײַל אין דער פֿרי האָב איך געקענט עסן אַ שטיקל טאָסט. דאָס האָט מיך מסתּמא געגעבן כּוח ווײַטער צו זוכן לינדער־מיטלען פֿאַר דער מרה־שחורה.

איין אַרטיקל האָט געהייסן „ווי פּטור צו ווערן פֿון נעגאַטיווע עמאָציאָנעלע פּעקלעך.“ דער אַרטיקל האָט באַשריבן זיכערע ריטואַלן וואָס וועלן אַ מענטשן העלפֿן זיך באַפֿרײַען פֿון עמאָציעס וואָס האַלטן אים צוריק פֿון אָנגיין מיטן לעבן אַ פֿריילעכער. די ריטואַלן האָבן צו טאָן מיט די עלעמענטן פֿונעם ערדקײַלעך: וואַסער, ערד, ווינט און פֿײַער. המם, אינטערעסאַנט, אַיאָ? אַזוי האָב איך אויך געמיינט. אָבער געהאָלפֿן האָבן זיי מיר ווי שיך אַ שלאַנג.

דער וואַסער־ריטואַל איז דאָס האַלטן ביידע הענט צוזאַמען און טראַכטן אַז אין די אָפֿענע הענט ליגט די דעפּרעסיע אָדער די צרה וואָס גריזשעט דיך. מע דרייט אָן דעם קראַן און מע וואַשט זיך די הענט מיט זייף און וואַרעם וואַסער. מע געזעגנט זיך מיט דער צרה און מע קוקט זיך צו ווי די צרה פֿאַרשווינדט אין אָפּרין. אַ נאַרישקייט! אָבער כ׳האָב פֿון דעסט וועגן עס אויסגעפּרוּווט. נו, האָב איך טאַקע געקראָגן ריינע הענט. די צווייטע עצה איז צו באַשרײַבן די צרה אויף אַ שטיקל פּאַפּיר און דאָס פּאַפּירל אַרײַנלייגן אין אַ קעסטל, דאָס קעסטל באַגראָבן אין דער ערד און אַזוי פּטור ווערן פֿון דער צרה, פֿון דער דעפּרעסיע. מע רעקאָמענדירט, אַז בין־השמשות איז די בעסטע צײַט דאָס צו טאָן; פֿאַרוואָס ווייס איך נישט.

מע קען אויך פֿאַרברענען דאָס שטיקל פּאַפּיר, אָבער מע עצהט נישט צו האַלטן דאָס צרה־צעטל אין דער האַנט ווען מע פֿאַרברענט עס. גוט וואָס מע האָט דאָס מיר געזאָגט.

איך ווייס, אַז די כינעזער און די בודיסטן טוען אויך עפּעס אַזוינס. מע פֿאַרברענט פֿאַלש געלט און בילדער פֿון קליידער אויף זייערע לוויות, עס זאָל די געשטאָרבענע קרובֿים זייערע זײַן בעסער אין יענער וועלט. איך ווייס נישט צי דאָס וואָלט מיר געהאָלפֿן ווײַל די ווערטער פֿון אַלע יאָסלס ליבע־בריוועלעך זײַנען אײַנגעקריצט בײַ מיר אין האַרץ.

און די לעצטע רפֿואה, דער סאַמע עפֿעקטיווסטער אופֿן ווי פּטור צו ווערן פֿון דער דעפּרעסיע, וואָס האָט מיך שיִער נישט אַוועקגעלייגט, איז פֿאַרשרײַבן די צרה אויף אַ שטיקל פּאַפּיר, צערײַסן דאָס שטיקל פּאַפּיר אויף פּיץ־פּיצלעך און וואַרטן אין דרויסן ביז סע קומט אָן אַ שטאַרקער ווינט וואָס קען די פּיצלעך פּאַפּיר אַוועקטראָגן אין אַלע פֿיר זײַטן פֿון דער ערד. אויב עס קומט נישט אָן אַזאַ שטאַרקער ווינט מעג מען ניצן אַן עלעקטרישן ווענטילאַטאָר. די רפֿואה איז אויך די סאַמע קאָמישסטע, ווײַל איך וויל נישט, אַז דער אַרום זאָל זײַן באַוואָרפֿן מיט הונדערטער קליינע שטיקעלעך פּאַפּיר. און ווי טוט מען דאָס טאַקע? איך זאָל אַ גאַנצע וואָך אָפּגעבן אויף זיצן און צעשנײַדן מיט אַ שערל די אַלע ליבע־בריוו, די שטיקלעך אַרײַנלייגן אין אַ קוישל און מיט איין האַנט אויפֿהאַלטן אַ פֿויסט פּיצעלעך שטיקלעך פּאַפּיר כּדי ווען ס׳וועט בלאָזן אַ ווינט וועט ער זיי מיר מסתּמא טרעפֿן גלײַך אין פּנים אַרײַן?

ניין, איך וועל אָנהייבן אַ נײַ געשעפֿט פֿאַר די וואָס ווילן זיך גטן. איך וועל מיט אַ מאַשין צעפּיצלען מענטשנס ליבע־בריוולעך זיי זאָלן מאַכן אַ ריטואַל פֿון צעטרעטן אונטער די פֿיס אַלע שיינע צוזאָגן און נישט־געהאַלטענע ווערטער איידער דאָס פּאָרפֿאָלק גייט אַרײַן אין בית־דין זיך גטן.

איך זאָג אײַך דעם אמת, אַז איך האָב זיך צעלאַכט פֿון דעם געדאַנק און פֿון די, פֿאַר מיר, מאָדנע רפֿואות, די קינדערישע ריטואַלן מיטן סימפּליסטישן סימבאָליזם. דאָס לאַכן אַליין האָט מיך געלינדערט די שטימונג גענוג, אַז איך האָב קלאָר געקענט זען, אַז איך בין מיטשולדיק געווען אין דער דעפּרעסיע. יעצט מיין איך, אַז איך וואָלט זיך נישט אַזוי גרינג געדאַרפֿט אַרײַנלאָזן אין דער שוואַרצער שטימונג. כ׳וואָלט געקענט רעדן מער מיט פֿרײַנד, גיין לויפֿלען אין געזונטקלוב… פּסיכאָלאָגן רעדן שעהען לאַנג און שרײַבן לאַנגע אַרטיקלען וועגן דעם זייער קאָמפּליצירטן ענין דעפּרעסיע, אָבער איך וועל זיי נישט לייענען. איך האָב דאָס דורכגעמאַכט, איבערגעוואַרט… און ווען כ׳האָב דאָס ערשטע מאָל אין צען טעג זיך צעלאַכט, האָט זיך מיר אויך פֿאַרגלוסט עפּעס עסן. איך האָב דעם יאָסלען אין דער לינקער פּיאַטע — האָב איך געקלערט — און יענץ שטיקל שאַקאָלאַד־לעקעך אין דער פֿרירקע פֿאַראינטערעסירט מיך יעצט אַ סך מער.

ווען אַ ליבע שפּילט זיך אויס אַנדערש ווי מע האָט געמיינט, צי פֿון דער ליבע לאָזט זיך גאָר אויס אַ בוידעם, וואָלט איך זייער נאַרײַעט, אַז איידער מע פֿאַרברענט שטיקלעך פּאַפּיר אָדער מע וואַרפֿט די שטיקלעך פּאַפּיר אין ווינט, זאָל מען צו ערשט אײַננעמען צוויי „טײַלענאָל״־טאַבלעטן. דאָס איז די לעצטע וויסנשאַפֿטלעכע רפֿואה פֿאַר האַרצווייטיק. די עצה איז געקומען צו שפּעט פֿאַר מיר, אָבער עס קען נישט שאַטן, און ס׳איז בעסער ווי צו װאַשן זיך די הענט. אָבער אויב די דעפּרעסיע דויערט לאַנג, שנײַדט זיך אָפּ אַ גרויסן שטיק שאָקאַלאַד־לעקעך, טרינקט אַ טעפּל קאַווע מיט קאַפֿעיִן, און לייענט נאַרישע בלאָגן אין דער אינטערנעץ!

פֿאַר מיר איז דאָס געווען די בעסטע רפֿואה פֿאַר מײַן — און נאָר מײַן — דעפּרעסיע.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version