Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿון זײַן מורא פֿאַר דער חופּה ווערט ער אויס מענטשCommitment phobia transforms my boyfriend

כ׳האָב זיך געטרייסט: באַלד־באַלד וועט ער מיר געבן אַ רינגל, אָבער נאָך עטלעכע חדשים זענען פֿאַרבײַגעלאָפֿן און… גאָרנישט!

די דערציילונג איז טייל פֿון אַ זאַמלונג עסייען פֿון דער פּרעכטיקער פֿאָרווערטס־שרײַבערין חנה־פֿײַגל טערטלטויב ז״ל, וואָס מיר האָבן אָנגעהויבן איבערדרוקן אין איר אָנדענק זינט איר דריטן יאָרצײַט אין 2023. כּדי צו לייענען אירע אַנדערע עסייען, גיט אַ קוועטש דאָ.

לייענענדיק מײַנע מעשׂיות וואָלט מען געקענט מיינען, אַז באַלד פֿון אָנהייב ווײַזן זיי אַרויס, די אַלע קאַוואַליערן מײַנע, אַז זיי זענען נישט מיט אַלעמען, אָדער איך גיי נאָר אַרויס מיט זיי איין מאָל, און ווען איך זע מיט וועמען איך האָב צו טאָן גיב איך אַ קוועטש מיט די אַקסלען, שרײַב אָן אַ קאָמישע מעשׂה און פֿאָר ווײַטער. ס׳רובֿ איז דאָס אמת, ווײַל עס נעמט נישט מער ווי איין שמועס אָדער איין ראַנדקע צו זען אַז ס׳איז נישטאָ מיט וועמען צו גיין צום טיש.

אָבער מיט יאָסלען פֿון פּאַסעיִק, ניו־דזשערזי בין איך אַרויסגעגאַנגען מער ווי דרײַ חדשים. פֿון דער ערשטער מינוט בין איך אין אים געווען פֿאַרליבט ביז איבער די אויערן. די מאַמע וואָלט געזאָגט „פֿאַרכליאַפּעט“ אָפּצולאַכן פֿון מיר, ווײַל זי האָט געהאַלטן אַז אַזאַ זאַך איז נישט מעגלעך, אָבער יאָסל האָט אויך דערפֿילט דעם שטאַרקן צוצי־כּוח צווישן אונדז און נאָך אַ קורצער צײַט האָט ער מיר אויך געזאָגט, אַז ער האָט מיך ליב.

ס׳איז וואָר וואָס מע זאָגט וועגן ליבע: מע קען נישט עסן און מע קען נישט שלאָפֿן. די מעלה איז, אַז איך האָב פֿאַרלוירן צען פֿונט. דער חסרון איז, אַז פֿון נישט שלאָפֿן האָב איך געהאַט שוואַרצע פּאַסן אונטער די אויגן. פֿרײַנד האָבן מיר דאָס געזאָגט. איך אַליין האָב עס נישט באַמערקט, ווײַל איך האָב געטאַנצט איבער דער לבֿנה פֿון פֿרייד.

ער איז געווען אַ געגטער, מיט פֿיר קינדער און אַ שלל אייניקלעך, אַ פּענסיאָנירטער דענטיסט מיט עטלעכע יאָר ייִנגער פֿון מיר. ער האָט זיך געמוזט פֿרי פּענסיאָנירן נאָך דעם וואָס מ׳האָט אים געמאַכט אַן אָפּעראַציע אויף עטלעכע אײַנגעריסענע רוקנדיסקן. נאָך דער אָפּעראַציע האָט ער געפּרוּווט צוריקגיין צו דער אַרבעט, אָבער אַפֿילו נאָך עטלעכע חדשים האָט אים נאָך שטאַרק וויי געטאָן דאָס זיצן מער ווי צען מינוט אָדער שטיין מער ווי פֿופֿצן מינוט. די ווייטיק־מיטלען האָבן יאָ געלינדערט דעם ווייטיק, אָבער זיי האָבן אים געמאַכט טעמפּ. פֿאַרשטייט זיך, האָט ער מער נישט געקענט אַרבעטן. פֿון זײַן פֿאַרזיכערונג־פֿירמע האָט ער באַקומען אַ סך געלט, האָט ער זיך פֿאַרנומען מיט מאָלערײַ און פֿאַרשיידענע שיעורים… און מיטן זוכן אַ ווײַב, כאָטש ער האָט זיך ערשט מיט אַ קנאַפּע יאָר צוריק געגט.

מיר האָבן גערעדט כאָטש דרײַ מאָל אין טאָג. וועגן וואָס? דאָס קען איך אײַך אַליין נישט זאָגן. די וואָס געדענקען ווען זיי זײַנען געווען פֿאַרליבט ווייסן, אַז צו רעדן מיטן געליבטן דאַרף מען באמת נישט האָבן קיין ספּעציעלע טעמע. מע רעדט אַ סך וועגן ווער האָט וועמען צום מערסטן ליב, און וויפֿל זאַכן מ׳האַט בשותּפֿות ליב. מיר ביידע האָבן זייער ליב אַלטע פֿרעד אַסטער פֿילמען פֿון די נײַנצן פֿערציקער און פֿופֿציקער יאָרן, פּאָפּולערע לידער פֿון די זעכציקער יאָרן, סיזער סאַלאַט, סטאַרבאָקס־קאַווע ,ראַוועלס „באַלעראָ“ און גיין אויף לאַנגע שפּאַצירן אין וואַלד. מיר האָבן אַזוי אָפֿט גערעדט, אַז כ׳האָב כּמעט נישט געהאַט קיין צײַט צו אַרבעטן, אָבער דאָס איז מיך אין גאַנצן נישט אָנגעגאַנגען.

יעדע צוויי וואָכן איז ער צו מיר געקומען אויף עטלעכע טעג. גערעדט האָט ער צו מיר די ווערטער וואָס אַלע ווילן הערן פֿון אַ געליבטן. אַ מאָל האָט זיך מיר געדאַכט, אַז ער לייענט פֿון אַ פּסיכאָלאָגישן טעקסט. למשל, ווען עפּעס האָט מיך געגריזשעט, האָט ער דאָס דערקענט אין מײַן קול און געוואָלט וויסן פֿאַר וואָס איך בין אַ ביסל דערשלאָגן. ווען איך האָב אים געזאָגט, „זאָרג זיך נישט, ס׳איז נישט דײַן פּראָבלעם,“ האָט ער מיר געענטפֿערט, „אויב דו האָסט אַ פּראָבלעם, איז דאָס אויך מײַן פּראָבלעם.“ ווען איך האָב געהערט די רייד, האָב איך געמיינט, אַז דאָס רעדט אַ מלאך. ווען מיר זײַנען געווען צוזאַמען האָט ער מיך אָפֿט געפֿרעגט, „וואָס וועט דיך צופֿרידן שטעלן?“ און געטאָן האָט ער פּונקט דאָס וואָס איך האָב געוואָלט.

איך האָב זיך שוין געהאַט באַקענט מיט זײַנע קינדער און אייניקלעך. מיט אַלע בין איך גוט אויסגעקומען. מיר זענען אויך געפֿאָרן צו מײַנע קינדער, ער זאָל זיך מיט זיי באַקענען. אין פּאַסעיִק זענען מיר אָפֿט געווען פֿאַרבעטן צו זײַנע חתונה־געהאַטע פֿרײַנד. זייער פֿײַנע מענטשן. אַלץ איז געגאַנגען ווי געשמירט, און איך האָב אָנגעהויבן זיך אַרומקוקן בײַ זיך אין דער היים צו זען וואָס איך וועל מוזן אַרויסוואַרפֿן און וואָס איך וועל קענען מיט זיך מיטנעמען, ווײַל איך האָב געוווּסט אַז איך וועל זיך מוזן איבערציִען קיין ניו־דזשערסי. כ׳האָב שוין אַפֿילו געהאַט אײַנגעפּאַקט צוויי קאַרטאָנען ביכער. נאָך דרײַ אַזעלכע וווּנדערלעכע חדשים בין איך געווען זיכער, אַז איך וויל מיט דעם יאָסלען חתונה האָבן, האָב איך אָנגעהויבן העקלען זייער אַ גרויסן איבערדעק. ער האָט זיך מיט דעם געפֿרייט, אָבער גאָרניט געזאָגט וועגן קויפֿן אַ רינגל.

נאָך פֿיר חדשים, האָב איך געמיינט, אַז זיכער צו מײַן געבוירן־טאָג וועלן מיר קענען מאַכן אַ לחיים. פֿיר חדשים, האָב איך געמיינט, איז איבער גענוג צײַט. אַזוי פֿירט זיך אָפֿט בײַ פֿרומע, און מיט ייִנגערע מענטשן קען עס גיין נאָך גיכער.

און דאָ האָט זיך אָנגעהויבן די צרה. אויף מײַן געבוירן־טאָג זענען מיר געגאַנגען אין אַ שיינעם רעסטאָראַן, און איך האָב זיך דערפֿרייט ווען ער האָט אַרויסגענומען פֿון דער קעשענע אַ בלוי צירונג־קעסטל, אָבער ס׳איז מיר געוואָרן שוואַרץ פֿאַר די אויגן ווען איך האָב דערזען אַז אינעם קעסטל ליגט אַ האַלדזקייטל.

„וואָס איז?“ האָט ער געוואָלט וויסן ווען ער האָט געזען אַז איך בין בלאַס געוואָרן און טרערן שטייען מיר אין די אויגן.

„ס׳איז גאָרנישט,“ האָב איך אים געענטפֿערט. „איך פֿיל זיך נישט גוט. מסתּמא איז אין סאַלאַט געווען סילאַנטראָ. ווייסט אַז איך קען דאָס נישט פֿאַרדײען.“ איך האָב זיך אַנטשולדיקט, אַרײַנגעלאָפֿן אין קלאָזעט און זיך שטילערהייט גוט צעוויינט. כ׳וואָלט געוואָלט בעטשען אויפֿן קול, אָבער כ׳האָב נישט געוואָלט קיינער זאָל הערן, האָב איך געשלונגען די טרערן און פֿון זיי זיך שיִער נישט דערוואָרגן.

כ׳האָב זיך געטרייסט: באַלד־באַלד וועט ער מיר געבן אַ רינגל, אָבער נאָך עטלעכע חדשים זענען פֿאַרבײַגעלאָפֿן און… גאָרנישט! ווען איך האָב אים געפּרוּווט אונטערשטופּן אַ ביסל איז ער געוואָרן זייער נערוועז און מיר נישט געקוקט גלײַך אין די אויגן, נאָר פֿון דער זײַט. כ׳האָב שוין פֿריִער געהאַט באַמערקט, אַז ער טוט דאָס ווען ער האָט זיך פֿון עפּעס געוואָלט אַרויסדרייען.

איין מאָל ווען איך האָב אים שפּילעוודיק, שמייכלענדיק געזאָגט, „איך וועל דיר געבן אַ שיינעם איבערדעק אויב דו וועסט מיר געבן אַ רינגל!“ איז ער זייער אין כּעס געוואָרן. „וואָס טרײַבסטו מיך אַזוי? וואָס ליגסטו מיך אויפֿן קאַרק? איך בין נישט גרייט חתונה צו האָבן. ס׳איז צו גיך פֿאַר מיר! טשעפּע זיך אָפּ.“

רבונו־של־עולם! נאָך אַזאַ לאַנגער צײַט זאָגט ער צו מיר „טשעפּע זיך אָפּ“? די רייד זײַנע האָבן מיר אָפּגענומען דאָס לשון. איך בין געפֿאַלן אויף דער קאַנאַפּע מיט אַ פּליוך, דאָס מויל אָפֿן און כ׳האָב אויף אים געקוקט ווי אויף אַ פֿרעמדער בריאה.

„וואָס זיצסטו? מיר מוזן גיין. די גינזבערגס וואַרטן אויף אונדז.“

„איך וויל… נישט גיין.“

„וואָס הייסט, דו ווילסט נישט גיין? איך קען זיי נישט קלינגען, ס׳איז שבת. זיי וואַרטן דאָך אויף אונדז.“ די לעצטע ווערטער האָט ער געזאָגט זייער פּאַמעלעך דורך צונויפֿגעדריקטע ציין, און איך האָב געזען ווי עס וואַרפֿט זיך אַן אָדער בײַ זײַן קינביין.

ער איז געוואָרן אין גאַנצן אַן אַנדער מענטש. כ׳האָב אים קוים דערקענט. כ׳האָב אָנגעטאָן דעם מאַנטל, זיך אויפֿגעשטעלט, גאָרנישט געזאָגט, און אַרויסגעגאַנגען, און ער נאָך מיר. אויף דער גאַס האָב איך אים געמוזט נאָכגיין, ווײַל כ׳האָב נישט געדענקט וווּ די גינזבערגס וווינען. און ער האָט אויף מיר נישט געוואַרט און אויף מיר זיך אַפֿילו נישט אומגעקוקט. איך האָב זיך בכּיוון נישט געאײַלט און געטראַכט צו זיך אַליין וועגן אַלץ וואָס האָט פּאַסירט, כּדי צו זען צי איך קען געפֿינען דעם קערפּונקט ווען ער איז מער נישט געווען מײַן חתן און געוואָרן מײַן שׂונא.

מיט עטלעכע חדשים צוריק, ווען ער האָט זיך געמוזט איבערציִען און געזוכט אַ קאָנדאָ, האָב איך אים געזאָגט אַז איך וואָלט בעסער געוואָלט וווינען אין אַן אייגן הויז, האָט ער מיר געקויפֿט אַ גרויס הויז מיט זעקס שלאָפֿצימערן! קיין שיין הויז איז עס נישט געווען, אָבער ער האָט נישט געהאַט קיין סך צײַט. ווען איך האָב אים אויסגערעכנט אַלע חסרונות פֿון הויז האָט ער צוגענומען אַן אַרכיטעקט און מיר האָבן צוזאַמען מיט אים גערעדט. האָב איך דעמאָלט נישט געהאַט קיין רעכט צו טראַכטן, אַז ער וועט מיט מיר חתונה האָבן? וואָס איז דער קערפּונקט געווען? ווי האָב איך זיך געקענט אַזוי טועה זײַן?

בײַ די גינזבערגס זײַנען געווען אַנדערע געסט אויך. אַלע זײַנען געווען זייער צופֿרידן מיך צו זען, און איך האָב געמאַכט אַן אָנשטעל, אַז אַלץ איז גוט, כאָטש, פֿאַרשטייט זיך, האַב איך געהאַט אַ שווער געמיט.

איך בין שוין איין מאָל געווען צו גאַסט בײַ די גינזבערגס און כ׳האָב דאָרטן באַמערקט געלע קלעפּצעטלעך דאָ און דאָרט. כ׳האָב זיך צעלאַכט ווען איך בין געווען אין קלאָזעט און דערזען אַ קלעפּצעטל אויפֿן קלאָזעטברעטל: „פֿאַרגעס נישט אַראָפּצולאָזן דאָס ברעטל.“ כ׳האָב געלאַכט ווײַל ס׳איז שוין אַן אָנגענומענע זאַך, אַז מענער פֿאַרגעסן דאָס צו טאָן און פֿרויען באַקלאָגן זיך וועגן דעם. ווען איך האָב יאָסלען שפּעטער געפֿרעגט וועגן די קלעפּצעטלעך האָט ער מיר דערקלערט, אַז דער דאָקטאָר גינזבערג האָט זיך געמוזט פֿרי פּענסיאָנירן, ווײַל ער איז אין די שפּעטע פֿופֿציקער יאָרן, נעבעך, געוואָרן עובֿר־בטל. דאָס ווערט נישט בעסער, מוז דאָס ווײַב צוקלעפּן די צעטלעך אים צו העלפֿן. פֿריִער איז דאָס געווען אַ געלעכטער, איצט האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז אַ רחמנות, אָבער ווער וואָלט געטראָפֿן, אַז דאָס וועט שפּילן אַ ראָלע אין מײַן גרויסער אַנטוישונג?

הערט זשע אַ מעשׂה! ווען פֿרוי גינזבערג האָט פֿאַרן פֿאַרבײַסן אָנגעהויבן אָפּראַמען פֿון טיש, האָב איך זיך אַנטשולדיקט און געגאַנגען אין וואַשצימער. נאָך אַ מינוט קלאַפּט עמעצער אָן אין דער טיר.

„איך קום באַלד אַרויס,“ האָב איך געזאָגט, און איך הער יאָסלס קול: „איידער דו קומסט אַרויס, זע אַז דאָס ברעטל זאָל זײַן אַרויף.“

אַ וואָסער נאַרישקייט איז דאָס? האָב איך צו זיך געטראַכט. כ׳האָב זיך געוואַשן די הענט, זיך אָנגעטאָן אַ פֿאַלשן שמייכל, געהאַלטן דעם קאָפּ הויך און בין צוריק געגאַנגען צו די געסט. ווי באַלד איך האָב זיך געזעצט, רעדט יאָסל צו מיר ס׳ערשטע מאָל, און פֿאַר אַלע מענטשן פֿרעגט ער מיך: „האָסט געלאָזסט דאָס ברעטל אַרויף?“

כ׳האָב זיך זייער געוווּנדערט, אַז ער זאָל מיך פֿרעגן אַזאַ פֿראַגע אַזוי עפֿנטלעך. „ניין, אַוודאי נישט,“ האָב איך געענטפֿערט, „ס׳איז נישט העפֿלעך,“ האָב איך שטילערהייט צוגעגעבן און זיך פֿאַררייטלט.

מיר האָבן מער נישט גערעדט קיין איין וואָרט איינער צום אַנדערן ביז מיר זענען געקומען צוריק אין זײַן הויז. מיר האָבן אויסגעטאָן די מאַנטלען, זיי אויפֿגעהאַנגען אין שענקל און דערנאָך האָט זיך אָנגעהויבן אַ פּרשה! „אַז איך וויל, דאָס ברעטל זאָל זײַן אַרויף וועט עס זײַן אַרויף!“ האָט ער בייז אויסגעשאָסן.

„וואָס ביסטו לעצטנס אַזוי אין כּעס? דו ווערסט אָנגעצונדן ווי אַ פֿײַער איבער אַ גאָרנישט, איבער די קלענסטע נאַרישקייטן.“

דורך געקריצטע ציין האָט ער געזאָגט, „בײַ מיר איז דאָס נישט קיין קלייניקייט. איך טרײַב דאָ נישט קיין קאַטאָוועס.“

„דו טוסט מיר וויי מיט דײַן טאָן, מיט דײַן בייזקייט,“ האָב איך אים געענטפֿערט. „יעדעס וואָרט ווען דו קוקסט אויף מיר מיט אַזעלכע קאַלטע אויגן איז מיר ווי אַ שפּיז אין האַרץ. און אויב עס גייט דיר נישט אָן וואָס איך לײַד אַזוי, ווײַזט עס, אַז איך האָב בײַ דיר שוין גאָרנישט קיין ווערט. זאָג מיר כאָטש וואָס ס׳גייט דאָ אָן. איך וויל פֿאַרשטיין פֿאַרוואָס מיט אַ מאָל שטופּסטו מיך אַוועק.“

„דערקלער מיר פֿאַרוואָס דאָס ברעטל זאָל זײַן אַראָפּגעלאָזט. גיב מיר איין גוטע סיבה,“ האָט ער געזאָגט.

כ׳האָב עס שוין מער נישט געקענט פֿאַרטראָגן, האָב איך אָנגעהויבן צו שרײַען: „כ׳האָב געמיינט אַז דו ביסט אַ קלוגער, אָבער איצט בין איך נישט אַזוי זיכער. בײַ נאַכט וועק איך זיך אויף אַ מאָל… מער ווי אַ מאָל, און מוז גיין אין קלאָזעט. און ווען איך בין פֿאַרשלאָפֿן און דאָס ברעטל איז אַרויף קען איך, חלילה, אַרײַנפֿאַלן אין שיסל צוריק־וועגס און זיך צעברעכן דעם קאָפּ. אָט דאָס ווילסטו, נאַר איינער?“

יאָסל האָט גאָרנישט געזאָגט, און איך האָב אים אָנגעקוקט מיט אויסגעגלאָצטע אויגן. כ׳האָב נישט געוווּסט, אַז איך זע אים ס׳לעצטע מאָל. כ׳האָב גענומען מײַן מאַנטל און צוריקגעגאַנגען צו די שכנים וווּ איך בין אײַנגעשטאַנען. אין מײַן צימער האָב איך געוויינט, געקלאָגט ווי אַן אָבֿל, געכליפּעט ווי די סטרונעס פֿון האַרץ וואָלטן זיך איבערגעריסן. נאָך שבת זענען די אויגן מיר געווען געשוואָלן. כ׳האָב נישט געוואָלט אַז די שכנים זאָלן מיך אַזוי זען און כ׳האָב געוואָלט הערן הבֿדלה, האָב איך געוואַרט אַ האַלבע שעה ביז יאָסל זאָל שוין האָבן צוריקגעקומען פֿון שיל, און האָב אים אָנגעקלונגען.

קיינער האָט נישט געענטפֿערט. כ׳האָב געוואַרט. ער האָט געמוזט זען אויף דער אידענטיפֿיצירקע, אַז איך האָב אים געקלונגען… אָבער אַ נעכטיקער טאָג. כ׳האָב געקויפֿט אַ נײַעם בילעט, זיך אײַנגעפּאַקט און בין מיט אַ טאַקסי געפֿאָרן צום פֿליפֿעלד, וויינענדיק די גאַנצע צײַט וואָס איך האָב, נעבעך, נישט קיין מזל. די מאַמע פֿלעגט זאָגן אַ ווערטל: אַ בלינד הינדל געפֿינט אויך אַ מאָל אַ קערנדל… אָבער נישט איך…

שפּעטער האָב איך אויך געוויינט נאָך יאָסלען. ווײַל נאָך אַלעמען — נאָכן קויפֿן מיר אַ הויז, נאָכן רעדן צוזאַמען מיטן אַרכיטעקט, נאָכן באַקענען זיך מיט מײַנע קינדער און אייניקלעך האָט ער דעם לעצטן טראָט נישט געקענט מאַכן. און צום סוף האָט די מורא חתונה צו האָבן אים אַזוי איבערגעאַנדערשט, אַז ער איז געוואָרן אויס מענטש. איך האָב געמיינט, אַז איך וועל פֿון אים נאָך הערן און מיר וועלן זיך איבערבעטן, אָבער ער איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן ווי אַ שטיין אין וואַסער. מיר דאַכט זיך, אַז די יאָרן פּסיכאָ־טעראַפּיע וואָס ער וועט מוזן האָבן וועלן אים סוף־כּל־סוף אָפּקאָסטן מער ווי דאָס הויז וואָס ער האָט פֿאַר מיר געקויפֿט.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version