Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

וואָס האָט אַ מאָל פֿאַרזיסט מײַן ראש־השנה? (זכרונות פֿון חסידישן לעבן)What used to sweeten my Rosh Hashanah (memories of Hasidic life)

די עפּל וואָס שפֿרה האָט געריסן פֿון אַ בוים זענען געווען זויער אָבער די מאַמע האָט שוין געוווּסט וואָס צו טאָן מיט זיי.

דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש.

ווען דער אלול ווינטל הייבט אן בלאזן קומען אלעמאל ארויף פארשידענע זכרונות.

איך דערמאן זיך ווי איך בין געזעסן מיט א גרופע חבר’טעס, אין א קליין טרעקל, צוזאמענגעשטופט, אונטער’ן בלויען הימל אויף א ברייטן פעלד. מיר זענען פרייליך געפארן, ביז ענדליך האט זיך דער טרעקל אפגעשטעלט נעבן א פרדס פון הערליכע עפל ביימער.

מיינע בעסטע קינדער-יארן זכרונות פון ראש השנה – שטאמען פון יענעם אויספלוג אינ’ם עפל גארטן. יעדער פון אונז האט באקומען ווייסע גרויסע זעק און מיר האבן געהאט רשות ארויפצוקריכן אויפ’ן לייטער נעבן יעדן בוים און אראפרייסן וויפיל עפל ס’גלוסט אונז נאר…

איך געדענק די שמחה מיט וואס איך בין אהיימגעקומען יענעם נאכמיטאג, איבערגעבנדיג די שווערע זעק פאר מיין טייערע מאמע’ן.
די אנטוישונג ווען זי האט מיר דערציילט אז די עפל זענען צו זויער צו ניצן ביים ראש השנה טיש אויף איינצוטינקען אין האניג, איז שנעל פארגעסן געווארן נאכדעם וואס איך האב טועם געווען פון די קאמפאט און די אויסערגעווענטליכע עפל שטרודל וואס זי האט פאר אונז געבאקן. א ספעציעלע טעם האט עס מיר געגעבן, וויסנדיג אז דאס איז די תוצאה פון מיין שווערע ארבעט פון אהיימשלעפן און שיילן די עפל. ס’געווען גאר אן אנדערע זיסקייט…

איך געדענק דאס ערשטע מאל ראש השנה ביינאכט, ווען מיין מאמע האט מיר געטרויט אכטונג צו געבן אויף די שלאפנדיגע קינדער, ווען זי איז געגאנגען אין שול. איך האב זיך געפילט אזוי בגדול’דיג. איך בין אפשר צוועלף יאר אלט געווען און מיין מאמע האט געוואוסט אז איך קען זיך גוט אן עצה געבן אויב די בעיבי וועט זיך אויפוועקן אין די קורצע צייט וואס זי איז אוועק פון שטוב.

איך געדענק די געפילן זיצנדיג אויפ’ן באלקאן אין די טונקלקייט פון דער נאכט. פון איין זייט האב איך אלעמאל מורא געהאט צו זיין אליין, און געציטערט א גנב זאל נישט קומען. פון די אנדערע זייט האב איך אבער אזוי שטארק געוואלט פאררעכנט ווערן ווי אן ערוואקסענער, ממילא האב איך עס גוט באהאלטן. עס איז מיר געווען א גליק, אז מיין טייערע מאמע, וועלכע האט זיך זעלטן פארגינען ארויסצוגיין און האבן צייט פאר זיך, וועט כאטש קענען האבן וואס זי ווינטשט זיך, און אויסצוגיסן איר הארץ צום באשעפער אינאיינעם מיט אלע אנדערע פרויען אין ווייבער-שול.

ראש השנה בייטאג, זענען מיר אויפגעשטאנען פרי כדי נישט חלילה צו פארשלאפן דעם מזל. און מיר האבן זיך אלע פרייליך אנגעטון אין די יום טוב’דיגע קליידער, גרייט צו גיין הערן שופר בלאזן. צענדליגער משפחות פון פרויען און קינדער האבן זיך פארזאמלט אין עס-זאל פון בית חינוך און אויסגעהערט מיט עהרע-פארכט ווי דער בעל מקריא האט אויסגעשריגן די ברכות כדי קיינער זאל חלילה נישט פארפאסן קיין ווארט. איך געדענק ווי גוט ס’האט געפילט צו זען מיינע חבר’טעס דארטן, אבער אין די זעלבע צייט האב איך פרובירט זיך צו האלטן ערנסט און געדענקען אז דאס וויינענדיגע קול פונ’ם שופר דארף אונז ערוועקן צו תשובה… (וואספארא זינד האט שוין א יונג קינד?)

די לערערין האט אונז דערציילט אז די גרעסטע זכות וואס מיר דערמאנען ביים יום הדין איז עקידת יצחק, און דערפאר טאקע בלאזן מיר פון דעם הארן פון א ווידער, כדי צו ערוועקן די זכות פון אברהם’ס מסירת נפש, אז ס’זאל אונז ביישטיין פאר א גוט געבענטשט יאר.

אבער וואס פארא זכות איז דאס מקריב צו זיין אן אייגן קינד? איז עס נישט אכזריות און די גרעסטע רציחה?

יארן שפעטער, נאכדעם וואס איך האב שוין געהאט מיינע אייגענע קינדער, האב איך געהערט א הערליכע הסבר אויף דעם וואס האט דערווארימט מיין הארץ. דער הייליגער אהבת שלום (דער גרינדער פון דער וויזניץ-קאסאוו דינאסטיע) האט עס ערקלערט אזוי:

ווען יצחק איז געלעגן אויפ’ן מזבח, און דער מלאך האט מיטאמאל אויסגערופן צו אברהם „אל תשלח ידך אל הנער“ האט אברהם תיכף אראפגעלייגט זיין מעסער.

ס’שווער צו פארשטיין: אויב דער באשעפער אליין האט געזאגט פאר אברהם אז ער דארף ברענגען זיין זון פאר א קרבן, וויאזוי האט ער זיך געמעגט אפשטעלן ווען דער מלאך קומט און זאגט אים אנדערש?

נארוואס דען- זאגט דער אהבת שלום – אטא דווקא דאס וויל דער פסוק אונז לערנען!

וואס מיינט גאטספארכטיגקייט?
פארגיסן אומשילדיג בלוט איז גאטס-פארכטיגקייט?
מקריב זיין דיין קינד אויפ’ן מזבח איז א דעמאנסטראציע פון יראת השם?

ניין! פארקערט! ראטעווען דעם קינד, און האבן די דרייסטקייט צו טון פארקערט ווי ער האט פארשטאנען פון גאט’ס ווארט, דאס איז די באווייז פון א יראי אלוקים!

און דאס מיינט טאקע דער פסוק „כי אתה ידעתי כי יראי אלוקים אתה — ערשט יעצט זע איך אז דו ביסט א יראי שמים!” דורך דיין דעמאנסטראציע פון מענטשליכקייט, מיטגעפיל, ווען דו האסט זיך אפגעהאלטן פון פארגיסן בלוט!

דאס איז דער אמת’ער באווייז אויף יראת השם!

אוודאי איז אסך געשמאקער געווען פאר מיר צו הערן אזא געדאנק און טראכטן ביים שופר בלאזן ראש השנה. און כאטש ס’איז שווער צו פארשטיין וויאזוי דער צדיק האט עס אריינגעטייטשט אין פסוק, איז אבער קלאר אז אסך גדולי ישראל האבן ענדערש ארומגעדרייט די טייטש פון פסוק, ווי איידער צוצולאזן אזא געדאנק אז מפקיר זיין א צווייטן’ס בלוט קען זיין עבודת השם.

די ווארימע האניג קיכלעך און זיסע האניג לעקעך, וואס מיין באבע האט געבאקן און געשיקט צו אונז לכבוד יום טוב, האט געהאלפן האלטן שטיל און פרייליך די קליינע קינדער דורכאויס די שופר בלאזן.

עס האט אונז אויך זאט געהאלטן עטליכע טעג נאך יום טוב ווען מיין מאמע האט עס איינגעפאקט פאר אונז פאר פויזע אין סקול און אין חדר. ווי א קליין אינזל פון זיסקייט האט עס אונז געווארימט, אינמיטן ים פון פארכטיגע טעג – די ימים נוראים.

אָט איז שפֿרה מסביר, אויף ייִדיש, איר בליק אויף תּשובֿה אין די הײַנטיקע טעג:

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version