Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

לערי דייווידס סקעטש וועגן חורבן־שיך איז אַ קריטיק פֿון גלײַכגילט צום חורבן בכללLarry David’s Holocaust shoes sketch critiques society’s indifference to the Holocaust

וואָס ווייניקער לעבן־געבליבענע עס זענען נאָך דאָ, אַלץ ווייניקער פֿאַרשטייט מען וואָס עס איז געשען אין די אַכזריותדיקע יאָרן פֿון דער נאַצישער ממשלה.

כ׳קען נישט לערי דייווידן און ווייס גאָרנישט וועגן דעם סטיל פֿון זײַן הומאָר. אויב אַ מענטש וואָלט טאַקע געגנבֿעט אין אַ חורבן־מוזיי אַ פּאָר שיך פֿון איינעם אַ קדוש, וואָלט דאָס בלי־ספֿק געווען נישט סתּם אַ פּּשוטע גנבֿה, נאָר אַ פֿאַרשוועכונג פֿון די זעקס מיליאָן קרבנות, ממש אַ מין חילול־השם.

נאָר וואָס טוט דייוויד אין זײַן סקעטש? ער מאָלט אויס דאָס בילד פֿון אַ פֿײַערלעכן ווערניסאַזש: האַלטנדיק די גלעזלעך שאַמפּאַניע אין די הענט שמועסט מען וועגן דאָס און יענץ, מאַכט סמאָל־טאָק און אַפֿילו וויצן. ווען איינע אַ פֿרוי וואָלט נישט דערמאָנט די חבֿרים אַז מ׳איז אין אַ חורבן־מוזיי, וואָלט עס דער עולם זיכער נישט דערשמעקט.

אין דעם מין אַטמאָספֿער דערזעט דער באָרוועסער לערי די קופּע שיך, אַ סגולה פֿאַר די צרות זײַנע און ער טוט דאָס וואָס באַשײַמפּערלעך אַלע מענטשן אין דעם מוזיי טוען עס — ער פֿאַרגעסט אין די קרבנות און טראַכט נאָר וועגן די אייגענע נאַקעטע פֿיס.

דייווידן געלינגט מיט דעם אַ גלענצנדיקע, כאָטש פּּראָוואָצירנדיקע קריטיק פֿונעם שטייגער חורבן־דערמאָנונג וואָס האָט זיך צעוואַקסן די לעצטע צוויי, דרײַ צענדליק יאָר. וואָס ווייניקער לעבן־געבליבענע עס זענען נאָך פֿאַראַן, אַלץ מער מוזייען קומען אויף און אַלץ ווייניקער פֿאַרשטייען די מענטשן וואָס עס איז טאַקע געשען אין יענע שרעקלעכע, אַכזריותדיקע יאָרן פֿון דער נאַצישער ממשלה. מע טרינקט שאַמפּּאַניע אין חורבן־מוזיי און אין דרויסן דערשיסט מען אין אַ שיל ייִדן אויף טויט. האָט די וועלט זיך עפּעס געלערנט פֿונעם חורבן? ווײַזט אויס נאָר אַ קנאַפּּע לעקציע.

יאָ, דייווידס סקעטש קען מען פֿאַרשטיין אַלס אַ באַליידיקונג פֿאַר די קרבנות, אָבער דער עיקר איז עס אַן אָנקלאָג קעגן אונדזער גלײַכגילט.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version