Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער בעסטער אַפֿיקומןThe best afikomen

ווען פֿרעמדע האָבן געפֿירט די מחברטע אין אַ באַן און אַן אויטאָ האָט זי זיך דערשראָקן: אפֿשר וויל מען זי צוגנבֿענען?

דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש.

 

„לאנגווייליג“ איז נישט דאס פּאסיגע ווארט צו באשרייבן די רייזע פון זעקס שעה אויפ׳ן באַן; איך בין פינף יאר אלט געווען און איינצוזיצן אזוי לאנג מיט א קאָלארינג ביכל, נעבן א פרעמדע פרוי, איז נישט געווען קיין גרינגע זאך.

ס׳איז געווען ערב פסח און מיינע עלטערן און יינגערע געשוויסטער האבן געהאט א ביליגע טיקעט מיט׳ן פליגער צו פארן פון טאראנטא קיין מאנטרעאל. אבער מיר האט מען נישט געקענט מיטנעמען ווייל די פרייז פאר א פינף יעריג קינד איז געווען פונקט ווי פאר דערוואקסענע. און פאר מיין טאט’ן א ישיבה מאן, איז דאס געווען איבער זיין יכולת.

שפֿרהלע ווי אַ 5־יאָריק מיידעלע Courtesy of Shifra Lowen

ווען מיין מאמע האט מיר דערציילט וועגן דעם פּלאַן צו באזוכן אויף פסח אונזער באבע זיידע אין מאנטרעאל, האט זי פארגעשלאגן אז איך קען פארן מיט די באן צוזאמען מיט איר’ס א חבר’טע, און אויף דעם וועט זי מיר באלוינען מיט א באליבטע שפיל וואס איך האב שוין לאנג געוואלט האבן.

צוערשט האב איך זיך צוגעכאפט צום פלאן, ווייל כ’האב זייער געגלוסט צו האבן די מתנה. אבער שפעטער האב איך זיך בארעכנט אז ס’לוינט זיך נישט. איך האב נישט געוואלט זיך דארפן שיידן פון איר, און זיין די איינציגסטע אין די משפחה וואס פארט אליין. איך בין אבער אנטוישט געווארן ווען מיין מאמע האט מיר מסביר געווען אז ס’איז שוין אפשר צו שפעט צוריקצוציען, ווייל זי האט שוין געקויפט דעם טיקעט. זי האט מיר צוגעזאגט מער גוטע זאכן, אבער איך בין געווען אנטשלאסן אז איך בין איר מוחל אלע גליקן…

ווען זי האט געזען מיין גרויסע טרויער, האט זי פרובירט מיר צו בארואיגן אז זי וועט אנקלינגען דעם פלאץ וואו זי האט געקויפט דעם טיקעט און זען אויב זי קען נאך צוריקבאקומען די געלט. אוודאי האבן זיי איר אפגעזאגט, און אומעטיגערהייט האב איך זיך אונטערגעגעבן צום מצב.

מיין מאמע האט מיר געמאכט פילן ווי א העלד פאר׳ן אננעמען מיין גורל. זי האט מיר מבטיח געווען אז ס’וועט מיר אפווארטן א ספעציעלע איבעראשונג, אין מאנטרעאל ביי מיין באבע’ס הויז, וואו זי וועט מיר געבן א פריצייטיגע אפיקומן.

זי האט מיר אויך דערציילט, אז אפשר וועט איר חבר’טעס טאכטער רייזי מיטקומען אויפ’ן באן, און אזוי וועל איך האבן מיט וועם צו שפילן. דאס האט מיר בארואיגט, און כ’האב זיך געפילט ווי א גאנצע מיוחס צו קענען פארברענגען מיט רייזי וועלכע איז געווען עטליכע יאר עלטער פון מיר! איך האב שוין פאראויסגעקוקט צו די גוטע צייט וואס מיר וועלן האבן צוזאמען.

צו מיין גרויס אנטוישונג אבער איז אין די לעצטע מינוט געקומען די נייעס אז רייזי קען נישט קומען. די תירוץ וואס איר מאמע האט געגעבן איז געווען אז רייזי וויל נישט פארפּאסן א פארהער וואס זי האט אין סקול יענע וואך. אבער אין הארצן האב איך חושד געווען אז אפשר וויל זי סתם זיך נישט שפילן מיט מיר. איך האב זיך געפילט צעבראכן.

שפעט ביינאכט זענען מיר ענדליך אנגעקומען קיין מאנטרעאל. נאכ’ן ארומזוכן אביסל, האט רייזי’ס מאמע געפינען די קאַר וואס האט איר אפגעווארט נעבן די באן סטאנציע.

נאך א לאנגע וויילע פארן אין קאר האט זיך עס צום סוף אפגעשטעלט נעבן א גרויסע הויז. רייזי’ס מאמע איז ארויס און זיך געהאלזט מיט אירע קרובים און ווען איך בין געווען צעמישט פארוואס זי טראגט מיר נאכנישט צו מיין מאמע’ן, האט זי מיר ערקלערט אז אירע צוויי ניכטעס (פלימעניצעס) וועלן פון יעצט און ווייטער מיטפארן מיט מיר און מאכן זיכער אז איך קום אן בשלום צו מיין באבע׳ס הויז.

ס’איז מיר געווען זייער אומבאקוועם אז זי לאזט מיר איבער, אבער זי האט מיר גע’עצה’ט זיך אראפצולייגן שלאפן אויף די לאנגע הינטערשטע זיץ פון קאַר, אזוי וועט עס געדויערן שנעלער אנצוקומען צו דער מאמען. מיין זארג האט מיר אבער נישט געלאזט צו רו. וויאזוי קען זיין אז אזויפיל צייט איז שוין פארביי, און מיר זענען נאך אלץ נישט אנגעקומען? קוקנדיג פון פענסטער אויף די טונקעלע ליידיגע גאסן האט א פחד אנגעהויבן גריזשען אין מיין הארץ: אפשר נעמען זיי מיר גאר ערגעץ אנדערש? אפשר זענען די צוויי פרעמדע מיידלעך וועלכע לאכן אזוי לעבהאפטיג און שמועסן אין פארנט פון קאר מיט’ן דרייווער – אפשר האבן זיי עפעס א שותפות מיט אים מיך אוועקצונעמען…?

עטליכע וואכן פריער האב איך דאס ערשטע מאל געהערט פונ’ם באגריף אז קינדער קען מען גנב׳ענען. בשעת איך בין געווען אויף א סקול אויספלוג אין א לונא־פארק („אמיוזמענט פארק“) און געשטאנען באצויבערט קוקנדיג אויף די פארביגע גרויסע אטראקציעס האט מיין לערערין זיך צעבייזערט אויף מיר. „דו דארפסט זיך צואיילן. אלע קינדער זענען שוין אזוי ווייט צוזאמען מיט די אנדערע לערערין!“ איך האב אבער נישט געקענט אראפנעמען די אויגן פון דעם ריזיגן „אליגייטער רייד“ וואס האט אויסגעקוקט אזוי עכט: ער האט פארמאכט זיין מויל כאילו ער שלינגט איין די מענטשן וואס זיצן אין איר… „דו קענסט זיך פארבלאנדזשען,“ האט זי מיר געווארנט, „און נאכדעם קען איינער דיר קומען גנב׳ענען!“

איך האב אפגעאטעמט מיט גליק ווען די קאר האט זיך ענדליך אפגעשטעלט נעבן מיין באבע׳ס הויז. מיין טייערע מאמע האט מיך ארומגענומען מיט פרייד און באשאטן מיט מתנות.

די מתנות וואס מיין מאמע האט מיר געגעבן זענען געווען בעסער ווי איך האב זיך פארגעשטעלט און אלעס וואס איך האב זיך געוואונטשן. נישט נאר האב איך באקומען יענע צוגעזאגטע שפיל — מיין מאמע האט מיר געגעבן א הערליכע ביכל וואס מ׳פארבט מיט וואסער. יעדעס בילד האט געהאט שטריכן פון אלע סארט קאלירן, און כ’האב געקענט מיט א פארב-בּערשטל ארומשמירן א קליין ביסל וואסער און די קאלירן האבן זיך צעשפרייט און פארוואנדלט דאס בילד אין א וואונדערליכע מייסטערווערק! יעדן טאג האב איך געפארבט א נייע בלאט און ס’האט געפילט ווי טעם גן עדן.

אויך האט זי מיר געגעבן א קליין ביכל מיט ווייסע בלעטער, וואס אויפ׳ן ערשטן בליק קוקט עס נישט אויס אינטערעסאנט, אבער ווען איך האב גענומען א בליי און געפארבט דאס ערשטע בלאט אינגאנצן גרוי, האט זיך מיטאמאל אנטפלעקט א שיין מאלעריי! ס’האט געפילט ווי כישוף! יעדן טאג האב איך געווארט אויסצוגעפינען וועלכע נייע בילד וועט זיך אנטפלעקן אויף די נעקסטע בלאט!

פארוואס דערצייל איך די אלע פרטים? ווייל אסך מאל אין לעבן האט מען אן איבערלעבעניש וואס הייבט זיך אן מיט עגמת נפש אדער טרויער, און עס קען אויסקוקן ווי דארט ענדיגט זיך עס. אבער די מעשה איז נאר א קליין ביישפיל פון מיין לעבן ווי איך האב געלערנט אז אויב עפעס הייבט זיך אן זייער שווער און עס זעט אויס שלעכט, מיינט עס נאכנישט אז אזוי וועט זיך עס ענדיגן. עפעס גאר גוט קען זיך נאך אויסלאזן דערפון.

ווען מיר זיצן פסח ביינאכט ביים סדר, ווי בני מלכים, ביים ווייס געדעקטן טיש, הערליך באצירט מיט זילבערווארג, און מיר אלע זענען אנגעלענט אויף די באקוועמע זיצן… וואס איז פון די ערשטע פעולות וואס די הגדה זאגט אונז צו טון? „יחץ: מ׳נעמט די מיטלסטע מצה… און מען צוברעכט עס אויף העלפט,“ קוקט אויס ווי א טרויעריגע זאך צו נעמען אזא שיינע גאנצע מצה וואס מען האט געבאקן מיט אזויפיל מיה. אבער דוקא די צעבראכענע מצה איז די סיבה פון אזויפיל פרייד און שפאנונג! און די נאכט לאזט זיך אויס מיט א פרייליכע געלעכטער פון די קינדער, ווייל די באהאלטענע אפיקומן ברענגט זיי א באלוינונג פאר וועלכע זיי קוקן שוין ארויס א גאנץ יאר!

וויקטאר פראנקל זאגט אז ווען א מענטש פרעגט: וואס איז די תכלית פון מיין לעבן? דארף ער איינזען אז נאר ער קען דאס באשליסן. יעדער קען טרעפן זיין אייגנארטיגער ענטפער אויף דעם: וואס געבט מיר חיות? וויאזוי קען איך יעדן טאג פילן דעם חיים כלכם היום?

אויב דו האסט געלייענט מיינע ארטיקלען — „גאָט איז נישט קיין מאָנסטער“
און „מלמדים טאָרן נישט איבערשרעקן די תּלמידים“

וועגן דער שרעק וואס מ’האט אין מיר אריינגעפלאנצט אלס קינד, קען עס אויסזען ווי מיין לעבן איז א צעבראכענע אפיקומן, און ווי דער גרויסער יידישער שרייבער חיים גראדע ווייזט אונדז מיט זיינע דערציילונגען: אז מע וואקסט אויף אין א סביבה פון מוסר, קען מען נישט מער הנאה האבן פון דער וועלט.

אבער טראץ דעם וואס איך האב אמאל געמיינט אז מיין לעבן איז שוין פארפאלן, האב איך געפינען וועגן צו היילן מיין הארץ און אנטדעקט א נייע באדייט אין מיין לעבן. דער צער פון מיין קינדהייט העלפט מיר פארשטיין בעסער וויאזוי איך קען העלפן אנדערע געפינען זייער היילונג אז זיי זאלן אויך קענען האבן זייער אייגענע גאולה פרטית – צו באפרייען זיך פון אומזיסטע שולד געפילן און פחדים. די הנאה וואס איך שעפ פון ברענגען אזא הנאה פאר אנדערע, איז גרעסער פון סיי וועלכע תענוג וואס איך האב זיך געקענט אמאל פארגעשטעלן, איך האב ניטאמאל גע׳חלומ׳ט אז ס׳איז מעגליך!

אונזער לעבן איז א גלגל החוזר, נאכט און טאג, זומער און ווינטער, עס איז קיינמאל נישט קיין „גאנצע מצה“. אבער מיר האבן דעם כוח צו נעמען אונזער צער און עס געבן א באדייט, צו פארוואנדלען דאס צעבראכענע אפיקומן אין עפעס פרעכטיגס.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version