הויפּט־רבֿ פֿון חרדישער עדה אין ירושלים, ר׳ יצחק טובֿיה ווײַס, איז ניפֿטר געוואָרןChief Rabbi of Jerusalem Haredim, Rabbi Yitzchok Tuvye Weiss, has died
ר׳ יצחק טובֿיה האָט אויפֿגעשטעלט אַ צדקה־אָרגאַניזאַציע פֿאַר אָרעמע משפּחות, און אָפֿט געהאָלפֿן באַצאָלן די הוצאָות פֿאַרן חתונה מאַכן זייערע קינדער.
שבת פֿאַרטאָג איז ר׳ יצחק טובֿיה ווײַס, דער הויפּט־רבֿ פֿון דער חרדישער עדה אין ירושלים, אַוועק פֿון דער וועלט אינעם ירושלימער שפּיטאָל „הדסה עין כּרם“, נאָך אַ קורצער קראַנקייט. דער ניפֿטר איז געווען 95 יאָר אַלט.
צענדליקער טויזנטער מענטשן זענען געקומען אויף דער לוויה זונטיק אין דער פֿרי, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן בײַ דער הויפּטקוואַרטיר פֿון דער חרדישער עדה אין כּכּר השבת, און פֿון דאָרטן צום הר הזיתים, וווּ מע האָט אים מקבר געווען לעבן דער רביצין, אסתּר.
די חרדישע עדה (עדה חרדית, אויף העברעיִש) איז פֿאַרלייגט געוואָרן אין ירושלים אין 1919 און באַשטייט הײַנט פֿון בערך 40,000 ייִדן; צווישן זיי — סאַטמערער חסידים, תּולדות אַהרן, בראָסלעווער און עטלעכע אַנדערע גרופּעס. ס׳רובֿ פֿון זיי וווינען אין מאה שארים און די אַזוי גערופֿענע אונגערישע הײַזער (בתי אונגרין) און אַ וואַקסנדיקע צאָל אין בית־שמש.
ר׳ יצחק טובֿיה ווײַס, באַקאַנט בײַ פֿרומע ייִדן איבער דער וועלט ווי דער גאב״ד (דער גאון אָבֿ בית דין), איז געבוירן געוואָרן אין 1926 אין דער שטאָט פּעזינג, סלאָוואַקיע, לעבן פּרעשבאָריק, אַ זון פֿון הרבֿ שלמה זלמן, אַ וואַלד־סוחר, און ריקל ווײַס. מע האָט אים געשיקט אין דער אָרטיקער סעקולערער שול אין דער פֿרי און אים געגעבן זיך לערנען מיט אַ פּריוואַטן מלמד נאָך מיטאָג.
ווען די מלחמה האָט אויסגעבראָכן אין 1939 און דער שטאָט־רבֿ, ר׳ יהושע יהודה שילל, האָט געמוזט אַנטלויפֿן פֿון די דײַטשן, האָט די קהילה באַשטימט הרבֿ ווײַס צו געבן יעדן שבת די דרשות פֿאַר דער קהילה.
ר׳ שלמה זלמנס זון, יצחק טובֿיה, וואָס איז נאָך געווען אַ ייִנגל — האָט שוין דעמאָלט אָנגעהויבן אַרויסווײַזן סימנים פֿון פֿירערשאַפֿט, ווען ער האָט בשעת יענע שווערע צײַטן גערעדט מיט די ייִנגערע קינדער מיט מיטגעפֿיל, געבנדיק זיי חיזוק די אַנדערע קינדער און אָנזאָגנדיק זיי תּמיד צו געדענקען, אַז זיי קומען פֿון משפּחות וווּ מע האָט שטרענג געהיט די תּורה.
יצחק טובֿיה איז געווען איינס פֿון די בערך 10,000 קינדער וואָס זענען געראַטעוועט געוואָרן דורכן קינדער־טראַנספּאָרט קיין לאָנדאָן גלײַך נאָך שבֿועות, אין 1939. נאָך זײַן בר־מיצווה, וואָס ער האָט געפּראַוועט ווײַט פֿון זײַן משפּחה, האָט ער אָנגעהויבן לערנען אין דער ישיבֿה פֿון הרבֿ משה שנײַדער אין לאָנדאָן. שפּעטער האָט ער געלערנט אין דער באַקאַנטער „גייטסהעד ישיבֿה“.
אין 1950 האָט ער חתונה געהאַט מיט אסתּר פֿליישמאַן, און ווײַטער געלערנט אינעם כּולל בײַ „גייטסהעד“. ווען דער ראש־כּולל, הרבֿ אליהו דעסלער, האָט זיך אַריבערגעצויגן קיין ארץ־ישׂראל איז ר׳ יצחק טובֿיה באַשטימט געוואָרן אויף זײַן אָרט.
אין 1967 האָט מען אים געמאַכט פֿאַר אַ דיין אין אַנטווערפּן. במשך פֿון זײַנע יאָרן דאָרט האָט ער שטאַרק פֿאַרבעסערט די כּשרות־נעץ אין דער בעלגישער שטאָט. אַ צאָל מענטשן האָבן איבערגעגעבן, אַז ער איז אָפֿט געגאַנגען פֿון איין געוועלב אינעם צווייטן, כּדי בודק צו זײַן די אַרבעט פֿון די משגיחים. ער האָט זיך אויך פֿאַרנומען מיט פֿאַרשידענע צדקה־ענינים.
הגם ער איז געוואָרן אַן אָנגעזעענער דיין אין אַנטווערפּן האָט ער נישט אָנגעפֿירט מיט קיין בית־כּנסת. געדאַוונט האָט ער אין דער גערער שטיבל וווּ ער האָט געדינט ווי דער אומאָפֿיציעלער רבֿ.
אין 2003, נאָך דער פּטירה פֿונעם ירושלימער הויפּט־רבֿ ישׂראל משה דושינסקי, האָט מען איבערגעפֿירט ר׳ יצחק טובֿיה קיין ישׂראל צו פֿאַרנעמען הרבֿ דושינסקיס אָרט — אַ פּאָזיציע וואָס ער האָט אָנגעהאַלטן 19 יאָר לאַנג. ער איז געווען אין נאָענטער פֿאַרבינדונג מיט אַ סך רביים און רבנים, אַרײַנגערעכנט די פּשעוואָרסקער רביים אין אַנטווערפּן, דעם סאַטמערער רבין, די גערער רביים, די סקאָלענער רביים, דעם שטײַפּלער גאון און דעם שטײַפּלערס זון, הרבֿ חיים קאַניעווסקי.
בשעת ר׳ יצחק טובֿיה האָט אָנגעפֿירט מיט דער חרדישער עדה האָט ער זיך ספּעציעל פֿאַרנומען מיט כּשרות־ענינים. ער האָט אויך געגרינדעט אַ ישיבֿה וואָס איז שפּעטער באַקאַנט געוואָרן ווי „חכמות התּורה“ און האָט דאָרט געדינט ווי אַ ראש־ישיבֿה. דערצו האָט ער אויפֿגעשטעלט אַ צדקה־אָרגאַניזאַציע פֿאַר פֿאַראָרעמטע משפּחות, און אָפֿט מאָל געהאָלפֿן באַצאָלן די הוצאָות פֿאַרן חתונה מאַכן זייערע קינדער.
דער גאב״ד האָט איבערגעלאָזט אַ זון, צוויי טעכטער, אייניקלעך און אור־אייניקלעך.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor