Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מײַנע נײַע פֿרײַנד און איך פֿאָרן אַרויס אויף אַ „ראָוד טריפּ“ איבער אַמעריקעMy new friends and I head out on a road trip across America

יהושע כּהנא, אַ דערצויגענער בײַ אַ חסידישער משפּחה, באַשרײַבט די אייגנאַרטיקע זאַכן וואָס ער האָט געזען אויפֿן וועג.

(דאָס איז דער צווייטער קאַפּיטל פֿון אַ לענגערער מעשׂה. צו לייענען דעם פֿריִערדיקן קאַפּטיל, גיט אַ קוועטש דאָ. די סעריע איז אָנגעשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש.)

עס איז מיטוואך, היום נגאלינו, היינט איז דער טאג אין וואס איך וועל אויסגעלייזט ווערן משיעמום הנורא- לששון ולהאצקעריי, אט אט דארפן די חברה אנקומען, און בשעה טובה גייען מיר זיך לאזן אויפן שטראז ארויס. איך רייניג די דירה ווי פארן גרעסטן פריץ, זאל זי גלאנצן איינמאל איך האב שוין געסט, זאלן זיי זען וואס א ריינער ״פערפעקטער״ מאן זייער גאסטגעבער איז, און דעם אויטא רייניג איך אודאי אויכעט, ער איז דאך אנגעלייגט ווי א הקדש, און ברוכים הבאים, די חברה זענען דא, און די דירה איז ווי מע זעט אין סינגאפור, קיין לעק שטויב נישט.

און איך קוק זיך ארום וואס א חברה ער האט מיר אנגעברענגט פון לאנדאן – מיינע מיטפארער פאר די קומענדיגע וואכן. איינער זע איך איז אן איידעלער, הויט און ביין, אבער ווי א כאראקטער פון א פורים שפיל, די האר לאנג ווי ביי א מויד און געפארבט אין פורפל, א בארד ווי ביי א יונגן מאנאך, גיי פארשטיי. דער אנדערער, דער ברודער זיינער, איז להיפוך א — ביינערדיגער, א קפדן, דערמאנט אין א פאליציאנט, און א פריזור האט ער ווי ביים דיקטאטאר פון צפון־קארעע, קים יונג אן.

פארוואס צו וועלעכע גוט יאר ער האט מיר נישט געקענט ברענגען חברה מיט נארמאלע פריזורן? א קשיא אויף א מעשה! הכלל עס ווערט אביסל לעבעדיג אין מיין איינזאמען אויסגעגלאנצטער הייזקע, די חברה באוואונדערן דעם הויז, דעם גארטן, וואָס פאר אַ רחבות, וואָס פאר אַ ״בארביקיוס״ מען קען נאר דא מאכן… איי, ווען זיי זאלן נאר וויסן ווי ווייט דאס גאנצע פאלאצל טויג מיר צי גאר נישט, און אז זיי דא זענען היינט ווי גוטע שליחים מיך אויסצולייזן פון דאנעט…

געפאקט, ס’איז גרייט דער אויטא – דער „לאקאמאטיוו“ וואס וועט אונז פירן טראנס אמעריקא… און איך מעשה שאָפער זעץ זיך אויפן רעדל, כ׳נעם אפיר דעם סמארטפאון ווי דער בלינדער טאַפּט זיין שטעקן און באפעל דעם וועגווײזער, דעם „דזשי־פי־ עס“: „פיר מיך קיין אראגאן!“ און באלד שפייט די זאגערין אויס אן שהיות: „צוויי טעג מיט כך וכך שעות קיין אראגאן“. זי האט מיר נישט געזאגט, ביסטו משוגע, אראגאן איז אינעם אנדערן עק לאנד, צי האסטו גענוג געלט פאר בענזין? צו ווייסטו וואו דו גייסט שלאפן אין די נעכט אונטערוועגנס? ניין, זי איז תמעוואטע נוסח אמעריטשקע, ווי צו זאגן: פון מיינעט וועגן גיי דיר קיין האצעפלאץ, דאס איז דיינע געשעפטן… און איך לאז זיך טאקע באלד ארויס נעשה ונשמע אויפן גרויסן לאנגן שטראז.

די אוטא פיל, מלא אנושיות, ס׳איז בא׳טעם׳ט די אטמאספער, ס׳שפירט זיך משפחה׳דיג, ס’איז היימיש (קאָוזי, ווי מע זאגט אויף ענגליש), ווי ס׳הארץ וואלט ארומגעגענומען געווארן מיט וואטע, און מיר פארן אין די פינסטערניש פון דער נאכט אריין. איצי דער „בעל דבר“ אליינס נעבן מיר כאפט א פאפף, און אז ער פאפט כראפען מיט די ווענט, און ס׳איז לעבעדיג אין שטעטל… (משמע דער חברה׳מאן שפירט זיך העכסט באקוועם דא), דער אנדערער דער בריטישער „פאליציאנט“ פון הינטן אויכעט, און דער דריטער דער „ביינדאלע“ מיט די פורפל האר לאזט זיך אין א שמועס אריין מיט מיר אין דער פֿינסטער, און שטעלט זיך ארויס אז ער קען א פיינער אידיש, ווייל ער מיטן ברודער זיינעם -טראץ זייערע עקזאטישע ״פארשטעלעכטצער״ – זענען ביידע חדר קינדער פון א חסידישן חדר אין לאנדאן.

ענדליך אין א מזל׳דיגע שעה זיך דערלעבט, מיר שניידן יעצט אריין אין די קישקעס פון אמעריקע, — דער „ראוד טריפ“ פון פסוק… אין די טיפענישן פונעם קאנטינענט. טאקע גלאט אין פלאך אן סוף, ווי כאילו גאט ברוך הוא האט פארגעסן מאלעווען דעם שטח און איר געלאזט אזוי אומגעמאלט… און איך פאר און פאר, אין טיפע מרחקים אריין אזש ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט איך שוין געווען העט ווייט אין א לאנד וואס קיינער האט פון איר נישט געהערט, אבער אז איך שטעל זיך נאר אפ אין א בענזין סטאציע אדער קיאסק רעדט מען אלץ אין דעם זעלבן אמעריקאנער ענגליש, ווי גלייך איך זאל נישט האבן איבערגעלאפן מיטן אויטא א שטיק ערד איבער נאכט אוועק פונעם הוהאַ מזרח ברעג.

און איך אין מיין מחשבה לאז זיך אריין אין א וועלט פון סיפורי מעשיות, איך לויף געוויס דא אצינד דורך דאס לאנד פון די ״קאובויס״ – דאס הייסט, די אמעריקאנער קאזאקן, דאס זענען שטאלצע פערד רייטער וועלעכע פאשען קוען אין די ענדלאזע אמעריקאנער פלוינען; און איבער די זעלביגע שטחים זענען בימי קדם אריבער שירות וועגענער מיט געלטגייציגע גראבע-יונגען כדי צו דערגרייכן די גאלדגריבער פון קאליפארניע איבער וואס מען האט דערציילט אז זי פארמאגט גאלד אין דער ערד.

אויסער דעם, וואס נאך איז דא צו פאנטאזירן איבער דעם צורה׳לאזן לאנד-שטיק וואס מיר פארן אקורשט דורך?… די לעגענדארע „טראקערס“ (לאסט-אוטא טרייבער) איבער די לאנג-שטרעקיגע שאסייען וועלעכע פירן די מאכלים און געפעסן אריבער פון ברעג צו ברעג, דאס איז ווי כאילו די „זיידן וועג פון אמעריקע“ – טראכט איך צו מיר, שניידענדיג דעם וועג שוין כמעט ווי אין שלאף – און די לאסט-אוטאס ווי כאילו די צוויי-הויקערדיגע גמלים… און איך פאר יעצט אין דער „כינע“ פון אמעריקא, אינעם מערב־ברעג.״ טויזנט יאר צוריק וואלט אזא רייזע גענומען א גאנץ קיילעכיגער יאר אדער מער, טאמער וואלט מען בכלל ארויס א לעבעדיגער…

מיר ציען ווייטער און מיר הייבן אן דערגרייכן שטחים וואו דאס גרין טוישט זיך צו געלבליך בלאסליך גרין. ברוכים הבאים צו די הויכע פלוינען, מיר שלייכן זיך צוביסליך אריבער  צונעם מערב-האלב פונעם קאנטינענט,- און דא לפלא, כאטשע ס׳איז פלאכלאנד איז עס בכל זאת ווי די הייכן פון א הימל־הויכן בארג, און דא הערט א מעשה, דא איבער די הויכע אפענע שטיקער לאנד האבן מיר זוכה געווען צו עפעס וואס מען איז זוכה נאר נאכן רייזן טעג און וואכן אינמיטן פון אן ענדלאזער קאנטינענט – א התגלות אלוקות, ווייל אט צייגט אונז עמיצער  א וואלקן אינמיטן הימל, און דער וואלקן האט דער אנבליק פון א סקארבאווער יצירה פון די קדמונים וועלעכער קוקט פארכטיג אראפ פון הימל, און ס׳האט אונז געכאפט פלצות. ווייל מיר האָבן געזען מראות אלוקים אינעם הארץ פון ארץ אמעריקע.

און מיר אינטערוועגנס שטעלן זיך אפ אין „קרעטשמעס“ און רעסטאראנען, און איך צייג זיך איבער נאכאמאל און ווידעראמאל, זאל זיין ווי ווייט ווי טיף, אבער אלץ אינעם זעלבן אמעריקע, און איצי אונזערער פארציכט נישט פון נהנה זיין פון איר געבענטשטער פעטקייט, די חצי חינם׳דיגע באפעען אין די רעסטאראנען איבערן קאנטינענט, און איך באסמאקעווע זיך פון בלויז צוקוקן זיין אפעטיט. אבער מיר זענען פארט אידן און מיר פארגעסן נישט זיך אפ צושטעלן אין חב״ד הייזער אונטערוועגנס.

און אז שוין יא א „ראוד טריפ“, וואלט געווען בטלניש זיך נישט אמאל אפצושטעלן אין א הולטיי הייזקע, ווייל מימים וואס איך בין משתוקק זיך צו דערלערנען די תורת הנקבה׳לעך, און טאקע וויאזוי מען מאכט מיט זיי דעם קונץ, ווייל אז נישט, וואס דען טוען מיר האצקעדיגע חסידים דא הונדערטער מיילן אוועק פון א חסידישן ישוב? אבער צו מיין אנטוישונג, זענען די לאנגיאריגע דערפארענע „שייגאצן“, די חברה׳לייט מיינע, פלוצים שעמעוודיג.. אימזיסט האב איך זיך איינגערעדט אז איך בין געבענטשט צו האבן ביי מיר אין אויטא די פעאיגסטע שייגאצן וועלעכע ווייסן שוין די ״סודות פון חדר״… אומזיסט זיך געקלערט אז די יעניגע וועלן מיר צייגן וואס עס הייסט דאס א רעכטע רייזע אויפן קאנטינענט… און מיר איז טרוקן אין הארצן, און שריי מיר דעם באקאנטן תנועה׳לע: ״ הולטייעווען אן מיידלעך, ווי א הגדה אן קניידלעך!“

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version